לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    ינואר 2004    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
25262728293031

1/2004

ואמרו לי מה שמו, מה אומר אליהם?


דער שמועס פֿון משה רבינו מיטן באַשעפֿער האָט נישט געקענט זײַן מער ייִדיש. משה רבינו זאָגט פֿאַר גאָט אַז די בני ישראל װעלן מיר פֿרעגן װאָס איז זײַן נאָמן, װיאַזױ הײסט ער, װער איז ער, װאָס זאָל איך זײ דערױף ענטפֿערן. װען גאָט האָט אַביסל יומאָר װאָלט ער אים געזאָגט 'װענט זיך אין װעלכן פּאַספּאָרט'. האָט זיך אים אָבער געשמעקט ענטפֿערן װי אַ קאָצקער, גאָר שאַרף. אהיה אשר אהיה, איך בין װער איך בין.

 

איר הערט אַן ענטפֿער. מען װעט דאָס זאָגן פֿאַר די ייִדן און זײ װעלן באַלד פֿאַרשטײן אַז דאָס איז אַ ייִדישער גאָט. מען פֿרעגט בײַם טיר, 'װער איז?' ענטפֿערט מען 'צדקה'. איך האָב דען געפֿרעגט פֿאַרװאָס ער איז דאָ? איך קום אין שיל און איך פֿרעג אױף אײנער װער ער איז, זאָגט מען מיר 'משה יאַנקלס אײדעם', כּאילו איך בין אינטערסירט אין זײַן יחוס. אָבער אַזױ ענטפֿערט אַ ייִד, און אַזױ װי די ייִדן האָבן באַלד געװוּסט אַז ס'האַנדעלט זיך מיט אַ הײמישע גאָט װען זײ האָבן געהערט פּקד פּקדתי אַזױ האָבן זײ אױך געװוּסט פֿון זײַן 'איך בין װער איך בין' אַז ער איז אַ גאָר הײמישע גאָט. ער קען נישט נאָר אַ ביסל דקדוק נאָר אַ ייִדישע דרײ אױך.

 

פֿרעגט זיך אָבער די שאלה, אַנו, טאַקע אַ הײמישע גאָט אָבער פֿון װוּ נעמט זיך דאָס. כּלומר אמת אַז אַ ייִד איז אַ ייִד טאַקע פֿאַרדעם װײַל ער איז אַ ייִד. גאָט איז דאָך אָבער גאָט נישט אַ ייִד. ואם תמצי לומר אַז דער ייִדישער גאָט מיז זײַן אַ ייִד פּונקט װי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט מיז זײַן אַן אַמעריקאַנער, איכּא למפֿרך. טאַקע דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט מיז זײַן אַן אַמעריקאַנער בירגער װײַל ער געװעלטיקט איבער אַמעריקע אָבער דער  ייִדישער גאָט געװעלדיקט דאָך איבער יעדן און אַלעס און ממילא צוריק צום קשיא אַז אפֿשר איז ער גאָרנישט אַ ייִד און אַז ער איז נישט אַ ייִד פֿון װוּ נעמט זיך בײַ אים אַזעלכע ייִדישע תשובות. ואפֿשר ליישב בדוחק אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט געװעלטיקט אױך איבער דער גאַנצער װעלט און אפֿילו אױף די זיבן הימלן, און אַז איר גלײבט מיר נישט פֿרעגט אים אַלײן און ער װעט מיט מיר צושטימן האָבן מיר דאָך אַ הודאת בעל דין והכּל על מקומו יבא בשלום.

 

ס'איז אָבער דאָ אַ בעסערע תירוץ. זאָל גאָט זײַן װאָס ער איז, אָבער דאָס װאָס ער קען ענטפֿערן װי אַ דורכגעבאַקענער, אײַנגעװײקטער, אױסגעבראָטענער, געזאַלצענער און געפּרעגעלטער ייִד דאָס איז װײַל ער לערנט תורה און היט אָפּ די מצוות. און אָט דאָס איז דער סוד פֿונעם ייִדישן קאָפּ. גענעטיש זענען מיר נישט בעסער פֿון אַ צװײטן אָבער װי ר' חנניא בן עקשיא זאָגט גאָט האָט אונז געװאָלט צוליב טון האָט ער אונז געשאָנקן תורה און מצוות און פֿון דאָרט נאָגן מיר אונזערע חכמה בינה ודעת, דעה בינה והשכּל. פֿון װוּ מײנט איר נעמט זיך עס אַז ס'קענען שטײן הונדערט מענטשן אין אַ רײַ אױופֿן לופֿט־פֿעלד דורך צוגײן די בדיקות און יעדער שטײט געדולדיק און לאָזט זיך אונטערזוכן. קומט זיך אָן אײן ייִד, אַ בן אחר בן פֿונעם פּיקח אינעם ערשטן רש"י אין פּרשת וישב און ער לאַכט זיך אױס פֿון דער גאַנצער מעשה. ער װעט זײ זאָגן װײס איך װאָס און װײס איך װען, ער װעט זײ זאָגן אַ בױדעם מיט אַ געשעפֿט און ס'װעט יעדער זען אַז מען װעט אים דורכלאָזן. און װען ער קומט אָן אױפֿן צװײטן זײַט איז ער אַזױ צופֿרידן װי דער פּראַגער גולם נאָך ער איז אַרומגעגאַנגן אין שטאָט מיט אַ בראשית חומש און ער האָט אַיעדן געזאָגט אַז ער האָט גאָר אַ ויקרא חומש. אױסגענאַרט אַ גאַנצער שטאָט, אַ קלײניקײט?

 

אַז מיר פֿאַרשטײן דאָס איז שױן אַלעס פֿאַרענטפֿערט װײַל דאָס איז דער עבדים היינו פֿון דער אױבישטער קשיא. װער װײסט דען נישט אַז גאָט היט אָפּ אַלע מצוות. אַז ער לײגט תפֿילין קען קײנער נישט לײקענען װײַל משה רבינו האָט עס אַלײן געזען. מען דערצײלט אפֿילו אַז ער האָט געלאָזט שרײַבן די ד' פּרשיות בײַ ר' פֿישל סופֿר װאָס ער איז נישט געגאַנגן אין מקווה בלױז פֿאַר יעדן שם נאָר פֿאַר יעדן אות פֿון יעדן שם. שטעלט אײַך פֿאָר. ס'האָט אַ לץ געזאָגט אַז אַ נס אַז דער שם ע"ב װערט נישט געברענגט אין דער תורה װײַל ר' פֿישל װאָלט זיך שיער נישט דערטראָנקן. אָבער, שױן, װאָס האָבן מיר דאָ צו רעדן פֿון לצים. חוץ פֿון תפֿילין האָט גאָט אױך געלערנט גמרא תוספֿות מיט משה רבינו דרײַ מאָל פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט. װער זאָגט גמרא תוספֿות? נו, זאָגט איר. גאָט און משה װעלן אָנהײבן לערנען חומש מיט רש"י? זײ זענען עפּעס בײביס? מײַן עלעף יעריק ייִנגל לערנט קױם חומש איז װי טאָר מען חוזק מאַכן פֿון משה רבינו. אוודאי נישט. זײ האָבן דורך געטון תקפֿו כּהן און דער סוגיא פֿון ברירה וכּדומה און זיך אױסגעשאַרפֿט די קעפּ.

 

און גאָט טוט מער אױך. די גמרא זאָגט אַז ער היט אַלע מצוות און זוכט אים צו פֿאַרענטפֿערן אַז ער מאַכט רעגענען אױף שבת. װוּ איז געװען דער ייִדישער קאָפּ פֿון חז"ל. זײ האָבן נישט געהערט פֿון אַ שבת זײגער און אַ שבת שליסל? גאָט קען אָנשטעלן דער רעגן פֿון פֿאַר שבת אָדער זיך אָנגאַרטלן מיט אַ פּאָר װאָלקענעס װי אין ברכי נפֿשי? נאָר װאָס דען, דער אינסטיטוט פֿון טעכנאָלאָגיע על פּי הלכה דאָס איז נישט אײַנגעפֿאַלן אפֿילו פֿאַר חז"ל. צו דעם האָט זוכה געװען אונזערע דור װאָס אונזערע גמרא לײַט קענען זיך פֿאַרמעסטן מיט די בעסטע קעפּ. ס'קען טאַקע זײַן אַז מיר פּראָדוצירן װײניק פּילאָטן און קענסער ספּעציאַליסטן. דאָס איז אָבער נאָר װײַל מיר װילן נישט און װען מיר זאָלן נאָר װעלן איז װי דער װילנא גאון האָט געזאָגט 'װיל נאָר װעסט דו אױך זײַן אַ גאון.'

 

מענין לענין אײדער איך שליס, איך האָב געטראָפֿן יענער װאָך אַ ייִד האָבן מיר געכאַפּט אַ שמועס און ער האָט מיר געװאָלט אױפֿװײַזן אַז אין חכמה כּחכמת התורה. דערצײלט ער מיר בתוך הדברים אַז ס'איז געװען אַ ייִדישע אַדװאָקאַט, 'אַ פֿרײַע', װאָס מען האָט אים אַמאָל געכאַפּט לערנען בבא בתרא. פֿרעגט מען אים װאָס האָט איר מיט בבא בתרא. זאָגט ער 'אײַם דאָינג איט פֿאָר מײַ דזאַב'. ס'האָט זיך מיר געגלוסט אים צו זאָגן, נאַר אײנער, װאָס דערצײלסט דו מיר דאָ? װאָס האָסט דו מיר צוגעלײגט אַז ער איז פֿרײַ? װײַל דו אַלײן געטרױסט נישט דײַנע אײגענע און דו דאַרפֿסט אַז אַ פֿרײַע ייִד זאָל דיר זאָגן טוב לי תורת פּיך און הנחמדים מזהב ומפּז רב און אַנדערש צװײפֿלסט דו. האַ? און אינטערסאַנט אַז ס'אַרבעט אױף פֿאַרקערט אױך. אונז פֿאַרקױפֿט מען אַז דער חזון איש האָט גאָר געקענט אָפּערירן און אַז רב אױערבאַך האָט געשריבן אַ ספֿר אױף לעקטער. מיר איז גענוג אַז דער חזון איש האָט געשריבן חזון איש פּונקט אַזױ װי עס איז מיר גענוג אַז בײטהאָװן האָט געשריבן סימפֿאָני נומער נײַן אָן צו זײַן אַ ראַקעטן װיסנשאַפֿטלער.

 

נאָר מיר האָבן אַ פּראָבלעם. מען פֿאַרקױפֿט אונז אַז אַלעס איז פֿאַראַן אין דער תורה און אױסער תורה באַשטײט גאָרנישט. נו, סוף כּל סוף באַשטײט דאָך יאָ עפּעס און פֿאַרװאָס לערנען מיר דאָס נישט. אױף דאָס צו פֿאַרענטפֿערן האָבן מיר געמאַכט פֿון אונזערע גדולים געבילדעטע פּראָפֿעסאָרן און פֿון די פּראָפֿעסאָרן לומדים אַבי אונז צו פֿאַרענטפֿערן אַז אַלעס איז פֿון דער כּח התורה. משה דע ליאון האָט געזאָגט אַז גאָט האָט אַרײַנגעקוקט אין דער תורה און באַשאַפֿן אַ װעלט און מיר זאָגן אַז דער װילנא גאון האָט אַרײַנגעקוקט אין ר' חנינא סגן הכּהנים און געשריבן אױף אַלגעבראַ אין דער בית הכּבוד. און אױף דעם זאָגן מיר אַז געלױבט איז גאָט װאָס האָט אונז אָפּגעשײדט פֿון די בלאָנדזערס און אונז אָפּגעגעבן אַן אמתע תורה. אַזױ אמת אַז אפֿילו די פֿרײַע זענען אױך מודה.

נכתב על ידי , 15/1/2004 20:26  
25 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)