די תנאים פֿון מײַן שכן דער חתן פֿון אַ פֿריערדיקן בלאָג האָט מען געהאַט אָפּגעשטופּט אױף נאָך די ימים טובים. פֿאַרשטײט זיך אַז איך בין געגאַנגן אָפּגעגעבן אים און זײַן פֿאָטער מזל־טוב. ס'שטעלט זיך אױס אַז ס'איז גאָר אַ פֿײַנער שידוך װײַל ער איז אױך נאָך נישט קײן אַכצן. אַז אױף אַן אַלטער בחור זאָגט מען אַז ער דאַװענט אַ לאַנגע שמונה עשרה מוז זײַן אַז אונדזער חתן דאַװענט אַ תפֿילה קצרה.
דער פּאַסיקקײט פֿונעם שידוך ענדיקט זיך נישט דאָרט. זי האָט נישט אַ באָרד און ער אױך נישט, נאָך נישט. זי גײט דיקע שטרימפּ און ער װעט צו דער חופּה אױך אי"ה גײן. לױט רש"י איז זי ראוי לביאה זײַט די דרײַ יאָר אַלט און אױף אים קען מען זאָגן אַז ער איז פֿון די ממהרים לבֿא. װעלכער װעג מען דרײט נאָר דעם שידוך איז עס אַ צוגעפּאַסטער. זײ זענען בײדע יוצא בסימנים און ס'איז ממש ענבי הגפֿן בענבי ראָזינקעס.
פֿאַר די װאָס האָבן נישט געקענט אַנטײל נעמן װעל איך אױסמשלן דעם חתן. ער האָט אױסגעזען װי אַ מישלינג פֿון אַ בר־מצווה בחור און אַ פּדיון־הבן קינד. אַ בר־מצווה בחור װײַל װען זײַן טאַטע האָט מיט אים גערעדט האָט זיך עס געהערט װי מען רעדט צו אַ דרײַצן יעריקע, ער איז געזעצן צוגעקלעבט צום בענקל װי אַ דרײַצן יאָריקע, זײַן גאָמבע האָט קױם דערגרײכט דעם טיש װי אַ דרײַצן יעריקע און דער שמחה האָט זיך געטון בלױז אַרום אים טראָץ אַז ס'איז געװען װעגן אים. דאָס איז אַלעס גענױ װי אַ בר־מצווה.
װײַטער ער האָט מן הסתם באַקומן אַ גאָלדענע זײגערל און אַ פּדיון־הבן קינד איז אױך באַצירט מיט גאָלד און תכשיטים, ער איז געװען אַזױ זיס און זײַן קאָפּ און פּנים אַזױ רײן פֿון האָר װי אַ דרײַסיק טאָגעדיקע קינד, און דאָס קינד ברענגט מען אַרײַן אױף אַ טאַץ און אױך ער איז געזעצן און זיך מחייה געװען מיט די אָנלענערס פֿון זײַן בענקל. מצד זײַנע חבירים איז ער אױך װי אַ פּדיון הבן ייִנגל. אַסאַך פֿון דער קינדס חבירים זענען נאָך אינעם װאַרעמקײט פֿונעם טראַכט מיט די אױגן פֿאַרמאַכט און צוגעבינדן צום מאַמן מיט אַ גאַרטל און דאָס קען מען אױך זאָגן אױף אַסאַך פֿון דעם חתןס חבירים. אײן קלײנע חילוק איז דאָ אַז דער פּדיון הבן קינד איז יצא מכלל נפֿל און איך װײס נישט צו מען קען דאָס זאָגן אױף חתן דינן. דאָס איז אָבער אַ קלײניקײט װאָס נעמט נישט צו פֿונעם אַלגעמײנעם פֿאַרגלײך.
איך האָב דעם חתן געזען צום ערשטן מאָל אױפֿן שבת נאָכן שידוך. איך װײס נישט װען חתן דינן איז אַהײם געקומן פֿון דער ישיבה. ס'קען לײַכט מעגלעך זײַן אַז ער איז אַהײם געקומן דאָנערשטיק אינדערפֿרי און ער איז אַ חתן געװאָרן יענע נאַכט. זײַן מאַמע האָט מן הסתם בודק געװען דער מײדל פֿאָרױס זיכער צו מאַכן אַז זי איז געמאַכט פֿון בשר ודם און אַז דער נאָז געפֿונט זיך בײַ איר אין מיטן פּנים. דער חתןס טאַטע האָט אַוודאי זיך אינפֿאָרמירט אױף דער מײדעלס ברודערס דערפֿאַר װײַל די תורה דערצײלט אונדז אַז אלישבע איז געװען אַ שװעסטער פֿון אהרן. נאָך די אָ חקירות ודרישות האָט מען שױן למעשה געקענט טון דעם שידוך.
אײן קלײניקײט האָט נאָך געפֿעלט׃ דער טשאַטשקע אַלײן. ערשט האָבן די עלטערן געדאַרפֿט אַריבער גײן אים באַזוכן. דער כּלה'ס מאַמע האָט געדאַרפֿט זען צי ער פּוצט זיך זײַנע שיך און דער כּלה'ס טאַטע האָט געדאַרפֿט רעדן מיט אים אַזױ אַביסל אין לערנען אָדער אַ חסידישע מעשה. דערנאָך קען מען שױן גײן צום ייִחוד העליון און צאַמברענגן דעם בחור מיט דער מײדל זיכער מאַכן אַז זײ קענען רעדן פֿאַר צװאָנציק מינוט אָן אַ הפֿסק. זי זאָל אים קענען דערצײלן אַז זי איז אַ לערערן און ער זאָל איר קענען זאָגן אַז זײַן שװעסטער איז אױך אַ לערערן. דאָס אַלעדיקט און מ'קען ברעכן טעלער. נו, אױף דעם דאַרף מען צושטערן דעם בחורס אלול זמן אױף מער װי אַ טאָג? אַז ער איז אַהײם געקומן דאָנערשטיק איז מיר נישט קײַן פּלא אַז איך האָב אים נישט געזען פֿאַר שבת.
ס'קען אָבער זײַן אַז ער איז אַהײם געקומן אָנהײב װאָך. בײַ אונדז איז דער מנהג אַז װען אַ בחור קומט אַהײם פֿון ישיבה אױף אַ שידוך שװאַרצט מען אים איבערן שװעל אַזױװי אַברהם אבינו האָט אַרײַן געשמוגלט שרה קײַן מצרים, כאָטש נישט פֿאַר דער זעלבער סיבה. אברהם האָט מורא געהאַט אַז מען װעט שרהן פֿאַרכאַפּן. די עלטערן האָבן פֿאַר דעם נישט מורא. װאָס מער מען שלאָגט זיך איבערן בחור איז הכּל ריווח. דער כאַפּער װעט מוזן צאָלן אַ העכערע נדן, איז אדרבה קומטס כאַפּן. אײגענטלעך האָט אברהם אבינו אױך געזאָגט למען ייִטב לי בעבורך איז אפֿשר באַהאַלטן גאָר אַ סגולה אױף געכאַפּט צו װערן.
די אמתע סיבה איז אָבער װײַל זיך טרעפֿן מיט אַ מײדל אָן ס'זאָל זיך אױסלאָזן מיט אַ שידוך איז אַ חרפּה און בושה. ס'איז הײסע נײַעס אַז אַ בחור טרעפֿט זיך און ס'װערט גאָרנישט דערפֿון. זיך אײַנצושאָפּרן די בושות באַהאַלט מען דעם בחור פֿאַרן שידוך אַז קײנער זאָל נישט װיסן, אַזױ װי בײַ לוטס טעכטער, װען ער קומט און װען ער גײט. לוי יצחק בן שרה סאָשע שרײַבט מען אָבער נישט אױף בײַם שמוגלערײַ װײַל דאָס שרײַבט מען נאָר אױף זיך צו היטן פֿון גױישע מוכסין. ס'שטײט אין ערגעץ נישט אַז ס'קען אױך פּועלן אָפּגעהיטן צו װערן פֿון ייִדישע רכילות מעקלערס און ממילא איז עס אַ חשש פֿון אַ סגולה לבטלה.
אַכּלל, װיאַזױ עס זאָל נישט זײַן איז ער בשעה טובה ומצלחת אַ חתן געװאָרן און איך בין געגאַנגן אַנטײל נעמען און זײַן שמחה. ס'זענען געװען באַזונדערע אַרײַינגעגג פֿאַר מענער און פֿרױען מיט אַ צעטעל אױפֿגעשריבן 'אנשים' און 'נשים'. ס'איז חלילה נישט געװען אַ בילד פֿון די צורה פֿון אַ פֿרױ און אַ מאַן װי מען זעט אױף טירן פֿון בתי כּבוד. אײנס, װײַל אַזעלכע סימנים זענען חוקת הגױ װײַל בײַ דער עם קדוש קומן זיך מענען און פֿרױען קײנמאָל נישט אַזױ נאָנט צוזאַמן אַז מען זאָל זײ דאַרפֿן זאָגן װעמענס בית הכּבוד איז װוּ. ס'פֿאַרשטײט אַיעדער אַלײן אַז אַ מאַן נוצט נישט די בתי כּבוד לעבן דער װײַבער שול שבת אינדערפֿרי און אַ פֿרױ נוצט קײנמאָל נישט די װאָס זענען לעבן דער מענער שול. איז סימנים למאי?
צװײטענס אַ גראַפֿישע בילד פֿון אַ פּערשױן מיט אַ קלײד אָדער פֿון אַ פּערשױן װאָס װי רש"י זאָגט איז שמאָל פֿון אױבֿן און ברײט פֿון אונטן קען חלילה אָנברענגן מחשבות זרות, ואם כּן מה הועילו חכמים בתקנתם? נישט נאָר איז אַ באַזונדערע אַרײַנגאַנג מיט אַ סימבאָל פֿון אַ מאַן און אַ פֿרױ אַ מצווה הבאה בעבירה נאָר ס'איז אױך אַ טובל ושרץ בידו. מחמת אַ חשש אַז אפֿשר װעט ער געניסן פֿון אַ בלאָנדער שײטעל און זעכציק דעניערדיקע באַשטרומפּטע פֿיס מוז ער קוקן אױף אַ נקבישע פֿיגורין צו װיסן װוּ צו גײן. לפֿיכך שרײַבטֿ מען אױף אנשים און נשים. ס'איז טאַקע מער װערטער אָבער װי מיר װײסן טוט דער פֿסוק זאָגן אשר לא טהורה אַנשטאָט טמאה בכדי נישט צו זאָגן אַ מיאוסע װאָרט איז קל וחומר בן בנו של קל וחומר אױף אַ װיזיואַלע רײצונג װי אַן אילוסטראַציע פֿון אַ נקבה.
איך בין ענדלעך אַרײַן אינעם זײַל און צוגעביסן אַ שטיקל קרעם קוכן, געטרונקן אַ לחייִם, געװנטשן דעם טאַטן און דער כּלהס טאַטע און דעם חתן אַלײן און אַ גוטע נאַכט. אַרױסגײענדיק הער איך װי דער חתן פֿרעגט זײַן טאַטע װוּ דער עולם איז, ס'איז שױן געװען נאָך עלעף, און דער טאַטע האָט אים געזאָגט אַז זײ האָבן זיך שױן אַװדאי געלײגט װײַל זײ דאַרפֿן מאָרגן אױפֿשטײן. װידער אַ גוטע נאַכט און כּל טוב.