לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    דצמבר 2003    >>
אבגדהוש
 123456
78910111213
14151617181920
21222324252627
28293031   

12/2003

בן תשע עשרה לאהבה?


לא ככל הגויים בית ישראל. בײַ די גױים און בײַ די נישט הײמישע ייִדן װאָס ציען נישט אױף זײערע קינדער אױפֿן דרך ישראל סבא איז דער מנהג אַז מען האָט חתונה מיט דער פֿרױ װאָס מען האָט ליב. בײַ אונדז איז אָבער דער מנהגֿ אַז מען האָט חתונה מיט אַ פֿרױ װוּנדערנדיק צי מען װעט איר ליב האָבן. און דאָס איז אױך נאָר בײַ די קטני אמנה. די אמתע מאמינים װוּנדערן זיך ניטאַמאָל װײַל גאָט װעט שױן העלפֿן און װאָס איז באַשערט איז באַשערט. באַשערט צו װאָס? איז שױן חקירה. אַז אַ מאַן און אַ פֿרױ האָבן חתונה און געטן זיך נישט איז אַ סימן אַז זײ זענען באַשערט אײנעם פֿאַרן צװײטן. והראיה אַז זײ געטן זיך נישט. אײַ ס'איז עפּעס נישט פֿױגעלדיק? װער האָט דען געזאָגט אַז זײ זענען באַשערט געװען צו זײַן צופֿרידן. עמיצער מיז דאָך אױך זײַן אומצופֿרידן. נאָר הוא הדבר אשר דיברתי אַז װאָס איז באַשערט איז באַשערט און דער רעשט איז חקירה װאָס אַן ערליכער ייִד האָט דערפֿון נישט צו טראַכטן. חוץ מזה, אפֿילו אױפֿן דרך השכל האָבן מיר אױך דער בעסטער סיסטעם אין דער װעלט פֿאַר פּאָרן זכרים און נקיבות. מען זעט בחוש אַז נישט נאָר גט מען זיך בײַ אונדז גאָר װײניק נאָר אױך כּמעט אַלע פּאָר פֿאָלקן װאָס האָבן חתונה על טהרת הקודש זענען תולדותיהם כּיוצא בהם און אױך זײ צװעלעװן זיך נישט. דאָס נעמט זיך בלױז פֿון דעם אַז בײַ אונדז איז הקב"ה יושב ומזווג זיווגים. און אַז ס׳געלונגט און מצא קומט דער ליבשאַפֿט שפּעטער. װײַטער אַז ס׳גלונגט נישט, נו, איז נישט. אין פּסוק שטײט ואהבת את ה׳ אלקיך נישט ואהבת את אשתך.

 

ואל יקשה בעיניך, ס'זאָל קײנעם נישט שװער זײַן אַז יעקב אבינו דער בחיר שבאבות האָט געװאָלט חתונה האָבן מיט רחלן װײַל ער האָט איר ליב געהאַט. דער תירוץ איז פּשוט. ס'איז דאָ אַ באַװוּסטע מחלוקת צי די אבות האָבן געהאַט אַ דין פֿון אַ בן־נח אָדער פֿון אַ ישראל. מען האָט שױן אױף דער מחלוקת פֿאַרגאָסן אָן אַ שיעור טינט און אױסגעריסן אָן אַ שיעור בײמער און מען װײסט נאָך אַלץ נישט װאָס זײ זענען געװען. בנוגע שידוכים פּסקנען מיר אָבער לחומרא און מיר זאָגן אַז יעקב איז געװען אַ בן־נח און דערפֿאַר האָט ער זיך געקענט ערלױבן ליב האָבן אַ פֿרױ נאָך אײדער ער האָט מיט איר חתונה געהאַט. און אפֿילו לױט די מקילים אַז ער איז געװען אַ ישראל האָט עס אַזױ פּאַסירט טאַקע פֿאַרדעם װײַל ער איז אַלט געװען זעכציק יאָר. דאָס איז אַ מוסר השכּל פֿאַר אַלע װאָס מײנען אַז מיט לאָזן די בחורים זײַן בחורים אַביסל לענגער װעלן זײ עפּעס אױפֿטון. װאָס עלטער מען לאָזט די קינדער אױפֿװאַקסן װאַקסן מיט מיט זײ זײערע השגות. ס'האָט זיך שױן אױסגעװיזן אין משפּחות מכובדות בישראל אַז מען האָט געלאָזט די קינדער עלטער װערן און דער מײדל האָט אָנגעהױבן צו זאָגן װאָס פֿאַר אַ בחור זי װיל, אַז זי װיל גײן אַ האָר באַנד אין נישט אַ היט, און דער בחור איז געװאָרן לא עלינו אַ מבין אױף מײדלעך.

 

היה לא תהיה, דאָס איז נישט דער ייִדישער דרך. אברהם האָט אליעזרן געשיקט געפֿונען אַ מײדל פֿאַר יצחקן און יצחק האָט גענומן װאָס מען האָט אים געברענגט. דאָס איז דער ייִדישער װעג און נאָר אױף דעם װעג האָט מען סייעתא דשמיא. לאָמיר באַטראַכטן יצחקן אַביסל טיפֿער און פֿאַרגלײַכן זײַן מצבֿ מיט יעקבס. יצחק איז געװען אַ בלינדער בחור פֿון װען די מלאכים האָבן אַרײַן געװײנט אין זײַנע אױגן. ער איז אױך געקומן פֿון אַ דיספֿאָנקשענל הײם. עלטערן אין די הונדערטער יאָרן, זײַן טאַעס צװײטע פֿרױ און זײַן האַלבע ברודער האָט מען פֿאַרטריבן פֿון דער הײם ועל כּולם, טאָמער דאָס אַלעס איז נישט גענוג, אַ טאַטע װאָס האָט אים געװאָלט אַװעקלײגן פּשוטו כּמשמעו. הײַנטיקע צײַטן װאָלט מען אים אָנגעשדכנט מיט אַ ספֿרדישע מײדל אָדער אַ רוסישע עולה. אין יענע צײַטן װען זײ זענען אַלע געװען טונקעלע און אברהם איז אַלײן געװען אַן עולה האָט מען אים אָנגעשדכנט מיט אַ מײדל פֿון דרײַ יאָר אַלט. דאָס איז די סייעתא דשמיא אַז אַ אפֿילו אַ בלינדער בחור קען טרעפֿן אַז ער װײסט װיאַזױ צו זוכן װי אַ ייִד.

 

(מען קען נישט לײקענען אַז רבקה האָט אים נאָר גענומן װײַל זי איז געװען אַ בעלת תשובה און זי האָט געװוּסט אַז בעסער װעט זי נישט געפֿונען. ועוד אַלץ אַ בעלת תשובה װאָלט זי גענומן װעם ס׳לאָזט זיך אַבי ס׳זאָל זײַן פֿון אַ שײנע הײמישע פֿאַמיליע און זי האָט אַוודאי דערצײלט פֿאַר איר חברטעס ׳װאַט ע נײַס בױ הי איז׳ און װיאַזױ איר ראש האַסעמינאַר האָט איר שטאַרק צוגערעדט צו טון דעם שידוך און ׳ברוך השם ס׳איז ממש באַשערט.׳ נו, ממילא אַז רבקה האָט גענומן אַ בלינדער פֿאַרשטײט זיך אָבער אַז יצחק זאָל חתונה האָבן מיט רבקה איז טאַקע געװען אַ שײנע זאַך און ממש װי די גמרא זאָגט נחות דרגא ונסיב אתתא, גײ אַראָפּ אַ שטיג און האָב חתונה מיט אַ פֿרױ. ובזה אפֿשר לתרץ רש"י על ויעתר לו לה׳, לו ולא לה שאינו דומה תפֿלת צדיק בן צדיק לתפֿילת צדיק בן רשע. והקושיא ידוע דאדרבה והלא במקום שבעלי תשובה עומדים וכו׳ ונראה לי הקטן לפֿרש בעזר החונן לאדם דעת שאינו דומה תפֿילת צדיק בן צדיק המתחתן עם צדיק בת רשע לצדיק בת רשע המתחתנת עם צדיק בן צדיק על אף שהוא פּיסח או עיור ודפּח"ח.)

 

יעקב װײַטער איז אַלט געװאָרן זעכציק, ער האָט געלערנט אין ישיבת שם ועבר פֿערצן יאָר, געאַרבעט אין דער קאָך, גערײכערט ציגאַרעטלעך, געטריבן אַ קאַר און לא עלינו זיך געלערנט פֿון די עלטערע בחורים װיאַזױ מען קלױבט זיך אַ מײדל. זײַן עונש איז געװען אַז ער איז אַלײן אַלט געװאָרן און די תוצאה דערפֿון אַז ער האָט אַלײן באַשלאָסן װעם ער האָט ליב און מיט װעם ער װיל חתונה האָבן. און װען האָט ער באַשלאָסן? נאָך אַרױס גײן אַרבעטן. קען מען דען אַזױנס צולאָזן? פֿֿאַרדעם האָט מען מתקן געװען בײַ ייִדן אַז אין די ישיבות זאָל מען קאָנטראָלירן אַז די ייִנגערע בחורים זאָלן נישט האָבן צופֿיל שייכות מיט עלטערע בחורים און למען השם נישט לאָזן בחורים אַלט װערן אַז זײ זאָלן װיסן װאָס זײ װילן.

 

נאָך אַ מוסר השכּל װאָס מען לערנט זיך פֿון דעם עפּיזאָד פֿון יעקב אבינו איז חתונה צו מאַכן די קינדער פֿאַר זײ זענען געצװוּנגן אַװעק צו גײן פֿון דער הײם. אמת, יעקב אָבינו איז אַװעק פֿון דער הײם װײַל זײַן ברידער האָט אים געװאָלט הרגענען און בײַ אונדז איז דאָ אַ סכּנה און בײַ אונדז אַז קינדער גײן אַװעק איז װײַל עס װערט ענג. די עלטערע דאַרפֿן אַװעק גײן צו מאַכן פּלאַץ פֿאַר די ייִנגערע װאָס קומן אָן קײן עין הרע יערלעך. װער רעדט נאָך אױף די פּלעצער װאָס ס'איז געװאָרן אַ מנהג אַז מ'האָט אַ קינד נאָכדעם װאָס מען האָט געהאַט אײַן אײניקל לקיים מה שנאמר בניך כּשתילי זתים סביב לשלחניך, אַז דײַנע קינדער צװײַגן זיך אױס און זײ האָבן אַלײן שױן ברוך השם זיסע קינדערלעך, איז נאָכדעם הנה כּי כן יבורך גבר באַקומט מען אַ ברכה אינעם כּוח גברא צו װײַזן פֿאַר דער װעלט אַז ועליהו לא יבול, דאָס װאָס מען באַהאַלט אונטער אַ בלעטל איז ברוך השם נישט אײַנגעשרימפּן. מיר דאַרפֿן זיך אָבער לערנען אַז קינדער טאָרן נישט אַװעק פֿון דער הײם סײַדן אַז זײ גײן אַרײַן אין אַן אײגענער בית נאמן בישראל.

 

היוצא לנו מזה אַז װאָס יעקב אָבינו האָט געטון איז מעשה אָבות סימן לבנים. אױף דעם קען זיך קײנער נישט דינגן. נאָר װאָס דער סימן איז דאָס װענט זיך אין די בנים. בײַ די גאָר דערהױבענען ייִדן איז דער מנהג צו טון ממש װי יעקב און זײַן ברידער און זיך װילן אײַנס דעם צװײטן הרגענן. בײַ אונדז פּשוטע קרוצי מחומר איז דער מוסר השכּל אַז קינדער גײן אַװעק פֿון דער הײם באַליבן זײַ זיך מיט מײלעך. דאָס איז דער כּלל. אײַ װעט איר מיר פֿרעגן אַ סתירה פֿון אַלע גאָר װױלע יונגעלײַט װאָס לאָזן איבער זײער שטיב בײַ די אַכצן און שטעלן אױף שײנע ייִדישע שטיבער? בא הכּתוב השלישי, דער שדכן, און ער איז מכריע אַז מען קען אַרױס גײן פֿון דער הײם מיט אַ שידוך און זיך שפּעטער באַליבן. אוז אַז מען באַליבט זיך שפּעטער נישט איז יהי רצון מלפֿניך שיבנה בית המקדש אָבער אַבי נאָך אַ פּאָר פֿאָלק זענען נישט אַרױס לתרבות רעה. און דאָס מײנט דער פּסוק אַז זכה איז מען יוצא בסימנים דאָס הײסט מיט דער סימן לבנים אַז מען קען זיך יאָ פֿאַרליבן װי יעקב און לא זכה איז מען יוצא בשן ועין.

 

ייִדן, טוטס אַ טובה און רוקטס אײַך צו אַביסל און לאָמיר רעדן װאָס ס'איז בעסער אַז דער המון עם הערט נישט. לאָמיר טאַקע רעדן אין מאַמע לשון אַז די אינשי דלא מעלי זאָלן נישט צולײגן אַן אױר. אַזױ, אַביסל נענטער, יאָ, יעצט קען מען רעדן צו דער זאַך. לאָמיר זיך נישט נאַרן, פֿאַרװאָס למען השם זאָלן זײ נישט אַזױ יונג חתונה האָבן? װאָס װעט זײ זײַן בעסער אין אַ יאָר אָדער צװײ אַרום. דער באָרד װעט אים זײַן אַביסל לענגער? ער װעט האָבן געלערנט מיט אַ מסכת מער? ס'איז הײַנט דאָ ברוך השם כּוללים װוּ מען קען זיך משלים זײַן אױפֿן בעסטן אופֿן. נו, איז װאָס איז דאָ צו װאַרטן? אױף זײַן פּלאַץ אין דער הײם אמַפּערן זיך אַ האַלבע טוץ קינדער, אױף זײַן בעט אין ישיבה װאַרטן שױן צענדליקע בחורים, איז װאָס איז דאָ צו װאַרטן? פֿון װאַרטן קען נאָר אַרױסקומן צרות. די פֿײנע בחורים און מײדלעך װערן צוכאַפּט, די קינדער הײבן אָן באַקומן השגות װאָס איז זײ גוט און װאָס געפֿעלט זײ נישט. איז װעם טױג דאָס אַלעס? קשה זיוּוגו של אדם כּקריעת ים סוף און דאָרט איז מען טאַקע אַרײַנגעשפּרונגן. דאָס פֿאַרשטײט זיך בלײַבט בײַ אונדז צװישן פֿיר אױגן אָבער רבותי מען קען גײן ברעכן טעלער און זאָל עס זײַן אין אַ מזלדיקע שעה.

נכתב על ידי , 4/12/2003 19:01  
14 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)