לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אוקטובר 2003    >>
אבגדהוש
   1234
567891011
12131415161718
19202122232425
262728293031 

10/2003

הפּותח שער לדופֿקי בתשובה


אָדער װי מען װאָלט געזאָגט אױף העברעיש ...לתשובה דפֿוקה.
 
נעכטן בין איך צום ערשטן מאָל אין די עשרת ימי תשובה אַרױסגעקראָכן פֿון בעט צו סליחות. איך בין גאָר געװען פֿון די עשרה ראשונים װײַל איך האָב געמײנט אַז מען הײבט אָן מיט פֿופֿצן מינוט פֿריער.
 
װאָס קען אַ ייִד װי איך טון אין די עשרת ימי תשובה צו װערן אױס בינוני און זיך אַרײַנשװערצן אין די ספֿרן של צדיקים? אין שלחן־ערוך שטײט אַז דער װאָס עסט פּת פּלטר אַ גאַנץ יאָר זאָל עסן ייִדישע ברױט אין די עשרת ימי תשובה. און אַז מען עסט אַ גאַנץ יאָר ייִדישע ברױט? האָב איך מיר געמאַכט אַן אײגענער חומרא אַז אין די עשרת ימי תשובה טרונק איך נישט חלב עכּו"ם. סטאַרבאָקס, סניקערס און ר' בען און ר' דזערי זײַט מיר מוחל, מערטשעם אױף װידערזען ממחרת יום הכּיפּורים.
 
נאָך קען אַ ייִד װי מיר זיך פֿאַרבעסערן אַז אַנשטאָטס זיך מאַכן תמעװאַטע פֿון רבינו תם װאָס זיצט פֿאַרלאָזט אױפֿן לינקן זײַט פֿונעם טלית בײַטל, נעם איך אים אַרײַן אין די הענט, געב אים אַ קיש און בינד אים אַרױף אױפֿן אָרעם און אױפֿן קאָפּ. רבינו תם! רבינו תם! װוּ ביסט דו געװען אַזױ לאַנג? װאָס ביסט דו אַזױ קאַלט? איך בעט דיך האָב אױף מיר נישט קײן פֿאַראיבל. דער דאַװענען איז גענוג לאַנג אָן צו זאָגן נאָך אַ ד' פּרשיות, די קינדער דאַרפֿן פֿרישטיק און גײן אין חדר און שולע. דײַן זײדעס תפֿילין לײג איך טאָג טעגלעך איז שלאָף רוהיג און זײַ צופֿרידן אַז ס'בלײַבט אין דער פֿאַמיליע.
 
שפּעטער איז דאָ דער ייִד װאָס קומט אײנמאָל אַ װאָך קלאַפּן פֿאַר געלט. ער איז אַ שײנער ייִד מיט אַ באָרד װי אַ בעזעם פֿון צװײַגלעך. ער גײט נישט חלילה פֿאַר זיך נאָר ער נעמט צאַם פֿאַר אָרימע משפּחות. אַזױ הײסט עס על כּל פּנים. איך װײס נישט פֿאַרװאָס אָבער עפּעס געפֿעלט ער מיר נישט און איך געב אים קײנמאָל נישט. הײַנט אינדערפֿרי לכּבוד די עשרת ימי תשובה האָט ער באַקומן אַ מתנת יד.
 
אַז אַ ייִד שרײַבט אַ בלאָג קען ער נאָך מער תשובה טון. ס'פֿאַלט אים אײַן געדאַנקן אָבער ער לײגט זײ נישט אַרױס אין די זמנים. יעצט איז נישט אַ זמן מקטרג צו זײַן. עת לבכּות ועת להשליך אַבנים זאָגט אונדז ר' שלמהלע.
 
פֿרעגט מיר בחרם צוּװאָס איך טו דאָס אַלעס. גלײב איך טאַקע אין מער װאָס איך בין אַפֿילו צו מיר אַלײן מודה, איז עס אַ פּחד, איז עס פּראָסטע אײַנגלײבענישן אָדער פּרוביר איך צו קאָמפּענסירן במעשה אױף װאָס ס'פֿעלט מיר במחשבה? און אױב אַזױ פֿאַרװאָס דווקא אין פֿרומקײטן װאָס איך האַלט פֿון זײ אַזױ װײניק? די קשיא איז נישט נאָר אױף מיר נאָר אױך אױפֿן אײבערשטערן. דער גמרא דערצײלט אַז דער אײבערשטער האָט געזאָגט נאָך דער חורבן בית־המקדש 'הלוואי װאָלטן זײ מיר איבערגעלאָזט און געפֿאָלגט מײַן תורה.' פֿאַרװאָס קלערט דער אײבערשטער אַז עמעצער זאָל װעלן האַלטן זײַן תורה נאָך מען האָט אים איבערגעלאָזט? באַשעפֿער, אַז דו האָסט אַ תירוץ טײל דיך מיט דעם מיט מיר. 

ס'איז אָבער אַ תשובה דפֿוקה. אין הימל איז מען אין מיר נישט אינטערסירט. איך װײס װײַל זײ האָבן מיר געשיקט אַ סימן. נעכטן בין איך צומישט געװאָרן מיט דער ג' פֿון די עשרת ימי תשובה און דער ד' פֿון דער טאָג פֿון דער װאָך. האַלב װעג דורך סליחות האָב איך באַמערקט אַז איך זאָג די מאָרגנדיקע סליחות. פֿלעכטן שאלות איז נישט מײַן אָקופּאַציע, האָב איך צוריק געבלעטערט דאָס סליחותל און זיך מיטגעכאַפּט מיטן עולם. ס'האָט זיך געשפּירט װי װען מען לײגט אַרײַן די לעצטע פּאָר פּרוטות װאָס מען פֿאַרמאָגט אין אַ פֿאַרקױף־מאַשין פֿון געטראַנקן, מען געבט אַ דרוק דאָס קנעפּל און המאַשין ריק אין בו מים. מים אין בו, די מטבעות שלינגט עס אײַן ולא נודע, ס'מאַכט זיך גאָרנישט צו טון. איך האָב אַרײַן געלײגט מײַנע כּוחות אינעם סליחות, סליחות האָב איך נישט אַרױסגענומן װײַל ס'איז געװען דער נישט גוטער טאָג און מײַנע כּוחות זענען פֿאַרפֿאַלן.



ס'טוט זיך אַ כּפּרות. ס'איז דאָ באַזונדרע אַרײַנגענג פֿאַר מענער און װײַבער. ס'איז מיר אַ פּלא אַז די האָנער און הינער לאָזט מען יאָ אַרײַן צוזאַמן. דאָ איז אײן פּלאַץ װוּ איך האַלט נישט דער מנהג און איך פֿיל נישט קײן שום שולד שפּירונגן. אין מײַנע אױגן איז עס באַרבאַריש און פּרימיטיװ װאָס מען טוט מיט די הינדלעך. איך קען אָבער אױך נישט דן זײַן אינגאַנצן לחובה די װאָס האַלטן יאָ אײַן דעם מנהג. די מענטשן מײנען דעם מנהג נישט די פֿײגל. זײ מײנען אַזױ פֿיל שלעכטס פֿאַר די הינדלעך װי מען מײנט שלעכטס פֿאַר די פֿיש בײַ תשליך. גאָר אַ שװאַכע פֿאַרטײדיקונג, איך װײס, איבערהױפּט װען מען זעט קינדער זיך אַרומװאַרפֿן מיט הינדלעך, אָבער װאָס זאָל איך טון אַז ס'לאָזט זיך נישט מקטרג זײַן.
 
דערצו איז כּפּרות אױך אַ גוטע פּלאַץ געװױר צו װערן װעלכע פֿרױען טראָגן ('שױן װײַטער?') װײַל די טראָגעדיקע פֿרױען פֿירן זיך צו נעמן צװײ עופֿות אין פֿאַל אַז דאָס עובר איז אַ ייִנגל. די שטאַרק פֿרומע נעמן גאָר דרײַ עופֿות אַז אױב ס'איז אַ מײדל זאָל דאָס עובר האָבן אַן אײגענע הינדל. און פֿאַרװאָס דאַרף אַן עובר אַ כּפּרה? ס'איז אַ מנהג ישראל און מען פֿרעגט נישט.
נכתב על ידי , 2/10/2003 09:40  
19 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)