לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    ינואר 2004    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
25262728293031

1/2004

צום העשירי


מײַן עשרה בטבת האָט זיך אָנגהױבן אינדערפֿרי אין דער װאַשצימער װען מײַן פֿרױ האָט מיך געכאַפּט אַרױף לײגן צײנפּוץ אױפֿן צײנבאַרשט. תענית, תענית, האָט זי מיר טשעפּענדיק געזאָגט. מײַן ענטפֿער איז געװען אַז זי האָט נישט צו רעדן װײַל זי פֿאַסט נישט די תעניתים חוץ תשעה באב און יום כּיפּור און איך סך הכּל פּוץ זיך די צײן אַלע תעניתים חוץ די צװײ גרױסע. איך קען נישט באַשליסן צי דאָס מיקל זײַן פֿאַר פֿרױען אױף תעניתים איז אַ חשובע זאַך אַז מען טוט זיך רעכענען מיט זײערע שװאַכערע קערפּער אָדער אַ לײַכטשעצונג אַז גאָט קען זיך באַגײן אָן זײערע תעניתים, מעין דער פּסק פֿון אַ רב אַז בלױז פֿרױען מעגן טראָגן אין דער באָראָ־פּאַרקער עירוב. אײן זאַך פֿרײט מיך אָבער יאָ אַז ס'איז נאָך געבליבן אַזאַ באַגריף אַז ס'איז דאָ אַ ייִדישקײט אױסער װאָס ס'שטײט אין שולחן־ערוך להוציא מלבן של ההאַלאַכיסטן אַז אָטענטישע ייִדישקײט איז כּפֿול שמונהדיק געבינדן צו הלכה.

 

שחרית איז מיר נישט אױסגעקומן גײן אין שיל און דאָס דאַװענען האָט לײדע אױסגעזען װי אַ דאַװענען זעט אױס אין דער הײם. דאָס האָט אַ צדיק געמײנט אַז והײם לא ידעו דרכי. סליחות איז אָבער געװען מיטן קנאַק פֿון שלשה סלי חורי. צו מנחה קען איך שטאָלץ איבער געבן אַז איך בין געװען פֿון די עשרה ראשונים. נישט פֿאַר גאָט נאָר פֿאַר מײַן אײגן װעגן. אַז איך פֿאַסט אַ גאַנצע טאָג און איך ענדיג עס נישט מיט אַ שיב מײַחאַרױן אַפּײכאָ אָדער אַז איך פֿֿאַרגעס עננו בײַ שמונה עשרה איז דער גאַנצער תענית אַ ברכה לבטלה. דאָס איז מײַן עולם הזה און פּונקט װי אַנדרע מאַכן אַ גאַנצע בראַטל פֿון אױספֿאַסטן איבער הערינג מיט אײקיכל אַזױ איז מיר שװער אױסצופֿאַסטן אַז מנחה בין איך נישט געװען אין שיל. דער כּאשר ירד הגשם והשלג האָט אַ גאַנץ אַנדרע טעם אַז מען האָט אַ טראָפּ װאַסער נישט אַרײַנגענומן אין מױל זײַט מען האָט זיך געפּוצט די צײן.

 

איז מיר באַשערט געװען צו קומן פֿינעף מינוט צו פֿרי. אָדער בין איך אַ האַלבע שעה שפּעט אָדער צו פֿרי. צו פֿרי איז למעשה שװער צו זײַן אין אַ שיל װײַל אַלץ איז דאָ מענטשן װאָס זענען פֿאַר אײַך. אױף מײַן פּלאַץ פֿרײַטיק צו נאַכטס זיצט אײנער שױן באַלד אַ האַלבע יאָר. איך װיל אים נישט אױפֿהײבן װײַל בײַ מײַן פֿרײַטיק צו נאַכטס שיל זענען די פּלעצער אַזױ הײמיש און מענטשן האַלטן זיך אין אײן אַרומרוקן מיט די פּלעצער. חוץ פֿון דער װאָס האָט זיך געזעצט בײַ מײַן פּלאַץ, ער איז װי צוגנאָגעלט. איך האָב שױן אַ שטיק צײַט אַ פּלאַן אַז איך װעל אײן װאָך קומן פֿרי אױף צו װײַזן יענעם אַז װאָס ער רופֿט זײַנס איז גאָר מײַנס. איז אָבער מײַן מזל אַז װי פֿרי איך קום זיצט ער שױן כּאילו ער האָט דאָרט אַ חזקה מימות יהושע בן נון. מײַן זין טענהט אַז יענער װױנט גאָר אין שיל און פֿאַרדעם קען מען אים נישט פֿאָדערן.

 

על כּל פּנים איך און מײַן ייִנגל זענען געװען פֿון די ערשטע צען און מיר האָבן זיך גענומן סידורים און געקלאָצט. קומן אַרײַן ייִדן, ציען זיך אַרױס די גאַרטלעך פֿון די קעשענעס, נעמן זיך סידורים פֿונעם פּאָליצע, ענדיקן זיך צובינדן און זעצן זיך װאַרטן. קומט אַרײַן דער ייִד װאָס האָט אינזינען די פּושקעס און לײדיקט אױס װאָס איז דעם טאָג אַרײַנגעקומן. אַנדרע זאָגן תהילים, אַנדרע שמועסן סתם. ענדלעך װערט אַ מנין, מען שיקט דעם און יענעם צו און, עולם, איר װעט דאָס נישט גלײבן, אָבער מען האָט צוגעשיקט ר' קטלאן צום עמוד.און ער האָט עס אָנגענומן. ס'זאָגט זיך אַלײן אַז ער האָט זיך גײיִשובט אַ מינוט װײַל אַז ער װעט באַלד גײן האָט ער מורא אַז מען װעט זאָגן אַז ער חלשט נאָך אַ ברעטל און דאָס איז פּשוט נישט אמת. אין דער זעלבער צײַט פֿאַרדאַרבט ער זיך אױך נישט און װיבאַלד ער האָט געװוּסט אַז דער רעגלמעסיקער בעל־קורא איז אין שיל, אַז די טשאַנסן פֿאַר אַ דרשו ה' בהמצאו זענען שמאָל האָט ער באַשלאָסן אַז אַ מנחה איז במקום שאין כּיבוד גײט אַ מנחה נישט לאיבוד.

 

אינטערװעגענס, מיז איך מודה זײַן,זענען מיר דורכגעלאָפֿן שולד געפֿילן. איך האָב מיך געװוּנדערט צי װען דער עולם זאָל װיסן װיאַזױ זײערע שליח ציבורס שחרית פֿון יענעם אינדערפֿרי האָט אױסגעזען, און אַז זײערע שליח ציבור טײַטשט אײַן תפֿלת ערבית רשות אױף גאָר אַ מאָדערנעם אופֿן, בעוונותינו הרבים, צי זײ װאָלטן אים אױך צוגעשיקט. אָבער װי שלמה המלך זאָגט כּי אדם אין צדיק בארץ און אַז אַנדרע בעלי תפֿילה האָבן זײערע קופּה של שרצים בין איך נישט קײן קלענערע מחותן װי זײ. מנחה אױף אַ תענית האָט זיך אירע מנהגים און אַז ס'איז דאָ אַ מנהג איז באַלד דאָ אַ מבין װאָס קען אײַנטײלן װיאַזױ דער מנהג דאַרף זײַן. מען טוט זיך אָן אַ טלית אָבער נײן נישט װי אױף שבת בײַ מנחה נאָר מען טוט עס אָן פֿאַר אשרי. ס'איז דאָ צװײ האַלבע קדישים אײנס פֿאַרן לײענען און אײנס דערנאָך און מען זאָגט דערצו ברכת כּהנים בײַ שמונה עשרה. אכּלל מען קען שױן גײן דאַװענען.

 

אױף אױפֿצומאַכן דעם ארון קודש האָב מען צוגעשיקט דעם אמן בכל כּוחוניק. אָדער בעסער געזאָגט, ער האָט זיך עס אַלײן גענומן. אַז ער גײט צו פֿאַרשטײט זיך אַלײן אַז אין הימל איז אַ יריד און ער איז דאָרט פֿון די גרױסע סוחרים. שטײן און זיך אַרײַן שאָקלן אינעם בריך שמיה אױפֿן אָפֿענעם טיר איז שױן אױסגעדראָשן. דאָס מאַכן נאָר 'װאַנאַבי' רעבעלעך פֿון אונגאַרישע שטיבלעך אָדער יונגעלײַדט װאָס האַלטן אינעם נײַנטן חודש און דאַװענען אַז דער קינד זאָל אַרױס אַזױ לײַכט װי אַ ספֿר פֿונעם ארון קודש. דער אמן בכל כּוחוניק איז צו חיטרע פֿאַר אַזעלכע קונצן: זײַן מנהג איז צו געבן צדקה בײַם אָפֿענעם ארון קודש. נעמט ער אַרױס אַפּאָר פּרוטות פֿון קעשענע און שטעקט אױס זײַן האַנט. די זעלבע מאמינים בני מאמינים װערן װידער נתפּעל און מען לױפֿט באַלד זוכן אַ פּושקע פֿאַרן צדיק אָפּצולאָדענען זײַנע איבעריקע מטבעות. אײנער לױפֿט, אַ צװײטער װײַזט, אַ דריטער דערלאַנגט און ענדליך איז דער פּושקע גרײט מקבל צו זײַן מקחו של אותו צדיק, דער ספֿר תורה קען אַרױס און ליהודים היתה אורה. אױף גאַנץ כּלל ישראל געװוּנטשן אַז אײפֿעלעך זאָלן אַזױ לײַכט אַרױס.

 

קײַן סאַך איז מער נישט דאָ צו דערצײלן. מען האָט געלײענט, מען האָט זיך מחייה געװען אינעם הפֿטורה, מען האָט געזאָגט נאָך אַ חצי קדיש און שפּעטער אַ הױכע שמונה עשרה מיט עננו און ברכת כּהנים, באַקומן אַפּאָר שכּוחס און אַלעדיקט אַ מנחה.

נכתב על ידי , 6/1/2004 18:46  
9 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)