כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
ספטמבר 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | | |
| 9/2003
מפֿרסמין עושי מצווה און װער זענען די צדיקים װאָס ס'פֿאַרלאַנגט זיך אַז מען זאָל זײ מפֿרסם זײַן? די עירוב רײַסערס? די חסידי אומות העולם װאָס זענען מחמיר װי ר' משה און געבן אַכטונג אַז ייִדן זאָלן נישט מטלטל זײַן ד' אמות ברשות הרבים? די בעלי צדקה װאָס זעצן אָן? די מנהלים װאָס אױף צו פֿירן אַ מיסט קאַסטן זענען מאַנכע פֿון זײ אױך נישט פֿעיק? די יושבי על מדין װאָס געהערן אַסאַך מאָל אין דער גהינום װאָס ברענט זײ אונטערן בענקל? נײן, די אָ קדושים וטהורים זענען צו פֿײַן און ערלעך צו ערשײנען אױף קטלא קניא'ס בלאָג. בקהלם אל תיחד כּבודי בעטן זײ אַוודאי דרײַ מאָל אַ טאָג און איך װיל נישט מען זאָל חלילה זאָגן אַז גאָט איז נישט מקבל זײערע תפֿילות. איך מײן נישט אַנדערש װי פֿרומקע הירש און עלקי שטערן, (פֿאַר אַזעלכע נעמען אַַלײן װאָלט איך אַנטלאָפֿן). מיט זײער ויִברח האָבן זײ געמאַכט אַ קידוש השם װאָס ס'איז נישט דאָ איר גלײַכן. אײגענטלעך איז דער קידוש השם נישט אין דאָס אַנטלױפֿן נאָר אין די ערי מקלט װאָס זײ האָבן זיך אױסגעװעלט. װען מען זאָל זײ האָבן געפֿונען אײַנגעשריבן אין אַ קאַלעדזש אָדער אַ יוניװערסיטעט און זײ זאָלן זאָגן אַז בײַ חסידים לערנט מען נישט עפּעס אַנדערש אױס װי שאָקלן לולב און מאַכן אשר יצר, װאָלט עס געװען אַ שרעקלעכע חילול השם. און אַז אין דרײַ, פֿיר יאָר אַרום װאָלטן זײ אָנגעקומן מיט זײערע דיפּלאָמאַס און מען װאָלט אױף זײ געװיזן כּזה ראה וקדש, דעמאָלסט װאָלט געװען אַ קריזיס. די כּלל טוערס און גאָט פֿֿאַרזאָרגערס װאָלטן געבליבן אײַנגעזאַלצן װי לוטס װײַב. מה עשה הקב"ה? ער האָט זײ אַרײַנגעלײגט אין קאָפּ אַז זײער גליק ליגט אין פֿֿיניקס, אַריזאָנע און זײ זענען אַהינגעפֿאָרן עס אױפֿזוכן. לױט דער צײַטונג האָבן זײ געדינגן אַ דירה אין אַ נידעריקע געגנט און געגאַנגן קױפֿן שמאָלע טי־שירטס און הױזן. די לצים קענען יעצט זאָגן 'ביז אַריזאָנע מיז מען פֿאָרן פֿאַר אַ פּאָר הױזן?װאָס איז, באָראָ פּאַרקער הױזן איז זײ שױן נישט גוט? בעסערע מענטשן מיט אַ גלעזל סאָדע װאַסער, װאָס?' די אױבער חכמים און די קאַרפּנקעפּ קענען שטײן און מקהיל זײַן קהילות ברבים און געבן צו פֿאַרשטײן אַז די מײדלעך זענען אַ רחמנות און זײ מײנען אַז מיט אַ פּאָר הױזן קױפֿט מען זיך אײַן עולם הבא (כּל שקר שאין אמת בתחילתו...) און װען מען זאָל זײ נאָר געבן צו שפּירן דעם טעם פֿון אַ שבת װאָלטן זײ שױן גאָרנישט געדאַרפֿט. און די עצה דערצו איז זײ שנעל חתונה מאַכן און דערנאָך װעט זײ אַרױספֿליען פֿונעם קאָפּ די פֿלאַטערלעך. די יודעי דבר קענען זיך צושטעלן צום קרעמל, זיך אױפֿהײבן די אױגן ברעמן, צומאַכן די אױגן און שאָקלן מיטן קאָפּ 'װער װײַסט װאָס נאָך איז מיט זײַ פֿאָרגעגאַנגן...' און דער עולם װעט שטײן ערשטױנט אַז עד כּדי כּך. די מלמדים, און די לערערס, די מנהלים און מנהלות, די ראשי ישיבות און די בעלי השקפֿה פֿון די סעמענאַרן, בקיצור מרנן ורבנן חבורתא קדישתא קענען יעצט מאַכן הקהל מיט זײערע תלמידים און תלמידות און זאָגן, נײן שרײַען און שטעכן דער לופֿט מיט זײער הפֿסק טהרה פֿינגער, 'אָט דאָס פּאַסירט אַז מען גײט אַװעק פֿון דער תורה. װאָס מײנן ענק זײ זוכן בילדונג? זײ זוכן תכלית? זײ זענען אינטעלעקואַלע דענקערס? אַ נעכטיקן טאָג. טאַװעס, גראָבע טאַװעס דאָס האָט זײ פֿאַרפֿירט. עבדא בהפֿקירא ניחא להו און מיר דאַרפֿן װיסן אַז דער דרך ישראל סבא איז די אײנציקסטע װעג פֿאַר אַ ייִד. געבטס נאָר אַ קוק װי פֿרומקע איז פֿרײַ געװאָרן צו זען װי פּוסט איז אַ לעבן אָן תורה.' ממש זיך צו באַלעקן די פֿינגערס. אונזערע חינוך סיסטעם איז געשטעלט אױף אײן זאַך׃ מאַכן ערלעכע ייִדן.אַלעס אַנדערש איז אַ טפֿל. סײַ צי ס'איז מאַכן תלמידי חכמים און אנשים חכמים ונבונים סײַ צי ס'איז מאַכן מענטשלעכע מענטשן. אַלעס איז אַ טפֿל צו האָבן ייִנגלעך װאָס גײן אַ יאַרמעלקע און פּיאות און מײדלעך װאָס גײן דיקע שטרימפּ און לאַנגע אַרבעל פֿון װען זײ קומן אַרױס פֿון די װינדלעך. דאָס איז די ייִדישקײט אױף װאָס מען בױט מוסדות און דאָס מײנט מען װען מען רעדט פֿון מסירת נפֿש אױף אַ קוצו־של־יוד. נישט נאָר איז נישט דאָ ע' פּנים צו אונדזער תורה, נאָר אפֿילו דאָס אײן פּנים װאָס מיר האָבן פֿעלט אױך אַ נאָז און אױגן. פֿאַר דעם סאָרט ייִדישקײט אָנצוגײן איז עס נײטיק אַז װען אַ בחור פֿאַלט אַרױס פֿון אַ ישיבה זאָל ער גײן רײכערן דאָפּ, און װען אַ מײדל פֿאַלט אַרױס זאָל זי זיך קױפֿן הױזן, לעכערן איר נאָפּל, זיך באַצירן מיט אַ חח ונזם טבעת וכומז און שלאָפֿן מיט װעם ס'לאָזט זיך. אױף דעם אַרױף נעמט מען צו דער מעגלעכקײט פֿון קינדער צו באַשליסן װען זײ װערן עלטער את הדרך אשר ילכו בה. דער גיבור װאָס האָט דער מסירת נפֿש פֿון אברהם אבינו אַלעס איבערצולאָזן און גײן װאַנדערן אױף נישט אױסגעטרעטענע שװעלן מיז זיך אַן עצה געבן אָן אַ שפּראַך צו לײנען און שרײַבן, און אפֿילו רעדן קען ער קױם געהעריק, אָן אַ װיסן פֿון היסאָטריע מאין באת און אָן אַ װיסן פֿון גיאָגראַפֿיע צו פֿאַרשטײן לאן אתה הולך. דאָס איז אַלעס פֿון אינדערױסן. פֿון אינערװײניק ראַנגעלט ער זיך מיט פּטור װערן פֿון די שולד געפֿילן װאָס קומן פֿון װיסן צו גוט דעם לפֿני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון. איז עס אַ װוּנדער אַז די אָפּגעפֿאָרענע זענען פֿיל מאָל למשל ולשנינה בײַ די ייִדן װאָס קוקן אױס אױף זײ מיט קנאה פֿאַרן גײן און מיט שנאה פֿאַר זײ איבערלאָזן? נאָך אַזאַ חינוך איז דאָס פֿֿאַרדאָרבנקײט, װי ביל גײטס זאָגט, נישט אַ 'באָג', נאָר אַ 'פֿיטשער', נישט אַ פּסול נאָר אַ הידור. מען טוט אונדז אַלע פּראָגראַמירן מיט אַ זעלבסט פֿאַרטיליקונג מאָד װאָס הײבט אָן צו פֿונקציאָנירן אַזױ װי מען לאָזט איבער די כּותלי ביהמ"ד. בלױז יחידי סגולה אַלעדיגן דאָס צו דיפֿיוזירן. די פֿראַגע מיט אַלע בחורים און מײדלעך װאָס פּאַסן זיך נישט צו איז אַ פֿונדאַמענטאַלע. קען דאָס חרדישע לעבנסשטײגער זײַן אַ מאַסע באַװעגונג צי נישט? האָט עס אין זיך גענוג פֿאַרבן און פֿאַרשידנקײט אַז יעדער זאָל זיך קענען טרעפֿן אין איר דאָס פּלאַץ, אָדער איז עס נאָר פֿאַר די װאָס קענען זיך צופּאַסן צו אַ לעבן װאָס פֿון מודה אני ביז המפּיל איז מען קאָנטרלאָירט אױף יעדן שריט און טריט? און נאָך המפּיל הײבט זיך עס הערשט אָן. איז עס מעגלעך צו האָבן אַ מאַסע סיסטעם װי פֿרױען טױגן נאָר אױף געבױרן, קאָכן און גײן אײַנקױפֿן און מענער קענען זײַן בלױז כּלי־קודש, סוחרים, געװעלבסלײַט אָדער אַרבעטאָרער? לעניות דעתי איז דער ענטפֿער לא מיט אַן אַלף. עס איז קײנמאָל נישט אַזױ געװען און ס'קען נישט אַזױ זײַן. די תשובה צו די טענות איז געװײנטלעך צװײפֿאַכיק. ערשטעטנס, אױב אַזױ פֿאַרװאָס פֿאָרן מער נישט אָפּ? און מען אַטאַקיערט עס פֿון דער צװײטער זײַט אַז מען האָט דאָס כּסדר געזאָגט אױף ייִדישקײט און מיר האָבן אַ הבטחה כּי לא תשכח מפּי זרעו. אױף דער ערשטע טענה, ראשית כּל איז עס נישט אמת װײַל ס'פֿאָרן אָפּ קינדער פֿון נאָרמאַלע געזעצטע שטיבער אױך. אָבער אפֿילו אַז ס'איז יאָ אמת איז עס אױך נישט אַ סתירה. יעדער קעגן באַװעגונג הײבט זיך אָן פֿון די פֿראַנזן און עסט זיך אַרײַן. אױך אױף אונזערע ישועה װאַרטן מיר אױף אַן עני רוכב על החמור נישט אױף אַן עסקן אין אַן עס־יו־װי. די רעװעלוציע װעט זיך נישט אָנהײבן בײַ די װאָס פֿאַרברענגן זײערע טעג קרײַזלן די פּיאות און פֿלעכטן די צעפּ. ס'װעט זיך אָנהײבן, צי ס'האָט זיך שױן אָנגעהױבן, בײַ די קינדער פֿון צובראָכנער שטיבער, בײַ די יתומים און בײַ די שטיבער װוּ די קינדער װילן אַהין נישט צוריק גײן. כּך הוא דרכה של רעװעלוציע און סאָציאַלע איבערקערענישן. די שלום עלי נפֿשיניקעס קומן שטענדיק אַרױף אױף באַן דאָס לעצטע װײַל זײ האָבן דאָס מערסטע צו פֿאַרלירן פֿון היפּוך סדרי בראשית. װײַטער אױפֿן טענה אַז ייִדישקײט װעט שטענדיק אָנגײן און איך און מײַנע גלײַכן זאָלן פּיקן זאָג איך הלוואי. און נישט נאָר איך װעל נישט פּיקן נאָר איך װעל אױך צו שטײַער געבן. געדענקט אָבער אַז כּלל ישראל האָט מען נישט אױסגעװעלט פֿאַר זײערע נומערן, לא מרובכם חשק ה' בכם כּי אתם המעט מכּל העמים. די פֿראַגע דאָ איז צי אַזאַ שמאָלע אױסטײַטשונג קען האָבן אַ קיום פֿאַר מאַסן. איך האַלט אַז נישט. מיר לעבן אין דער מערבדיקע װעלט, מיר געניסן פֿון אַלע מעטיריאַליסטישע לוקסוסן פֿון אונדזער װעלט אָבער אינטעלעקטואַליש גײן מיר אױף צוריק. מען דרײט זיך אַרום און מען זעט אַ דעקאַדענץ אין אונדזער פֿירערשאַפֿט װאָס עסט אַװעק אַלעס װאָס איז בײַ אונדז טײַער און הײליק. װי אברהם לינקאָלן האָט געזאָגט מען קען נישט יעדען אױסנאַרן לעולם ועד. די סתירות און דער אין־זינענשאַפֿט פֿון אונדזער לעבן שרײַען אױס יעדן טאָג װאָס העכער ואין עונה. כּדי זיך צו פֿאַרמעסטן מיט די פּראָבלעמן פֿאַרשאַפֿט מען זיך נײַע שונאים אין דער חילונישע געזעלשאַפֿט און מען עקספּאָטירט דער שנאה קײַן חוץ־לארץ. אַזױ אױך אַז עלטערן שטעלן אַרײַן זײערע קינדער אין 'מאָדערנערע' שולן װוּ מען לערנט עטװאָס מיט די קינדער װאַרפֿט מען פּחדים אַז דאָס איז דאָס ערשטע טרעפּל צו שמד. אַזױ אױס װערן די סיבות װאָס און װער מיר זענען אַלע נעגאַטיװע, נישט צו זײַן װי די חילונים, נישט צו זײַן װי די גױים װאָס מיר זען אין אונדזער אורבאַנער לעבן און אַזױ רעדט מען זיך אײַן מען װעט צאַמהאַלטן דאָס יוגנט. מען פֿאַרלאָזט זיך אװדאי אַז ס'איז בלױז דאָ אַ ברכה שלא עשני גױ און נישט שעשני ישראל.
דאָס אַז ס'בליט שױן אַזױ לאַנג איז אױך נישט אַ פּירכא. דאָס איז פֿאַר פֿאַרשידענע סיבות ובראשם דער חורבן אינעם לעצטן קריג. אַצינד לעבן מיר אָבער אין אַ דור אשר לא ידע את יוסף, קינדער און בחורים װאָס קענען קױם ייִדן װאָס האָבן מיטגעמאַכט אין די לאַגערן און דער שפּראַך פֿון מסירת נפֿש רעדט מער נישט צו זײ. לײנענדיק שו"ת ספֿרים און היסטאָריע ביכער זעט נישט אױס אַז אין דער פֿאַרגאַנגענהײט איז דאָס ייִדיש לעבן געװען װי אונדזערע. יערות דבש רעדט נישט פֿון שמירת הלשון אפֿילו אױפֿן טעלעפֿאָן נאָר פֿון מײדלעך און בחורים װאָס גײן אַ טענצל. ס'איז כּדאי צו לײנען נודע ביהודה צו זען װאָס פֿאַר אַ שמאַלציקע עבירות מען האָט מקיים געװען אין זײַנע צײַטן. אײדער איך װוּנטש אײַך אַ גוטן שבת מיז איך זאָגן אַז ס'איז נישט כּאילו מען טוט גאָרנישט דערצו. מען רעדט הײַנט צו עלטערן װעגן פּערענטינג, װיאַזױ אױפֿצוהאָדעװן די קינדער, און פֿון באַגריפֿן פֿון ליבשאַפֿט און געפֿילן װאָס אַמאָל װאָלטן געװען טמא במגע ובמשא. ס'איז אָבער נישט מער װי אַ פֿידלערײַ על נהרות בבל. די פֿונדאַמענטאַלע פֿראַגעס האָט מען מורא צו פֿרעגן, אָדער מען פֿרעגט די גדולי ישראל װאָס מען װײסט זײערע תשובות נאָך פֿאַר מען האָט אָנגערירט זײער קלאַמקע. מען טאַנצט אַביסל לענגער אַרום דעם פֿײַער אױף ל"ג בעומר צו געבן די קינדער 'ע גוד טײַם' און מען מײנט אַז מען װעט אַלעס לעזן מיט טײלן פֿאַר די קינדער נאַשערײַען און זײ חתונה מאַכן בײַ די זיבעצן. אױף מחזק צו זײַן די אײַנרעדענישן און פֿאַרװאָס מיר האָבן זיך פֿון קײנעם נישט צו שעמן זענען עלקי און פֿרומקע געװען נישט װײניקער װי שליחי דרחמנא. האָטס מיר אַלע אַ גוטן שבת, און בײַ די תוכחה װוּנדערט אײַך פֿאַרװאָס באַקומט מען אַ קאַרגע פּרשה פֿון ברכות און קללות מלא חפֿניים.
| |
|