קטלא קניאאַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער |
כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
ספטמבר 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | | |
| 9/2003
צעקת הדל מזל טוב! מײַן שכן האָט אַ שידוך געטון מיט זײַן זון. מײַן שכן איז אַ מלמד און די כּלה איז די טאָכטער פֿון עפּעס אַן אַנדרע כּלי קודש. די כּלה איז די עלטסטע בײַ אירע עלטערן און מענטשן האָבן זיך געחידושט אַז זײ האָבן שױן אַזאַ גרױסע טאָכטער. דער חידוש איז אָבער נישט געװען אַזױ גרױס װען מען האָט געהערט אַז זי איז אינגאַנצן זיבעצן. מײַן שװעסטער האָט אױך אַ טאָכטער פֿון די יאָרן און אַסאַך שדכנים האָבן איר שױן געראָטן אַז טאָמער זי װעט נישט גיך אַ שידוך טון קען זי בלײַבן אױפֿן פּאָליצע װײַל מען צוכאַפּט אַלע װױלע בחורים. בײדע מחותנים פֿאַרמאָגן צװישן זיך קױם אַ צעקת הדל און מיר איז באַלד אײַגעפֿאַלן אַ װאָרט. מען זאָגט אין נשמת ועני ואביון מגוזלו. דאַרף מען דאָך פֿאַרשטײן (אױפֿן נוסח פֿון קשיות פֿון שלש־סעודות תורות) װאָס איז דער כּפֿל הלשון? װאָס װאָלט שלעכט געװען אַז ס׳שטײט בלױז עני צי אביון? נאָר דער עני און דער אביון זענען די צװײ מחותנים, צװײ באַזונדערע מענטשן. מען איז אױף זײ מתפּלל אַז גאָט זאָל זײ העלפֿן פֿון זײערע רױבער. און װער איז ער? ס׳קען נאָר זײַן אײנער׃ דער שדכן.
| |
|