לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    ספטמבר 2003    >>
אבגדהוש
 123456
78910111213
14151617181920
21222324252627
282930    

9/2003

מה טובו אוהליך יעקב


נאָך װאָכן לאַנג אָן אַ שול און אָן מנין בין איך ענדלעך פֿרײַטיק אין־דער־פֿרי אַרײַן אין אַ שטיבל דאַװענען שחרית. איך האָב מיך געשפּירט װי אַ פֿיש װאָס איז צוריק אַרײַן אין װאַסער. װאַסער איז אַמאָל גרין און אַמאָל בלױ, אַמאָל קלאָר און אַמאָל פֿאַכמאַרעט, אַמאָל לױטער און אַמאָל פֿאַרפּעסטיקט, אַמאָל טהור און אַמאָל טמא, ס'איז אָבער שטענדיק װאַסער און פֿיש װױנען שטענדיק דערין אַפֿילו װען סע דערשטיקט זײ. איך װוּנדער מיך אַסאַך מאָל צי עס איז ריכטיק אַז איך זאָל שפּעטן פֿון דאָס װאָס געבט מיך אינספּעראַציע, אָבער װי די װעלט זאָגט פֿון אַ קשיא שטאַרבט מען נישט.
 
דער שטיבל איז געװען אַן אימפּראָװאָזירטע אין אַ קינדערגאַרטן שפּיל צימער װאָס איז געשטאַנען לײדיק מחמת חדר הײבט זיך הערשט אָן נאָך שבת. דאָס לײַסטעל װאָס לױפֿט אַרום דער װאַנט פֿונעם שטוב איז געװען אָנגלײגט מיט שטױב פֿון מתושלחס צײַטן אָבער װיבאַלד אַ לײַסטל איז אַ מקום שאין מכניסים בו חמץ איז נישט געװען דערױף אַ שאלה פֿון חמץ שעבר עליו הפּסח. די בילדער אױפֿן װאַנט זענען אַלע געװען מאָלערײַען פֿון ערליכע ייִדן מיט בערד און פּיאות, חוץ פֿון אײן בילד פֿון אַ פֿאַרמער װאָס איז געגאַנגן אָנגעטון אַ סטעטסן.
 
אין מיטן פּראָװיזאָרישן שטיבל, װאָס האָט זיך געטױשט אין מיטן דאַװענען װען דער פֿריערדיקע מנין האָט זיך געענדיקט און מיר האָבן געדאַרפֿט אַ ספֿר־תורה, אין מיטן שטוב שטײט אַ יונגערמאַן און ס'שטעקט פֿון אים אַרױס אַ לאַנגע האַרטע זאַך װאָס איז אַרום גענומן מיט האָר און סע שאָקעלט זיך אױף אים. נישט צו גלײבן אױף ראש־חודש אלול אין מיטן דאַװענען. ער איז געװען פֿון די טיפּן װאָס דאַװענען װי מען דאַרף צײלן געלט, אָבער היות ס'זעט נישט אױס אַז ער פֿאַרמאָגט צו פֿיל, װײַל זײַנע װײַסע שטרימפּ האָבן זיך אַרױס געװוּזן פֿון זײַנע הױזן מחמת ער האָט זיך נישט געקענט ערלױבן אַ שטיקל שטאָף צוצודעקן פֿונעם קנעכל ביז די שיך, איז זײַן געלט צײלן געװען אָנגעפֿער װי אַ קובאַנער צײלט דאָלאַרן. נישט פֿאַר אים איז געװען דער לוקסוס פֿון לײגן דער סידור אױפֿן טיש. ראשית־כּל װײַל די טישן זענען געװען דער הײך פֿון דרײַ יעריקע, אָבער חוץ פֿון דעם פֿאַר כּוונה האָט ער געדאַרפֿט האַלטן דאָס סידורל מיט בײדע הענט לעבען זײַן גאָמבע װי דער לאַנגע האַרטע זאַך, דאָס אַרױסגעדרײטן קניפּל פֿון זײַן אײַנגעדרײטן באָרד, דער זקן העליון פֿאַרשטײט זיך, איז געשפּרינגן אין אײנעם מיט דאָס סידורל. צו דעם האָט צוגעשפּילט זײַן צינגל װאָס איז אַרײַן און אַרױסגעפֿלױגן מיט די סמך'ס, שׂין'ס און תוו'ס װי להבדיל דאָס פֿאַרגאָפּלטע צינגל פֿון אַ שלאַנג. להבדיל, װײַל אױף אַ שלאַנגס צינג איז סם המוות, מה שאין כּן בײַ אונז, איז דען דאָ אַ בעסערע סם החיים װי אױף אונזער מתפּללס צינגל?

איך האָב מיך אָפּגעשטעלט װען איך בין געקומן צו די װערטער אין הלל, 'יקר בעיני ה' המותה לחסידיו', 'עס איז טײַער אין די אױגן פֿון דער אײבישטער דער טױט פֿון זײַנע חסידים'. הײסט עס אַז עס אַ חשובער זאַך װען די חסידים פֿון גאָט פֿאַרלירן זײער לעבן. איך זאָג װײַטער הלל און איך זע איך בין נישט דער אײנציקסטער װאָס האָט אַזױ געלערנט פּשט. באַלד נאָך דעם זאָגט דוד המלך, צי װער נאָר דער בעל מחבר פֿון די קאַפּיטלעך איז געװען, 'אנא ה'', איך בעט דיך באַשעפֿער. פֿאַרװאָס בעט ער? "'כּי אני עבדך' װײַל איך בין דײַנס אַ קנעכט, 'בן אמתיך', אַ זין פֿון דײַן דינסט, און אַז ס'איז טײַער בײַ די דער טױט פֿון דײַנע חסידים הײסט עס אַז איך בין אַן ערשט קלאַסיקע קאַנדידאַט. איז בעט איך דיר באַשעפֿער, לך אזבח זבח תודה ובֿשם ה' אקרא..., איך װעל דיך דינען װיאַזױ דו װילסט נאָר אָבער דער כּבוד פֿונעם טױט בעט איך דיר באַשעפֿער גיב מיר נישט. 'יסור יסרני י־ה ולמות לא נתנני', שטראָף מיך גאָט מיט װאָס דו װילסט, נאָט צום טױט געב מיר נישט".  לױט דעם פּשט איז מאַכן אַ חשבון הנפֿש און תשובה טון נאָך אַ טראַגעדיע נישט בלױז אַ באַלײדיגונג פֿון די טױטע, -איז זײער לעבן טאַקע נישט מער װערד װי אַ יהא שמיה רבא און די לענג פֿון אַ פֿרױס שײטעל?- נאָר ס'האָט גאָר דער קעגענדיקער עפֿעקט. אַז גאָט האָט ליב טױט פֿאַר זײנע נאָנטע איז תשובה טון אַזױ װי אָנשטאָפּן אַ קעלבעל צום שחיטה.

צו קריאת התורה האָבן מיר זיך אַרײַן געצױגן אינעם בית מדרש אַרײַן. די טישן זענען נישט געװען קלעביק פֿון קאַװע װיבאַלד דער כּולל לערנט נישט בין־הזמנים. ס'איז צוגעגאַנגן אַ ייִד צום ספֿר תורה װאָס קען בלױז עיברי; חסידים רופֿן אים אױך אַ בעל קורא.  אונז אױסהערערס דאַרפֿן גומל בענטשן אַז ער איז נישט אַן אַפּטײק, װײַל װען ער זאָל מישן די טראָפּן פֿון רעצעפּטן אַזױ װי ער מישט די טראָפּן פֿונעם לײנען װאָלטן זײַנע קליענטן אױסגעגאַנגן נאָכן ערשטן לעפֿל. פֿון דער אַנדרע זײַט אַז אַן אַפּטײַק זאָל װערן בײַ אונז אַ בעל קורא װאָלט דער עולם קראַנק געװאָרן פֿון אַזאַ יעקישע לײנען. די גמרא זאָגט אַז דברה תורה כּלשון בני אדם און לפֿי דעם האָט דער 'בעל קורא' אין זײַן שמוסענדיקע געלײנעכץ סך הכּל גערעדט בלשון התורה.
           עס הקײבְס אײכְד טאַאַאַַסְ בַּבּױקְ ואײַס הקײבְס השײַנע...
 
נאָכן דאַװענען האָב איך מיך אומגעקוקט זען צי נאָך עמיצער װערט צוטרײסעלט פֿונעם ערשטן תקיעת שופֿר פֿונעם תשובה סעזאָן. אַלץ אַ לימוד זכות קען זײַן אַז האַלב עלעף איז אַביסל שפּעט אינספּעריערט צו װערן פֿון עורו ישינים משנתכם. אָדער אפֿשר הערשט. נאָכן שופֿר האָט אָבער אױסגעקלונגן אַ יהי רצון מלפֿניך פֿון פֿאַר תהילים זאָגן. ייִדן בײַסן אַרײַן אין אַ יהי רצון װי אַ גױ אין אַ האַמבורגער. איך האָב נישט געקענט דערפֿון אַנטלױפֿן און ממילא האָב אױך איך געבעטן לחבר אשת נעורים עם דודה באהבה ובאחוה וברעות.
 
ס'איז מיר שװער געװען פֿאַרװאָס מען בעט אינעם יהי רצון פֿאַר לאַנגע יאָרן בֿכדי שנוכל לתקן את אשר שחתנו. װיבאַלד נעטו טוט מען אין אַ טאָג מער עבירות װי מצוות איז װיאַזױ קען מען פֿאַררעכטן װאָס מען האָט פֿאַרדאָרבן דורך לאַנג לעבן, מיט לאַנג לעבן װען מען דאָך נאָך מער זונדיקן? נאָר איך מײן אַז פּשט איז אַז אױף דער עלטער פּײגערט אָפּ דער יצר הרע און ס'הײבט זיך אָן צו דאַכטן אַז מען טוט תשובה. אַז מען האָט אָבער נישט קײַן יאָרן קומט קײנמאָל נישט אָן דער געלעגענהײט חרטה צו האָבן אױפֿן יוגנט. דער בעל יהי־רצון האָט זיך אָבער נישט געראָכטן אױף אונזערע צײַטן װען מיט אַ רעצעפּט קען מען זיך פֿאַרשאַפֿן װיאַגעראַ אפֿילו אױפֿן עלטער.
 
די קשיא 'למה רגשו גויים?' איז אָבער אַ בעסערע קשיא און טראָץ אַלע תירוצים אין די היסטאָריע ביכער בלײַבט עס אַלץ שװער. און דער תירוץ? יושב בשמים ישחק, ער לאַכט זיך אױס פֿון אונז אַלע. נו, זאָל ער לאַכן געזונטערהײט, אַבי נישט ערגערס.
נכתב על ידי , 1/9/2003 21:40  
11 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)