כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
ספטמבר 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | | |
| 9/2003
ליפּא בדרך אָדער על פּרשת דרכים? אין די װאָכן װאָס איך האָב פֿאַברענגט אױף װאַקאַציע און איבערגעלאָזט מײנע טײַערע לײענערס װי אַ דאָרף אָן אַ הונט האָב איך אַסאַך פֿאַברענגט מיט מײַנע קינדער און אױך אַסאַך פֿאַרברענגט אין מײַן קאַר. אַז מען פֿאַרברענגט אין דער קאַר מיט קינדער אַ לאַנגע צײַט מיז מען מאַכן פּשרות איבער מוזיק. נישט נאָר צװישן די קינדער, דער װיל אַ מעשה און דער װיל מוזיק, דער װיל בן דוד און דער װיל אָנקל מױשי און אַזױ װײַטער, מען דאַרף אױך מאַכן פּשרות מיט די ערװאַקסענע. איך קען נישט הערן לײבל (לענאָרד) כּהן מיט די קינדער װײַל ער איז צו מרה שחורהדיק פֿאַר קינדער און אַסאַך פֿון זײַנע ליריקס זענען נישט פּאַסיק פֿאַר קינדער, אַנדרע זינגערס זענען צו רעשיק, כאָטש באָב דילען איז זײ יאָ געפֿאָלן. אַזױ איז מיר אױסגעקומן צו הערן ליפּא שמעלצערס לעצטער סידי 'ליפּא בדרך'. איך האָב שױן ליפּאן געקענט פֿון זײַן דעביוט אַלבום 'חברים' און ער האָט דעמאָלסט נישט נושא חן געװען בײַ מיר. ער האָט זיך דערהערט װי אַ ייִדישע װערסיע פֿון מרדכי בן דוד, װאָס איז אַלײן אַן ענגלישן איבערזעצונג פֿון אַ חסידיש/ייִדיש סטיל װאָס איך על כּל פּנים דערקען נישט. פּריטענציעס צו חסידות אױף ענגליש זענען קײנמאָל נישט געװען צו מײַן טעם. דאָס צוריק צו ייִדיש הערט זיך װי אַ גױ ששבת. דערצו האָט ער מיך נישט איבערגעװוּנען מיט זײַן פֿאָנפֿאַטע אַקסענט 'חבײַרים חבײַרים חבײַרים' און ניגונים מיט נעמען װי 'מײַן שעפֿעלע', 'טרערן' און אַ טרעריקע שמע ישראל. נישט פֿאַר נישט פֿאַרזיכן צו געפֿעלן נאָר פֿאַר זיך שטופּן צו שטאַרק. יתר כּנטול דמי לערנען אונדז חז"ל. איך האָב נישט נאָכגעקוקט זײַן אַנטװיקלונג און זײַן נעקסטע סידי 'לטובה' האָב איך נישט געקױפֿט און נישט געהערט. װען איך האָב געזען דעם איסור פֿון די רבנים אױף זײַן נײַעסטער אַלבום 'ליפּא בדרך' האָט ער רעגיסטריערט אױף מײַן ראַדאַר. עפּעס האָט ער אוודאי מחדש געװען אַז די רבנים האָבן פֿון אים מורא. שפּעטער האָב איך געלײענט אױפֿן נעץ און געהערט שמועסן, בפֿרט פֿון די נשים צדקניות, אַז ער איז 'האָט' און אַז ער איז גאָר אַ רעפּער האָב איך אים מער נישט געקענט איגנאָרירן. אין סתרי תורה קען מען בײַטן אַ בי"ת און מיט אַ פּ"ײ איז פֿאַרשטײט זיך אַז רביס האָבן מורא פֿון רעפּערס.
פֿֿונעם ערשטן מאָל הערן האָב איך באַלד געזען אַז פּנים חדשות באו לכּאן. ער האָט זיך ענדלעך געבלאָזן דער נאָז און ער האָט זיך אָפּגעלאָזט מיט טרערן און שעפֿעלעך. דער מוזיק האָט אַ נישקשהדיקן פֿרישקײט דערצו, מן הסתם פֿאַר דעם אַלײן אַז מונה רוזנבלום האָט נישט געהאַט אַ יד דערין. איך בין אָבער נישט דער גרעסטער מבין אױף מוזיק חוץ פֿון װיסן װאָס איך האָב ליב. דער מוזיק פֿון אַלע חסידישע פּאָפּ האָט אַ פֿאָרזעידיקײט צו דעם װאָס קומט װײַל ספֿעלט אין אָריגינעלקײט און גײסטערישקײט. ליפּא איז היפּש בעסער װי אַנדרע אין זײַן זאַנער און דער מוזיק איז אַ באַגלײטונג צו די װערטער און נישט אָנגעלײגט װי צו דיק געשמירטע פּוטער. װוּ ער שטײט אַ מײַל אַװעק פֿון בני דורו איז אין די ליריקס און אין די ניגונים, אױב ניגונים קען מען זײ רופֿן. כאָטש דער װאָס זוכט עמינעם און ראָבי װיליעמס װעט עס דאָ נישט געפֿונען טוט זײַן זינגן, זײַן סטיל און זײַנע ליריקס אױפֿמאַכן אַ נײַע טױער אין חסידישע מוזיק. מיר ייִדיש און גלות ליבהאָבערס קענען זיך רימען אַז נישט פֿון די זינגערס פֿון ירושלים איז נישט צו פֿאַרקױפֿן (בן־דוד), נישט פֿון חברון שליניקעס (פֿריד) און נישט פֿון די סאָװיעטישע זינגערס װאָס זינגען גדולי התורה הם מנהיגנו לעולם ועד(שװעקי) איז אָנגעקומן דער נײַער שטערן.
עס איז בײַ מיר נישט קײַן צופֿאַל אַז ס'שפּראָצט אַרױס פֿיל מער חסידישע שעפֿערישקײט פֿון חוץ לארץ װי פֿון דער האַרץ פֿון חרדילאַנד אין ישראל. אַז שעפֿערישקײט זאָל קענען בליען מיז עס קענען אָטעמן. בײַ אונדז אין דער טומאת ארץ העמים איז דאָ אַ גבול װיפֿיל מיר קענען זיך אײַנשפּאַרן פֿון אינדערױסענדיקע אײַנפֿלוסן און ממילא כאַפּט זיך אַלעמאָל עפּעס אַרײַן. אין ישראל אָבער קען מען בױען געטאָ מױרען װי הױך מען װיל און טאָמער מען רירט אָן אַ שטײן ברענגט מען אַראָפּ אַ רעגירונג. אין אַזאַ מצב איז אַלעס װאָס זײ רירן אָן פֿאַרפּעסטערט מיט זײערע לעבענס אױסבליק. 'לחייִם ייִדן' אַ ישראלישע ייִדישע מוזיק אױסגאַבע זינגט לײַכטשעציק פֿון שיסטערס און שנײַדערס. חידושים אין נגינה קומן אין די שװערע טריט פֿון נוסח באַנעט און ברײַער. לעומת זה, יהונתן שװאַרץ, אַ ישראלישע געבױרענע װאָס האָט אַרױס געגעבן זײַנע רעקאָרדינגס אין אַמעריקע, זינגט פֿון ייִדן װאָס נעמן די ברילן אין ביהמ"ד ערב שבת. יום טוב ערלעך, דער ערשטער אין דער פֿעלד איז אױך געװען אַן אײַנװױנער פֿון חוץ לארץ און אױך ער האָט געזינגן פֿון 'אַ לױערקע אַן אשה כּשרה'.
ליפּא איז אַ ממשיך אין דעם דרך און ער פֿאַרברײטערט עס. ס'איז מיר געפֿעלן װי ער דעמאָקראַטיזירט זײַנע ליריקס. נישט בײַ אים די װערטער פֿון בן־דוד װעגן בעכערס פֿיל מיט דער שכינהס טרערן, נאָר 'װאָס איז נײַעס, װאָס טוט זיך, װאָס איז נײַעס' און 'האָסט אַ פּאָר דאָלער?'. ער זעט שױן אײַן אַז פּסוקים פֿון תהילים זענען אױסגעדראָשן און אַנשטאָט האָט ער אונדז געגעבן מעשהלעך פֿון אונזער טאָג טעגלעך לעבן. מיט דעם אַלײן װעט מען נישט נאָך נישט שטורעמן דעם באַסטיל און זײַן 'געלט' ניגון איז אפֿשר נישט אַבאַס 'געלט קערט איבער דער װעלט'. ער איז אָבער אונטערװעגענס נישט געקוקט אַז זײַן 'דמיונות' ניגון פֿאָרט צו װײַט. האָט ער נישט געקענט טרעפֿן אַ בעסערע נושא פֿאַר אַ ניגון װי אַ פֿאַרביטערטער פֿאַרביסענער שלענגל װעם ס'דאַכט זיך אַז מען װיל אים נישט באָרגן אַ גראָזן שנײַדער? 'געט ע לײַף' זאָגט מען בײַ אונדז. און כאָטש מיר קענען אַלע לײדע צופֿיל אַזעלעכע טיפּן װאָס װידמן זיך אין אונדזערע שפּאַנענדיקע לעבן פֿון שלום זכרס און מלווה מלכּהס איז עס אַ שטאַרק קױמישער נושא פֿאַר אַ ניגון. אַ ניגון דאַרף אױסטון פֿון דער װעלט און כאָטש ס'איז גוט אַז סאַקערט אין די מעמעקים, איז דאָס אַזאַ שמאָלער צמצום װוּ אַ ניגון האָט נישט װאָס צו אַנטפּלעקן.
אין 'אַ כּפּרה', װעגן אַ ייִד װאָס װיל זיך לערנען בײַ אַ רבי װיאַזױ צו שלאָגן כּפּרות, איז ער אױף דעם אױסגעטרענעם שטראָז פֿון ערליך און יהונתן שװאַרץ. יהונתן שטײַגט אים למעשה איבער אין דער פֿעלד. אַז מען רעדט פֿון אַ רבי און כּפּרות פֿאַרלאַנגט זיך אַ קרעכטץ און װײניג קרעכטצן אַזױ אָטענטיש װי יהונתן. זיכער נישט ליפּא. די ליריקס זענען אױך אַ ביסל קױמיש מיט צופֿיל איבער געחזרטע כּפּרות און זה כּפּרתינו. אין 'חפֿץ חייִם' זינגט ער װעגן אַ מאַמע װאָס בעט אױף אַ קראַנק קינד און װי אירע תחינה פֿאַרמעסט זיך מיט אַ רביס תפֿילות. װידער נישט שלעכט געזינגן אָבער נישט דאָרט איז דער אמתע ליפּא.
אין 'געלט' און 'װאָס איז נײַעס' באַװײַזט ער װאָס ער קען. אַז ער פֿרעגט מיר װאָלט איך אים געזאָגט ער זאָל זיך האַלטן בײַ װאָס ער טױג אין בעסטן. די ליריקס זענען הומאָריסטיש מיט אַ שטאַרקע ייִדישער טעם, 'ס'קומט צו באַצאָלן/כּסף מנלן', בנוסף צו נישט אַביסל קריטיק אױף אַ גאָר אײדלן אופֿן. ער האָט נישט געקענט פֿאַרמײַדן דער מוסר השכּל װײַל בײַ פֿרומע מוזיק הערערס מיז מען אַרײַנשײַנען דעם מוסר השכּל אין די אױגן אַרײַן אַז מיר זאָלן שטײן בלײַבן װי אַ האָז פֿאַר אַ קאַר לאָמפּ. אַנדערש כאַפּן מיר נישט. ליפּא איז נאָך בחסד און ער װאַרפֿט עס אַרײַן כּאדם הפּורע חובו פּלוס ער איז עס ממתיק מיט הומאָר. אַז אַ סקװערער חסיד קען נאָך דער הילערי סקאַנדאַל דערמאַנען אין 'װאָס איז נײַעס', 'פֿאַר װעמען זאָל מען שטומען?' איז ער נישט נאָר אַ העלד נאָר ס'פֿאַרשטײט זיך פֿאַרװאָס מען האָט אים דאָרט שיער נישט געלײגט אין חרם. מײַן פֿרױ איז אױך געװען סקאַנדאַליזירט אַז ער רעדט זיך אָפּ אין 'געלט', 'איך קום אין שטיב/װאָס האָט מען ליב/מ'בעט שױן װײַטער געלט'. זי האָט עס אױסגעטײַטשט אַז ער רעדט זיך אָפּ אַז זײַן פֿרױ האָט מער ליב געלט װי אים. איך האָב מלמד זכות געװען אַז ער מײנט צו זאָגן אַ די פֿרױ װאָס האָט אים ליב װיל שױן װײַטער געלט. בכל אופֿן איז עס אומערהערט אַז חסידישער זינגערס זאָלן רעדן פֿון ליבע און פֿאַרדעם איז ער װידער אַ העלד.
אַז איך האָב קריטיק אױף די ליריקס איז עס אַז זײ זענען געצװינגן. דאָס איז אַ חסרון װאָס לױפֿט כּמעט דורך אַלע לידער. די װערטער זענען נישט געזעצט גראַמאַטיש, און, פֿיל ערגער, אױך נישט אידיאָמאַטיש. דער געװאַלד אױף אַרײַן שטיפּן װערטער שרײַט אױס נאָך מער װײַל ליפּא זינגט די װערטער װי אַ בעל קורא אױף פּרשת זכור. בײַ קאָנטרי זינגערס געפֿונט מען דאָס גאַנץ אָפֿט אָבער דאָ קלאַפּט עס נישט צו דער ריטעם פֿון ראַפּן װוּ דער קלאַפּ קומט פֿון די װערטער אַלײן און נישט פֿונעם גראַם. צוריק צו די ליריקס, 'בײַ ייִדן מען רעדט/װי שײן זײַן עס װעט', 'תשובה טון צו דיר אַזױ איך װיל'', 'כאָטש מ'איז פֿאַרשפּאַרט נאָך', 'דער שכן די טיר ער גיבט אַן עפֿן', און אַזױ כּהנה וכּהנה װי מען געװאַלדיקט די לידער צו מאַכן אַ גראַם. ער האָט טאַקע פּאָעטישע ערלױבעניש אָבער מיט פּאָעטישע ערלױבעניש קען מען זיך נישט שפּילן װי מיט בױען ערלױבעניש אין עזרת תורה. דאָס אַראָפּ פֿון האַרצן קען איך זאָגן װי ליפּא איז בײַ זײַן בעסטן. נישט בײַ דעם מײַסטער טרערן קװעטשערס ניגון, פּנחס װעבערס אבינו מלכּינו כאָטש די קינדערישע קולות זענען שײן צוגעפּאַסט צו עוללנו וטפּינו. אױך נישט אין דעם מזרח התיכונישע ניגון פֿון מי שאמר לעולמו די װוּ ער װײַזט זײַן גבורה װי אַ פֿאָלקס זינגער. (אַז מזרח התיכון איז כּשר הלמאי קען מען נישט זען אַביסל כּליזמער אײַנפֿלוסן?) איך מײן נישט עפּעס אַנדערש װי בײַ זײַן אײגענער תפֿילת הדרך. דאָרט באַװײַזט ער זיך װי אַ קראָנער (crooner) פֿון דער ערשטן קלאַס. סענטימענטאַליש אָן קיטש, װאַרעם אָן ציען טרערן מיט צװענגלעך, אַן אײַנפֿאַכע ניגון אָן קײנע דרײַען און שפּיצלעך און סקומט אַרױס מיט אַ מתיקות אָן פּריטענציעס. און נאָר ער קען עס טון אָן מפֿסיק זײַן מיט 'אױס' און 'װײס'.
בצאתי מן הקודש אפֿרוש כּפּי צו די ייִדישע זינגערס: טוטס אַ מצווה און זינגטס פּשוטע לידער אױף ייִדיש. איך האָב אַ קלײן עופֿעלע אין דער הײם און איך האָב ליב צו אים צו זינגן. פֿרעג איך אײַך װאָס זאָל איך אים זינגן װען ער קומט אַרױס נאַס פֿון דער באָד אײַנגעװיקעלט אין זײַן האַנטוך? 'עליון'?, 'משיח'? אָדער 'הוליעט הוליעט קינדערלעך'? האַרטע אומבײגװעדיקע ניגונים געװײקט אין יראת שמים אָדער װײכע לידער װי 'אײַ לי לו לי לו'? איך הער טאַקע די אָ לידער פֿון חוה אַלבערשטײן און דודו פֿישער אָבער פֿאַרװאָס זאָלן די חסידישע זינגערס נישט אינטראָדוצירן די קלאַסיש צײַט געפּריװטע ניגונים צו אַ ייִנגע דור בײַ װעם חוה איז אַ קול אשה און דודו איז אסור לבא בקהל? דער שבת און יום טוב טיש איז נישט גענוג לאַנג פֿאַר יעדער היום הרת עולם און הבן יקיר װאָס דער װעלט פֿאַרמאָגט. אונזערע אױגן האָבן שױן נישט קײַן טרערן אױף נאָך אַ המלאך, תהילימל, ועתה בנים און רחם און יעצט אױף אַלע צרות אַן עננו. על הראשונים אנו מצטערים האָט מען אונז געגעבן אַן ענינו װאָס װאָלט געדאַרפֿט קומן מיט אָנװײַזונגן אַז כּאן צריכים לזלוג דמעות. (דעם אמת געזאָגט האָב איך שױן ענינו אַ שײנע פּאָר מאָל געהערט אין די לעצטע פּאָר טעג, אָבער פֿאַר דער זעלבער סיבה פֿאַרװאָס איך שטאָפּ מיך אַסאַך מאָל אָן מיט מאַרשמעלאָס.) אַז די ישיבישע גײַז װילן זיך צו דעם שאָקלן אין זײערע סאַמעטע קאַפּלעך באַלאַנצירט אױף זײערע האָריקע קעפּ בכבוד גדול, אָבער אונדז פּשוטי עם ייִדיש רעדנערס חלשן נאָך פּשוטע לידער. אָנקל מױשי איז פֿײַן אױף יום־טוב, אָבער װאָס זינגט מען װען מען געבט די קינדער פֿרישטיק אַז מען װיל זינגן עפּעס ייִדיש? װידער 'תורה צוה, תורה צוה לערנען מיר...?' איז עס דערפֿאַר װײַל מיר האָבן איבערגעדעקט יעדער אינטש פֿון גראָז מיט בעטאָן פֿאַר אַ פּאַרקינג לאָט, אױסגעריסן אַלע בײמער צו פֿאַרגרעסערן די הײַזער, פֿאַרטריבן אַלע פֿײגל אױף שילוח הקן אַז מיר קענען שױן נישט זינגן װעגען גאָטס נישקשהדיקע װעלט? װען איך בין געװען אַ ייִנגל האָט דוד װערדיגער געזינגן 'װען איך עפֿן אױף די אײגעלעך /יעדער אינדערפֿרי/הער איך זינגען פֿײגעלעך/זײ זינגן מודה אני'. פֿאַר זײַנע קינדער און אײניקלעך איז דאָס שױן נישט כּשר װײַל זײ דאַרפֿן אין זינען האָבן דער שכינה און די מאָרמאָנען. אַז איך האָב דאָ צופֿיל מאריך געװען איז עס פּשוט װײַל עס שטערט מיר כּסדר. ליפּא, רעפּ געזונטערהײט אָבער עשה למען עוללנו וטפּינו און געב אונדז עפּעס פֿאַר זײ אױך. פֿאַר די װאָס קענען נישט װאַרטן קען איך אָנטראָגן דער סידי 'די גרינע קאַטשקע' פֿון שײנע לידער פֿאַר ייִנגע קינדער. פֿינעף און צװאָנציק לידער אָן קײן אײן זאַבלאָן פֿון אױפֿן פּריפּיטשיק אאַז"װ. קױפֿטס און זײַט מהנה אײַערע קינדער.
| |
|