לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אוקטובר 2003    >>
אבגדהוש
   1234
567891011
12131415161718
19202122232425
262728293031 

10/2003

שובה ישראל עד ה' אלקיך


ס'איז צו שפּעט פֿאַר דער שבת שובה דרשה און צו פֿרי אױף דער כּל־נדרי דרשה. מיר האַלטן אין צװישן די צװײ, כּלומר בין־השמשותדיק און דאָ האָט איר מײַן בין השמשותדיקע דרשה. איך װעל אײַך לאַנג נישט אױפֿהאַלטן און בײַ אײַך צוגנבנען אַלעס װאָס איר האָט זיך פֿאַרדינט בײַם קורצן סליחות. דאָס װעט מען אײַך שױן צונעמען בײַ די יעלהס.
 
איך מײן איך האָב אַנדעקט דער סוד פֿון כּרת און איך פֿאַרשטײ מיך מיט דעם בעסער.
 
װאָס איז דאָס כּרת, דער שטראָף װאָס די תורה האָט אַלאָקירט פֿאַר זיך נישט מלען אָדער פֿאַר זיך נישט פּײַניגן אױף יום־כּיפּור און אױף אַ צאָל אַנדרע עבירות? װאָס מײנט דער פּסוק 'ונכרתה הנפֿש ההיא מעמיה' און די זעל װעט פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק, װאָס מײנט דאָס פֿאַרשניטן װערן? די גמרא האָט פּשטים אַז מען שטאַרבט יונג, צי מען שטאַרבט אָן קינדער. קען זײַן, אָבער איך דאַרף קײנעם נישט זאָגן אַז ס'זענען דאָ גענוג ייִדן אָן אַ ברית װאָס ס'פֿונקציאָנירט אַלעס בײַ זײ ברוך השם געהעריק און ס'װערט בײַ זײ געבױרן געזונטע קינדער.
 
איך מײן אַז כּרת מײנט עפּעס אַנדערש אין גאַנצן. כּרת אין נישט אַן אַקט נאָר אַ מצב. כּרת מײנט אַז די תורה זאָגט אַז מיט געװיסע מצוות טאָמער מען האַלט זײ נישט אײַן איז מען אָפּגעשניטן פֿונעם פֿאָלק. גאָט דאַרף גאָרנישט דערצו טון װײַל לאו בגאָט עסקינן. די תורה לאָזט װיסן אַז מיט עסן יום־כּיפּור, מיט זיך נישט מל זײַן, מיט עסן חמץ בפּסח איז מען אַן אָפּגעשניטענער פֿון דעם פֿאָלק.
 
װעט אײנער זאָגן 'און אַז איך בין אָפּגעשניטן איז װאָס? װעם סטראַשעט מען?' דער ענטפֿער איז אַז ס'איז נישט דאָ קײן ענטפֿער. די װאָס זענען שױן אַזױ װײַט פֿאַרקראָכן אַז זײ קענען זיך אָפּשנײַדן פֿון זײערע קולטורע און רעליגיעזע אַרבטײל און ס'רירט זײ נישט גאָרנישט אָן פֿאַר זײ איז עס פֿאַרפֿאַלן. די תורה קען פֿאַר זײ שרײַבן װאָס זי װיל און ס'װעט פּועלן װי טױטע באַנקעס. מיר רעדן פֿון די װאָס זענען יאָ נאָך אָנגעבונדן אָבער בלױז מיט אַ גערער גאַרטל. פֿאַר זײ לײגט דער תורה אַראָפּ מינימום סטאַנדאַרטן אױף צו זײַן אַ חלק פֿונעם פֿאָלק און זיך צו קענען רופֿן אַן אונזערער.
 
איך װײס אַז נישט אַלע מצוות װאָס מען איז אױף זײ חייבֿ כּרת קען מען אַרײַן רעכענען אין דעם קאַטעגאָריע. אױכעט, די סאָרט מצוות װאָס זענען אַזױ פֿונדעאַמענטאַל אַז אָן זײ שנײַדט מען זיך אָפּ טױשן זיך כּסדר און זײ זענען אַנדערש אין אַנדרע געמײנדעס. איך פֿאַרענטפֿער נישט מיט מײַן פּשט קײנע סתירות, איך הענג פּשוט אױף אױפֿן כּרת מײַנס אַ געדאַנק.
 
בײַ מיר איז כּרת אַ שלש־עשרה מדות אָן דער טראַדיציאָנעלן נוסח, פּסח אָן האַנט מצות, ראש־השנה אָן האָניק, הושענא־רבה אָן קלאַפּן הושענות אאַז"װ. בײַ אַנדרע איז כּרת נישט אױסלעקן און אױסשמעקן לולבים צו זיכער מאַכן אַז דער שפּיץ איז נישט געשפּאָלטן. װײַטער בײַ אַנדרע איז כּרת נישט שטיצן מדינת ישראל במחשבה בדיבור ובמעשה אין אַ יעדער מצב. דער יונגערמאַן װאָס האָט זיך צו מיר אָפּגערעדט אַז ער שפּירט שױן מער גאָרנישט אױף די הײליקע טעג און עס שטערט אים, ער לײַדט אױך פֿון אַ סאָרט כּרת. ער פֿלעגט זײַן צוגעבינדן מיט אײַזענע קײטן און יעצט הענגט ער אױף אַ סוכּה שטריקל.
 
ס'איז נישט קײן חילוק װאָס דאָס איז װײַל יעדער מײנט דער זעלבער זאַך. הצד השווה שבהם אַז דער אײבערשטער האָט אין דעם גאַנץ אַ שװאַכער יד. בײַ כּרת שטײט נישט אַז מען שנײַדט זיך אָפּ פֿון גאָט װײַל װער שפּירט דען דעם ואתם הדביקים? כּרת איז ונכרתה מעמיה, װערן אָפּגעשניטן פֿונעם פֿאָלק און פֿון דעם האָב ייִדן מורא. די ייִדישע לעגענדעס זענען פֿול מיט ייִדן װאָס קערן זיך אים צום פֿאָלק נאָך אַ לאַנגע אָפּגעזונדערטן לעבן. װאָס טרײַבט זײ אַז נישט אַ פּחד פֿון כּרת?
 
כּרת איז מײַן גרעסטע פּחד פֿון װערן אַנטפּלעקט אַלץ דער שרײַבער פֿון דעם בלאָג. מײנע קינדער װעלן נישט בלײַבן אױף דער גאַס און מיר װעלן נישט אױסגײן פֿאַר הונגער. אָבער אַז מען װעט מיך אַרױסשטעלן פֿון מײַן קהילה און איך װעל זײַן אָפּגעשניטן פֿון מײַנע מענטשן פֿון דעם האָב איך מורא.
 
דאָס מײן איך האָט דער באַשעפֿער אױך געמײנט אַז מען מעג אים אָפּלאָזן אַבי מען האַלט אײַן זײַנע מצוות. ער האָט אַװעקגעשטעלט צי ס'האָט זיך אַװעקגעשטעלט אַ פֿאָלק און דער פֿאָלק דאַרף אָנגײן. אַז דאָס פֿאָלק בכללות זאָל זײַן אָנגעבינדן אין איר גאָט, אױף דעם זענען דאָ הײליקע ייִדן װאָס האָבן דאָס אין זינען. פֿאַר דער רעשט, פֿאַר זײ איז גענוג זיך צוצובינדן צום פֿאָלק. יעדענס כּרת איז טאַקע עפּעס אַנדערש אָבער פֿאַר דעם איז אױך יעדער צוגעבונדן אױף זײַן באַזונדערן שטײגער. אָט די מאָזאַיִק רופֿט זיך עם ישראל.
 
אַ גמר חתימה טובה פֿאַר אונז אַלע.
נכתב על ידי , 5/10/2003 10:09  
12 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)