לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    ינואר 2004    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
25262728293031

1/2004

סתם איבערלעבענישן און אײַנפֿעלער


ייִדן, איך דאַרף שרײַבן. װאָס זאָל איך אָבער טון אַז די מױז אױף מײַן על־ירך (לעפּטאָפּ בלע"ז) איז אױפֿגעשטאַנען תחיית המתים און זי האָט אָנגהױבן אַרום צו האָצקן אױפֿן עקראַן און טאַנצן הקפֿות. אײַ־בי־עם זאָגט אַז לאו עכברא גנב, די מױז איז פֿון די חסידי אומות העולם און מען דאַרף פֿאַרעכטן דעם על־ירך אַלײן. האָב איך דערפֿאַר נישט קײן קאָמפּיוטאָר מקיים צו זײַן מיט דעם ובלכתך בדרך. צײַט צו שרײַבן לאַנגע דרשות האָב איך נישט צו פֿיל און דערפֿאַר שרײַב איך גאָרנישט. ס'איז אָבער קײן תירוץ נישט װײַל אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד ער זאָל רעדן צו דער זאַך.

 

**********************

ס'װױנט בײַ מיר מײַנס אַ פּלעמעניק װײַל זײַנע עלטערן זענען אַװעקגעפֿאָרן. ער האָט מיר געװיזן אַז ער האָט אַ מטבע װאָס ער האָט באַקומן אין חדר אױף חנוכה געלט. דער מטבע איז פֿון זײַן טאַטעןס רבין, און לױט װי ער דערצײלט איז דער רבי שױן זײַנס אױך. ער האָט מיר געזאָגט אַז דער מטבע איז זײער הײליק און אַז אַ גױ רירט עס אָן שטאַרבט ער באַלד. אױפֿן פֿראַגע פֿאַרװאָס ס'קומט גױים צו שטאַרבן האָט ער נישט געהאַט קײן ענטפֿער. איך מײן אַז ער לערנט נישט אַזױ גוט אין חדר װײַל װען ער זאָל אױסהערן װאָס דער מלמד לערנט מיט אים װאָלט ער געװיסט אַז די מצרייִם און די יוונים און די רױמער און אַלע גוטע פֿרײַנד װאָס כּלל ישראל האָט שױן געהאַט איבער די יאָרן זענען אַלע גויִים. איך קען שױן נישט צײלן װיפֿיל מאָל איך האָב געדאַרפֿט פֿאַררעכטן מײַנע קינדער אַז ס'איז נישט גויים נאָר מצריים, גריכן, דײַטשן וכּדומה. אַז זײ גלײבן מיר נישט פֿרעג איך זײ אױפֿן שכן צי ער איז אַ גױ אָדער אַ ייִד. װען זײ זאָגן אַ גױ פֿרעג איך צי ער איז טאַקע אַזױ שלעכט.

 

כאָטש ס'פֿאַרדריסט מיך קען איך זײ נישט באַשולדיקן װײַל פֿאַר גאָר קלײנע קינדער בפֿרט איז עס שװער אױסצורעכענען װיאַזױ דער סיסטעם פֿון ייִדן און גױים אַרבעט. אַז מען האַקט זײ אין טשײניק אַז ייִדן זענען גוט פֿאַרשטײן זײ אַלײן אַז גױים זענען שלעכט. און אַז ייִדן טון מצוות מוז זײַן אַז גױים טון עבירות. ערװאַקסענע באַמיען זיך מיט דעם איז װאָס קען מען ערװאַרטן פֿון די קלײנע. װען זײ װערן אַביסל עלטער איז עס נאָך ערגער װײַל עס איז זײער נישט 'קול' צופֿיל אינזינען צו האָבן גױישע זאַכן. דאָס הײסט גױישע פֿילמס זענען אָקײ, גױישע טעמע פּאַרקס זענען גאָר גוט אָבער מרדכי בן דעװיד און שװעקי פּאַקן אײַן ראָבי װיליעמס, עמינעם, עלװיס און מאָצאַרט אין אײנעם. און אײַנשטײַן קעגן דער ראָגאָטשאָװע איז כּקליפּת השום. גײ זײַ אַ מבין װיאַזױ דאָס אַרבעט.

 

****************************

 

מײַן פֿרױ דערצײלט אַז אַ חברטע האָט זיך צו איר אָפּגערעדט אױף די הײַנטיקע בחורים. די חברטע האָט געהאַט אַ טאָכטער אין די יאָרן און װען איר מאַן האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ בחור פֿלעגט ער אים אַלץ צו פֿרעגן װאָס ער פּלאַנירט צו טון מיט זײַן לעבן. זי זאָגט אַז קײן אײן בחור האָט אים נישט גענטפֿערט צו דער זאַך.די תוצאה איז געװען אַז זײ האָבן אָפּגעשראָקן בחורים און מען איז פֿון זײ אַנטלאָפֿן. האָבן זײ געמוזט טױשן די טאַקטיק פֿון דער שידוך אינטעריװ. אפֿשר דאַרף מען אײַנפֿירן פּסיכימעטרישע טעסטן לכּבוד האיש מקדש. פֿאַר דער האשה נקנית איז עס פֿאַרשטײט זיך נישט נײטיק װײַל אַז זי האָט אַמביציעס חוץ פֿון צו װערן אַ ייִדישע מאַמע איז זי אַ מורדת און יוצאת בלא כּתובה.

 

אין שיל אױף מוצאי שבת האָב איך אונטערגעהערט װי צװײ ייִדן שמועסן. זאָגט אײנעם פֿאַרן צװײטן אױף אַ דריטן אַז ער האָט ליב לאַנג צו זיצן אין בית הכּסא און מען פֿלעגט אים צו רופֿן אַ יושב בסתר.

 

****************************

 

דרך אגב׃ אױפֿן נושא פֿון דער חזון איש און אָפּערירן. אַז דער חזון איש האָט געקענט מסכת פּסחים און הלכות חמץ ומצה װעט זיך קײנער נישט דינגן, און פֿון דעסטװעגן האָב איך נאָך נישט געהערט אַז ער האָט געבאַקן אױסערגעװענדלעכע מצות. איז אפֿילו אַז ער האָט דורכגעלערנט אַלע ביכער אױף דאָקטערײַ מיהיכי תיתי אַז ער זאָל האָבן געקענט אָפּערירן? איך בין אָבער מער אינטערסירט אין װאָס טרײַבט די װאָס דערצײלן זײערע מעשות אַזױ צו דערצײלן. איך מײן ס'ליגט אונטער דעם אַ װעלטבליק װאָס פֿאַנטאַזירט  אַז אַ תורהדיקע לעבן איז אַן אַלטערנאַטיװ צו דער װעלטלעכע װעלט. פֿאַר קולטור האָבן מיר די אױװנדערמאַנטיקטע חזנים, פֿאַר רעטאָריק האָבן מיר אמנון יצחק, פֿאַר ליטעראַטור האָבן מיר אַרטסקראָל, פֿאַר מעדיצין האָבן מיר הרב פֿירער, פֿאַר יוריספּרודענץ האָבן מיר די עסקנים װאַס קענען אַלעדיקן מיט די פּאָליצײַ אַז מען זאָל נישט באַצאָלן אַ פּאַרקינג טיקעט, פֿאַר דיפּלאָמאַטיע האָבן מיר אַבֿי שאַפֿראַן, פֿאַר פֿילאָזאָפֿיע האָבן מיר דער טװערסקי משפּחה, פֿאַר מעדיאַ, המודיע, פֿאַר שאַמפּאַניע,  קעדעם, פֿאַר בליצפּאָסט, משולחים, פֿאַר סעלעבריטיס, גדולי ישראל און פֿאַר סטיװן האָקינג האָבן מיר ר' חייִם קאַניעװסקי. דער פּלא איז נאָר אַז װען רב אלישוב איז קראַנק געװאָרן האָבן זײ געברענגט צו שלעפּן ספּעציאַליסטן פֿון אַמעריקע (איר זעט װאָס מיר קענען) און זײ האָבן נישט גענומן אַפּאָר יונגעלײַט פֿון כּולל חזון איש. בין איך טאַקע פֿאַרדעם נישט קײן מבין.

נכתב על ידי , 26/1/2004 20:16  
19 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   1 הפניות לכאן   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)