לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אוקטובר 2003    >>
אבגדהוש
   1234
567891011
12131415161718
19202122232425
262728293031 

10/2003

בין טוב לרע יבקר


אין מײַן בלאָג 'ליפּא בדרך אָדער על פּרשת דרכים?' האָט 'מינדי' איבער געלאָזט אַן אָפּרוף מיט אַ טענה אַז װאָס דאַרף מען זײַן אַזױ ציניש. זי האָט צוגעלײגט אַז אױף איר זײַטל זענען אױך דאָ איבערבליקן אָבער בײַ איר איז מען מקפּיד אױף לשון־הרע.

איך האָב געהאַט צװײ טעג איבער ראש־השנה איבערצוקײַען איר אָפּרוף און ס'האָט מיר געברענגט אַסאַך צו שמײכלן. װאָס הײסט? מה ענין שמיטה אצל הר סיני, װוּ קומט קריטיק צו איבערבליקן? אַן איבערבליק לשיטתה דאַרף זײַן רײן פֿון אבק לשון הרע. ס'דאַרף זײַן װי אַ טשולענט אָן בונדלעך, װי אַ חופּה אָן אַ כּלה, װי אַ טיש אָן אַ רבי, װי קריאת התורה אָן לשון הרע, װי אַ מוהל אָן אַ מעסער, װי אַ מגיד אָן אַ משל, בקיצור כּגוף בלי נשמה.

און װאָס איז מיט לשון הרע? װעט מען מיר פֿרעגן. דער חפֿץ חיים זאָל רוען אין ליכטיקן גן־עדן, אָבער אין זײַן שמירת הלשון און זײַן אָבסעסיע מיט לשון הרע האָט ער אַװעקגעלײגט די גרונדשטײנער פֿון אַן אינטעלעקטואַלישע אױבערפֿלעכליקײט אין אַקאַדעמישע פֿעלדער און אַ ציבורישע קאָרופּציע אין פּאָליטישע שטחים װאָס מיר זענען אַלע דערפֿון די אָרימע קרבנות. לשון־הרע פֿאַרנעמט אין דער תורה אַ קנאַפּע צװײ, דרײַ פּסוקים. איך זוך נאָך אין משניות אָדער גמרא מסכת, אָדער אפֿילו פּרק לשון הרע. דער רמב"ם האָט ניטאַמאָל אָפּגעזונדערט אַ גאַנצע פּרק אױף די הלכות פֿון שמירת הלשון און אין שולחן־ערוך איז דאָ גענױ נול סעיפֿים אױף לשון־הרע, רכילות, מוציא שם־רע און אַלע אַנדרע הלכות װאָס באַגרעניצן אױסשפּרעך. (בדרך הלצה איז דער אױסלאָזונג אין שלחן־ערוך שטאַרק מערקװידיק װײַל דער שלחן־ערוך דערמאַנט אַלגעמײן נאָר הלכות װאָס גײן אָן בזמן הזה.)

האָט זיך אָנגערוקט דער חפֿץ־חייִם, װאָס לאָמיר נישט פֿאַרגעסן איז געװען אײנס פֿון די גרונדער פֿון אַ פּאָליטישע פּאַרטײַ מיטן נאָמן פֿון אגודת ישראל, און אונדז געשאָנקן נישט אײנס נאָר צװײ גאַנצע ספֿרים אױף לשון הרע און אױף אַלע הלכות צו טון מיט װאָס מען טאָר נישט רעדן. ער האָט אַנטװיקעלט אַ יוריספּרודענץ אין אַ שטח פֿון הלכה װאָס איז קײנמאָל נישט געװען רעגולירט. אַז דזײ. עס. מילס ביך 'אױף פֿרײַהײט' (J.S. Mill: On Liberty) איז דער יסוד פֿון שקלא וטריאס אין דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿטן, איז 'שמירת הלשון' די פֿונדאַמענט פֿון דער טאָטאַליטאַרישער העגעמאָניע פֿון דעת־תורה און אַלעס װאָס צװײַגט זיך פֿון איר אַרױס. און אַזױ װי בײַ מיל איז אַלעס מותר אַזױ איז בײַ דער חפֿץ־חייִם אַלעס אסור, אַפֿילו דאָס װאָס פֿריערדיקע פֿון אים האָבן דערױף נישט מקפּיד געװען.

פֿון נישט קריטיקירן גדולים, צי עס איז הלכה, השקפֿה אָדער פּראָסט פּאָליטיק, איז געװאָרן נישט קריטיקירן פּאָליטיקאַנטן, עסקנים, גבאי צדקה און סתם לײדיגײערס, װײַל זײ זענען שליחים פֿון די גדולי התורה. און אַז זײ זענען נישט שליחים איז דאָס אַלײן אױך אַ לשון־הרע צו דערצײלן אַז זײ זענען שאַרלאַטאַנען אָן אַ הכשר. פֿון דעם איז געװאָרן אַז קײן שום ספֿר טאָר מען נישט קריטיקירן, און אַ תולדה דערפֿון איז אַז אפֿילו אױף אַ סי־די טאָר מען שױן אױך נישט אַרױסזאָגן אַ מײנונג.

אַ פּועל יוצא פֿון דאָס אַלעס איז אַז אין פֿרומע צײַטנונגן איז אַ מנהג אַז מען װיל דער צײַטונג זאָל דריקן אַן איבערבליק פֿון אַ ספֿר מוז מען דערפֿאַר באַצאָלן. װיבאַלד אַז 'איבערבליק' און 'אָן קריטיק' זענען שמות נרדפֿים אײנס פֿון דער אַנדרע פֿאַרשטײט זיך אַז פֿאַר אַ פּאָזיטיװע איבערבליק דאַרף מען נישט באַצאָלן עקסטרע. דאָס איז שױן אַרײַנגערעכט אין דער פּרײַז. דער אבן־עזרא האָט געמעגט שפּעטן פֿון דעם קליר אַז ער דאַװענט צו עלעפֿאַנטן און ער איז געבליבן אבן־עזרא. הײַנט אָבער אַז ס'װעט עמעצער שרײַבן אַז נטעי גבריאל װאָלט געדאַרפֿט קומן מיט אַ געלע דעקל און האָבן אַ סובטיטל 'ייִדישקײט פֿאַר דאָמיז,' אַז על הגאולה ועל התמורה איז נישקשה פֿאַר אַ שלש־סעודות תורה און אַז אױף קהילת יעקב װאָלט געפּאַסט צו שטײן אױפֿגעשריבן, 'פּאַסיק פֿאַר 10-16 יעריגע,' אַז מען זאָל אַזױ שרײַבן װאָלט מען דעם שרײַבער באַשטײנערט. און די ענדע תוצאה איז אַז מען דריקט הײַנט ספֿרים מלא גרײַזן ואין פּוצה פּה.

װײַטער װעגן צינישקײט, װעל איך דערצײלן װוּ מען האָדעװעט ציניקער. מײַן זין איז אַהײם געקומן פֿון חדר דערצײלן אַז ער לערנט שױן אַ מוסר ספֿר. זײ לערנען שער הגאווה אין ארחות צדיקים. פֿאַר צװעלף יעריקע קינדער, פֿאַרשטײט איר מיר, איז זײער װיכטיק צו װיסן װיאַזױ נישט צו זײַן אַ בעל גאווה. פֿיל װיכטיקער װי צום בײַשפּיל זײ אױסלערנען שרײַבן געהעריק לשון־הקודש אָדער ייִדיש.

נו, און אַז מען לערנט מיט קינדער פֿון דער עלטער װעגן גאווה מוז מען דאָך זײ ערקלערן װוּ עס פּאַסט זיך פֿאַר זײער באַגריף. זאָל מען זײ זאָגן װעגן די צװײ־קנעפּעלדיקע פֿראַקן װאָס אפֿילו אַ שמײכל איז אינו לפֿי כּבודם? חלילה, דוד המלך האָט מען געשטראָפֿט װײַל ער האָט געזאָגט זמירות היו לי חקך, דײַנע געזעצן זענען פֿאַר מיר געזאַנגן, איז װי קען אַ גדול װאָס לא פּסיק פּומיה מגירסא חלילה געבן אַ שמײכל? זאָל מען זײ זאָגן פֿון די רבישע קינדער װאָס גאווה טרײַבט זײ אױבֿן אָן אפֿילו אין דער מקווה? עפֿרא לפּומיה, װי טאָר מען אַזױ רעדן אױף ר' ישעיהלעס אַן אײניקל װאָס דער שיויתי שטײט אים פֿאַר די אױגן פֿון מודה אני ביז מודה אני?

שלמה המלך האָט אונז שױן אױסגעלערנט אַז במקום גדולים אל תעמוד, מיט גדולים טאָר מען זיך נישט אָנהײבן. חז"ל האָבן געגעבן אַ טעמא דקרא װײַל זײער ביס איז װי דער ביס פֿון אַ שלאַנג און זײער שטאָך װי דער שטאָך פֿון אַן עקדיש. דאָס אַלײן אַז זײ בײַסן און שטעכן אַזױ איז װײַל װי מיר װײסן די תורה איז תורה אור. איר ליכטיקײט איז װי די ליכטיקײט פֿון דער לבנה אײדער מען האָט דער לבנה קלענער געמאַכט אַלץ אַ שטראָף פֿאַר איר גאווה. אַז אַ פּשוטע לאָמפּ ציט צו זיך צו קלײנע פֿליגן און מאָסקיטן, פֿאַרשטײט זיך אַז די ליכטיקײט פֿון דער תורה ציט צו אַזעלכע פֿֿליגן מיט גאָר שרעקלעכע ביסענס.

װיבאַלד אַז חמירא סכּנתא מאיסורא, אַ סכּנה איז פֿיל האַרבער װי אַן איסור, איז עס נישט ראַטזאַם צו געבן אַ משל פֿון ערלעכע ייִדן. ס'איז בעסער צו נוצן פּשוטי עם פֿאַר אַ בײַשפּיל װוּ צום ערגסטענס איז עס לשון־הרע. דאָרט טאַקע האָט מײַן זינס מלמד געפֿונען זײַן משל.

ער האָט זײ געשילדערט װי אַ ייִד קומט אין שול דעם ערשטען טאָג סוכּות אינדערפֿרי נאָך האָבן אױסגעגעבן אַ שלל רב אױף אַ שײנער אתרוג. אַז מען רעדט צו קינדער װאָלט אפֿשר געװען אַ סברא צו רעדן פֿון באַשײנען די מצוות און פֿון זה קלי ואנוהו. װאָס װעט אָבער זײַן מיט דער ארחות צדיקים? האָט דער רבי געגעבן צו פֿאַרשטײן אַז דווקא דער ייִד װאָס קומט אין שול צופֿרידן און שטאָלץ מיט זײַן אתרוג, אָט ער איז אַ מוסטער און אַ פֿאַרגלידערונג פֿון גאווה.

אַצינד זאָגט איר מיר פֿון װוּ שטאַמט אונזער צינישקײט.
נכתב על ידי , 1/10/2003 09:38  
21 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)