לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    נובמבר 2003    >>
אבגדהוש
      1
2345678
9101112131415
16171819202122
23242526272829
30      

11/2003

תפּוחין קדישין


לעצטער שבת האָב איך אונטערגעהערט װי יונגעלײַט שמועסן װעגן זײערע חדר יאָרן. עס האָט עמעצער דערצײלט אַז ער האָט געהאַט אַ רבי װאָס פֿלעגט עסן יעדן טאָג אַן עפּל אין קלאַס. ס'האָט מיך שנעל צוריקגעפֿירט צו מײַנע קינדער יאָרן.

 

אין כּתה האַלט מען פּרשת נח און דער רבי זאָגט:

 

- 'אײַלע, די זענען'

 

די קינדער זאָגן נאָך אין אַ קאַפּעלע׃

 

- 'אײַלע די זענען'

 

רבי׃ 'תולדות נח, די קינדער פֿון נח'

 

קינדער׃ 'תולדות נח, די קינדער פֿון נח'

 

ר׃ 'נח, נח'

 

ק׃ 'נח, נח'

 

ר׃ 'איש צדיק, אַ מענטש אַ צדיק'

 

ק׃ 'איש צדיק, אַ מענטש אַ צדיק'

 

און אַזױ װײַטער די װערטער פֿונעם פּסוק מיט טײַטש, אָן באַדײַט.

 

דער רבי ענדיקט אַפּאָר פּסוקים און ער הײסט איטליכע ייִנגלעך איבערזאָגן די פּסוקים  מיטן טײַטש. אין כּתה איז שטיל חוץ פֿון דער מאָנאָטאָנישע קול פֿון דער ייִנגל. מען איז שױן טיף אין האַרבסט, די בלעטער פֿאַלן אַראָפּ פֿון די בײמער און דער רעגן ענטפֿערט דער אײַנלײַדענונג פֿון 'אף ברי' און 'בעבירו אל תמנע מים.' טאַקע פֿאַרדעם לערנט מען װעגן דער מבול אין די טעג. די ימים טובים זענען שױן פֿאַריבער און חנוכּה איז װײַט אַװעק, און דערװײַל איז מען אין אַ כּיתה װוּ דער געלער קאַלעך װאָס בעט זיך שױן יאָרן אױף אַ פּנים חדשות איז אױפֿגעלאָכטן פֿון אַ געלע פֿלאָרעסענט װאָס ציטערט אױך פֿון דעם רבינס בײזע אױגן.

 

צו דער קול אינערװײניק פֿון הבל תינוקות של בית רבן און דאָס זומזערײַ פֿון דער לאָמפּ הערט מען פֿון דערױסן װי קאַרס פּליושקן דורך אָזערעס און דער װעלט פֿאָרט אַ שטײגער. אַמאָל הערט מען צװײ מענטשטן שמועסן און אַז מען הערט די װערטער װערט אין כּתה אַ געלעכטער. אַמאָל הערט זיך דער סירענע פֿון אַ פּאָליצײַ קאַר, אַ פֿײַער לעשער, אַן אַמבולאַנס אָדער לא עלינו ולא עליכם אַ הצלה אַמבולאַנס און די ייִנגלעך לעבן דער פֿענצטער הײבן זיך צו כאַפּן אַ בליק. דער רבי געט אַ שרײַ, 'נו, װאָס טוט זיך דאָ?' און לױפֿט צום פֿענצטער אַלײן זען װאָס דאָרט טוט זיך.

 

אַז זאַכן װערן װידער רויִק זעצט זיך דער רבי צוריק אױף זײַן פּלאַץ, מאַכט זיך אױף זײַן טאַשקע װאָס װער װײסט סאַראַ אוצרות ליגן דאָרט און נעמט זיך אַרױס אַן עפּעל און שטעלט עס אַװעק אױפֿן טיש. דער רבי איז נישט אַ גראָבער יונג און בײַסט חלילה נישט אַרײַן אין אַן עפּעל. ער מאַכט אױף דעם לעדל אין זײַן טישל און נעמט אַרױס אַ מעסער װאָס ער האָט געלקחנט פֿון דער עס זײַל און ער נעמט זיך צום עבודה פֿון שײלן.

 

וכּך היה קולף. דער עס מעסער שנײַדט אַרײַן אין דער שאָלעכץ און מחמת דער שטומפּיקײט פֿון דער מעסער שנײַדט עס ברײטע, גראָבע פּאַסן. בשעתן שײלן קוקן די ייִנגלעך צו װי דער לאַנגער געקרײַזעלטע שאָלעכץ טײלט זיך אָפּ פֿונעם פֿרוכט. זײ גאַפֿן צו זען װען ס'װעט זיך אָפּהאַקן דער שטריקל און צי דער רבי װעט קענען שנײַדן אײן לאַנגע שאָלעכץ פֿון דער גאַנצער עפּל. זײ באַװוּנדערן דער שנײ װײַסער קאָליר פֿון דער פֿלײש פֿון דער עפּל נאָך מען שינדט עס דער הױט און װערן אַנטױשט אַז װען דער רבי ענדיקט שײלן איז שױן דער אױבישטער חלק פֿונעם עפּל ברױנלעך. דערנאָך צושנײַדט דער רבי דעם עפּל אין פֿיר, און פֿונעם פֿערטעל עפּל װאָס איז גרױס װי אַ לבנה בײַ קידוש לבנה שנײדט ער אַרױס אַ צורה פֿון אַ לבנה דער גרײס װי בײַם מולד.

 

נאָך דער גאַנצער עבודה ציט ער זיך אַראָפּ דעם אַרבל אינעם דאָלינע אַרײַן, לײגט דער אָרעם אַרױף אױפֿן יאַרמולקע און מאַכט אַ בורא פּרי העץ. די ערלעכע ייִנגלעך װאָס נעמן נישט אַראָפּ די אױגן פֿונעם רבין ענטפֿערן שטיל אמן. לעומת זה נוצן די נישט ערלעכע ייִנגלעך אױס דער צײַט צו שיקן צעטלעך אײנער פֿאַרן צװײטן און אױפֿהײבן זײערע שפּילערײַ װאָס זענען אַראָפּגעפֿאַלן אין מיטן לערנען. װען דער רבי זאָל זײ כאַפּן איז אחת דתם, יעצט איז ער אָבער פֿאַרנומן מיט תפּוחין קדישין.

 

דער רבי מאַכט זיך אױף דער מױל און עס װערן אַנטפּלעקט געלע צײן װאָס עס זעט אױס װי עס װאַקסט פֿון זײ אַרױס די האָר פֿון זײַן װאָנזע. ער לײגט אַרײַן אײן פֿערטל עפּל מיט אַ מאָל. די צײן מאַכן זיך צו, אַביסל פֿון דער װאָנזע כאַפּט זיך אױך אַרײַן, דער רבי דערלאַנגט אַ ביס און דער דאָס כראָמטשע קלינגט אױס אין דער כּיתה און װעקט אױף דעם עולם. זאַפֿט פֿונעם עפּל שפּריצט דעם רבין אױף די לאַנגע האָרעלעך אינעם גריבל אונטער דעם אונטערשטערן ליפּ און אַ טראָפּ פֿליט אים אױך אַרײַן אינעם נאָז. ער ציט אַרױס זײַן טאַשטיכעל פֿונעם קעשענע, געבט אַ ברײטן װיש װאָס איז כּולל דער באָרד, די ליפּן מיטן נאָז ביחד און ברימט 'נו' צום ייִנגל װאָס האַלט אין מיטן זאָגן, 'נו, װאָס שסטעלסט דו דיך אָפּ?' אַ שטיקל עפּל פֿליט אַרױס פֿון דעם רביןס מױל און דער ייִנגל זאָגט װײַטער:

 

'... שלשה בנים, דרײַ זינען

 

את שײַם, דער שײַם

 

את חם, דער חם

 

ועעעת יפֿת, און דעעער יפֿת'.

 

איך האָב מיך פֿאַרקלאָצט צוזאַמן מיט דער כּתה באַטראַכטענדיק װי דער רבי שײלט אַן עפּל און איך האָב פֿאַרגעסן אַז איך האַלט אין מיטן אונטערהערן אַ שמועס פֿון יונגעלײַדט.

 

דערצײלט װײַטער דער יונגערמאַן אַז זײַן רבי פֿלעגט יעדען טאָג שײלן אַן עפּל און איבערלאָזן דער שאָלעכץ אױפֿן טיש. אַז ס'איז געקומן סוף טאָג האָט ער ארױפֿגערופֿן דעם ייִנגל װאָס האָט דער בעסטער געלערנט אין יענעם טאָג און אים געשאָנקן פֿאַר אַ באַלױנונג דער שאָלעכץ פֿונעם עפּל.

 

און װער זאָגט אַז שכר מצווה בהאי עלמא ליכּא?

נכתב על ידי , 20/11/2003 12:57  
35 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)