קטלא קניאאַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער |
כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
ספטמבר 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | | |
| 9/2003
זמני תשובה ממשמשין ובאין די ימים נוראים זענען פֿאַר מיר אַ קאָמפּליצירטע צײַט. פֿון אײן זײַט זענען די װאָכן אָנגעזאַפּט מיט ייִדישקײט פֿונעם אשרי יושבי ביתך אױפֿן ערשטן טאָג סליחות ביז דאָס טענצל פֿון ישועת ה' כּהרף עין אױף מוצאי שמחת תורה. פֿונעם צװײטן זײַט אָבער איז עס דאָך ייִדישקײט און װי אַלע ייִדישקײטן איז עס פֿון די אלו דברים שאין להם שיעור. נישט אײן טאָג סליחות נאָר צװײ װאָכן, אײן טאָג ראש השנה איז צו קאָרץ האָט מען געמאַכט דערפֿון אַ יומא אריכתא, און װאָס װאָלט שלעכט געװען אײן געזונטן פּאָנטש יוצא צו זײַן אַלע על חטאס? מוצאי יום הקדוש מיז מען גײן מחיל אל חיל און באַלד אָנהײבן בױען דער סוכה, ד' מינים, הושענות און אַזױ װײַטער ביז אַז װען מען קומט אָן צו מוצאי שבת בראשית שפּירט זיך עס װי מען לױפֿט אַ מאַראַטאָן שױן באַלד אַ חודש און דערצו אין אַ שטרײַמעל אין בעקיטשע. בײַ מיר הײבט זיך אַלעס אָן שבת נחמו בײַ מנחה בײַ דער קדמא ואזלא פֿון שמלתך לא בלתה מעליך. די דרײַ װאָכן זענען שױן פֿאַריבער, מען טרײסט זיך שױן, די זון קומט אַרױס אַביסל שמײכלן, אָבער אין דער זרקא סגול אױף ויענך וירעיבך, און ער האָט דיך געפּײַניקט און אױסגעהונגערט, הערט מען פֿון דער װײַטענס אַ שטורעם װאָס איז אונטערװעגענס, כאָטש ס'איז דערװײַל אַפּאָר טאָלן אַװעק. ס'װערט צוריק שטיל און מען האָט װײַטער הנאה פֿון די זונענדיקע טעג. מען באַװוּנדערט נפֿלאות הבורא אױף אַלע גאַסן, מען לאָזט זיך אַביסל װױל גײן און מען גײט באַזוכן דעם ים װוּ מען זעט ממש אָפֿענע נסים. רש"י זאָגט אױפֿן פּסוק װי ס'דערצײלט אַז די ייִדן האָבן זיך געשטעלט אַרום דעם שטײן װאָס משה האָט געשלאָגן, זאָגט רש"י אַז דאָס אַז אַלע ייִדן האָבן זיך געקענט שטעלן אַרום אײן שטײן איז אײנס פֿון די פּלעצער װוּ דער װינציקער האָט געקענט אײַנהאַלטן דער מערערע. רש"י האָט אַמאָל געזען אַ פֿירשטין אױף אַ לאָשיק האָט עס אים געהאָלפֿן אױסמאָלן דער איפֿוד, אױפֿן ביטש איז ער זעט אױס נישט געװען װײַל דאָרט קען מען זען װאָס הײסט מיעוט מחזיק את המרובה. צװײ קלײנע כּוסעלעך װאָס אפֿילו אױף מים אחרונים זענען זײ צו קלײן האַלטן אײַן אָן אַ גוזמא פֿיתום און רעמסס. כּוסעלעך װאָס כאָטש מען פֿילט זײ אָן װי בײַ הבדלה פֿליסן זײ להכעיס נישט איבער. מעשה נסים װאָס ליגן ממש אונטער די פֿיס. דאָס זענען די עבירות שאדם דש בהם בעקביו, װאָס אַ מענטש אַז ער געבט נישט אַכטונג קען ער זײ צוטרעטן מיט די פֿירשט. דאָס אכּלל איז דער זומער בלשון נקייה. מען װײסט אַז ס'קומט אַ שטורעם, דער הימל װעט נישט שטענדיק בלײַבן בלױ אָבער מען כאַפּט אַרײַן װיפֿיל עבירות מען קען אײדער מען הײבט אָן זאָגן לדוד ה' אורי. שבת מברכין אלול און מען שפּירט אַז ס'בלאָזט אַ װינטל. אַז ס'קומט ראש חודש און תקיעת שופֿר הערט מען װי די דונערן נענטערן זיך און מען זעט װי דער הימל װערט אַביסל גרױ. מכּאן ואילך לאָזט מען שױן נישט פֿאַרגעסן אַזױ שנעל אַז דער פּראָצעס הײבט זיך אָט אָט אָן. מען לײנט די הױכע השקיפֿה ממעון קדשך און בליצן באַװײַזן זיך אױפֿן האָריזאָנט. די זרקא סגולס אױף לא יאבה ה' סלוח און גפֿרית ומלח זענען װי די שליסלעך פֿון אַ תפֿסן אין אַ געריכט זאַל. הנסתרות לה' אלקינו געבט אַ װידער קול צו די קלאַנגן און זײערע מעגלעכע באַדײַטן. ס'איז שױן ערב שבת סליחות און מען פֿילט שױן די ערשטע טראָפּן פֿונעם רעגן. מ'האַלט נאָך נישט אַ שירעם אָבער מען קוקט אַרױף צום הימעל מיט די הענט אױסגעשטרעקט זיכער מאַכן אַז ס'איז טאַקע רעגן. מוצאי שבת און דער גאָס איז דאָ. ס'דונערט און בליצט און דער װעטער אױסבליק איז קולות וברקים ביז נאָך קול מבשר מבשר ואומר. כאָטש איך װײס אַלע געפֿילן װאָס װעלן מיר אַריבער גײן אין די נעקסטע פּאָר װאָכן טוט זײערע אָפֿטקײט נישט שטומפּיק מאַכן זײערע שאַרפֿקײט און איך בין אומװעלענדיק מקיים יהיו בעינך כּחדשים. איך װײס שױן אַז איך װעל שפּירן שולד געפֿילן אַז איך זאָג סליחות מוצאי שבת און איך שטײ נישט אױף כּנהוג מקדמת דנא, אָבער איך װײס אַז טאָמער װעל איך עס איבערלאָזן אױף זונטיק אינדערפֿרי װעל איך פֿאַרשלאָפֿן. איז װאָס איז בעסער מחשבה כּמעשה זונטיק אינדערפֿרי אָדער די מעשה אַלײן מוצאי שבת? פֿון די צװײ װאָכן סליחות װעל איך דאָ און דאָרט אַפּאָר פֿאַרשלאָפֿן אָבער איך װעל אױך אַרײַנכאַפּן אַפּאָר. דאָס איז דער טבע פֿון ייִדישקײט׃ מען פֿאַרלאַנגט אַ געװאַלד און ממילא קען אַיעדער אַביסל אַרײַנכאַפּן, אָבער מען פֿאַרלאַנגט אַזױ פֿיל אַז װיפֿיל מען זאָל נישט טון איז דער באַשעפֿער שטענדיק גערעכט װען ער דערלאַנגט אַ פֿראַסק. ס'איז דאָ גענוג צו קענען זאָגן פֿאַר דער בעל תשובה װי דער באַשעפֿער קװעלט מיט זײַנע מצוות און פֿאַר דער ישיבה בחור, 'זאָג נאָר דו שעמסט דיך נישט?' װײַל ער האָט זיך געקױפֿט אַ שאָקאָלאַד אין חודש אלול. ערב ראש השנה, זכור ברית שטעלט מען צו אַ סליחות װאָס װען ס'װאָלט געװען אַ סעודה װאָלט מען געקענט דערפֿון שפּײַזן די הונגעריקע פֿון אַפֿריקע און ס'װאָלט נאָך געבליבן אױף קינוח סעודה. דערװײַל איז עס אָבער אַ סליחות און מען דאַרף זיך ברעכן די צײן איבער װערטער װאָס האָבן נישט קײַן באַדײַט, נאָכלױפֿן די קל מלך יושבס װי אַ גזלן, זיך איבעררײַסן דעם גאָרגל בײַ ויִקרא בשײַײַײַײַם השם און דאָס איז נאָך פֿאַר השם השם. פֿרעגט מיר בחרם פֿאַרװאָס ס'איז מיר שטענדיק באַשערט צו האָבן אין מײַן בי"ד אַ בר נש װאָס קען נישט קײַן עיברי. איך רעכן זײ אַרײַן אין מײַן תכלה שנה וקללותיה און איך בעט אַז מײַנע שמעו נא רבותיס זאָלן האָבן געשליפֿענע צונגלעך. ראש השנה װעל איך אַרײַן קומן אין אַ האַלב לײדיקע שול װײַל דער עולם איז געפֿאָרן זיך װײקן בײַם רבין. איך װעל מיך בענקן צו די טעג װען איך בין אױך געװען בתוך הבאים, װען איך האָב אין זינען געהאַט בײַ דער לעצטער שמונה עשרה פֿון דער יאָר צו פֿאַררעכטן אַלע קאַליקע שמונה עשרהס, װען איך האָב געלערנט ראש השנה בײַ נאַכט צװישן מנחה און מעריב כּדי צו באַהעפֿטן די צװײ יאָרן מיט תורה און װען איך פֿלעג אױסרעכענען מײַנע עבירות בײַ תקיעת שופֿר אַז דער װידוי זאָל זיך אַרײַנכאַפּן אין דער שפּאַרע װוּ די תקיעות גײן אַדורך. איך װעל מיך בענקן אָבער איך װיל נישט פֿאָרן. װײַל ס'רעדט שױן נישט צו מיר? װײַל איך האָב מורא אַז ס'װעט רעדן צו מיר? איך װעל שעפּן נחת זינגענדיק מיט מײַן זין האַ האַ האַ האַ האַ האַ האַ... אָבער די פֿיס װעלן מיר צופּלאַצט װערן פֿון די לאַנגע שמונה עשרהס, און דערנאָך אַ לדוד מזמור מיטן דיקרנוסא. איך װעל יעדן פֿרײַנדלעך װינטשן לשנה טובה תכּתב ותחתם אָבער צאַרטיק צוריק ציען מײַן האַנט פֿון די פּגעים װאָס װאַרטן איך זאָל ערשט ענדיקן מײַן װינטש פֿאַר זײ װעלן מיר פֿאַרגינען זײערס. אין דער הײם נאָך קידוש װעל איך זינגן מיט מײַן טאָכטער 'דיפּ זע עפּל אין זע האָני', הערן דער מיטאָס פֿון זעקס הונדערט און דרײַצן קערל אין אַ מילגרױם, זאָגן יהי רצוןס איבערן קאָפּ, תרתי משמע און פֿאַרזיכן צו געניסן פֿונעם יום טוב. איך װאָלט געװאָלט שפּירן װאָס עזרא האָט געזאָגט פֿאַר די עולי בבל אַז חדות ה' היא מעוזכם, אין ראש השנה איז די פֿרײד פֿון גאָט אײַערע שטאַרקײט אָבער די מעטאַפֿאָרן פֿון בוכהאַלטערײַ און פֿון אַ פּאַסטעך װאָס באַקוקט זײַנע שאָף האַלטן צוריק דער שמחה. מײַנע געפֿילן װעלן זיך הײבן שבת בײַ מוסף אַז מען קען אױסרעדן און די פֿיס װערן נישט צושאָסן פֿון װאַרטן אױף די תקיעות, און זיך נאָך מער הײבן אַז מען איז פּטור אַ תשליך װײַל ס'איז שבת. שפּעטער װעט מײַן געמיט צוריקפֿאַלן װען מען דאַרף אַלעס טון אױפֿן צװײטן טאָג. ס'װעט בלײַבן נידעריק אױף די עשרת ימי תשובה מיט די לאַנגע סליחותן, זכרינו לחייםס, פֿאַרגעסענע הקל הקדושס, אבינו מלכּנוס, יהי רצונס, און די שבת שובה דרשות. ערב יום כּיפּור װעל איך מאַכן כּפּרות אױף אַ צװאָנציקער און זיך בענקן צום האָן אין בני אדם, די טרערן װעלן זיך שטעלן אין מײַן האַלץ װען איך בענטש די קינדער און זײ װעלן װעלן אַרױסלױפֿן פֿון אונטער מײַנע הענט. דער דאָרשט װעט שטיקן נאָך כּל נדרי אָבער אַז מען קען נישט קען מען נישט. און אַזױ װײַטער נעילה, ד' מינים, סוכּות, הושענות און אַזױ פֿיל ייִדישקײט אַז װען מען האַלט שמחת תורה טאַנצט מען װײַל מען זעט שױן דעם סוף דערפֿון. און װאָס זאָגן אונדזערע ייִדעלעך עם קדושים? זײ זינגן אױף שׂמחת תורה אשריך ישראל מי כמוך. גײ זײַ אױף זײ אַ מבין. שטעלט אײַך אָבער פֿאָר װיאַזױ מען װאָלט געטאַנצן װען מען זאָל נישט דאַרפֿן װידער אָנהײבן בראשית. איך בין פֿאַרפֿאָרן װײַל מען האַלט נאָך קױם בײַם שװעל פֿון שבת סליחות און איך קיש שױן דער מזוזה אױף אַרױסצוגײן. לאָמיר אַרײַן טאַנצן אין די ימים נוראים אַזױ װי קינדער טאַנצן דער ערשטער מאָל אַרײַן אין מקווה. זײ מאַכן זיך צו די אױגן, טאַנצן אַרױף און אַראָפּ, אַרױף און אַראָפּ ביז זײ געבן ענדלעך אַ טונק אײַן דעם גאַנצן קאָפּ און קומן אַרױף װי אַ זיגער פֿונעם שלאַכטפֿעלד. זאָלן מיר אױך זיגן און זיך אױסבעטן אַ גוט געבענטשט יאָר. ביז אַהין צינד איך מיר אָן בערעגאָװסקיס חתונה, ס'שפּילט אַ דױנע און איך מיטן קלאַרינעט אין אײנעם גיסן מיר הײסע טרערן.
| |
|