יענער װאָך איז מײַן ייִנגל אַהײם געקומן פֿון חדר און דערצײלט אַז ער לערנט אין חדר תורות אױף דער הגדה און אם ירצה השם בײַ דער סדר װעט ער זײ איבערזאָגן. ס'איז מיר שװאַרץ געװאָרן פֿאַר די אױגן. נישט װײַל איך װיל נישט הערן תורות בײַם סדר; איך בין געגרײט אױף צו זײַן ביז זמן קריאת שמע של שחרית און דורכרעדן דעם נס פֿון יציאת מצרים. אָבער װאָס װעל איך פֿון אים הערן? שײנע תורהלעך און פּשעטעלעך, קשיות װאָס זענען נישט געשטױגן פֿאַרענטפֿערט מיט תירוצים װאָס זענען נישט געפֿלױגן, און װער רעדט נאָך פֿון פּשטים װאָס זענען נישט אױסגעהאַלטן נישט על פּי פּשט און נישט על פּי מענטשלעכקײט.
ס'קומט למעשה קען איך אים נישט זאָגן איך װיל נישט הערן װײַל אַז ער האָט געלערנט מיז איך אים אױסהערן. איך קען אים אױך נישט צופֿיל אױספֿרעגן אױף װאָס ער זאָגט װײַל ער װערט אַנטױשט אַז דאָס װאָס האָט זיך געהערט אַזױ געשמאַק בײַם רבין אין כּתה און װאָס ער קוקט אַזױ שטאַרק אױס מיר איבערצוזאָגן איז נישט מער װי אַן אָנגעבלאָזענע אײ. הער איך אים אױס, איך האָב הנאה אַז ער קען עס איבערזאָגן מיט אַ טעם אָבער איך בײַס מיך די ליפּן אױף די שטותים װאָס מען געבט זײ צו פֿאַרקױפֿן. דאָס איז דער פּרײַז פֿון שיקן די קינדער צו חדרים װאָס די עלטערן האַלטן פֿון זײ אַזױ װײניק. אַ קול רױמט מיר אַרײַן אין אױר׃ אַבי נישט ערגער. אין אַנדרע שולן קומן קינדער מיט ביקסן און מעסערס. אַ אַנדרע קול ענטפֿערט צוריק׃ טיפּש אײנער און װאָס איז מיט די אַלע שולן װוּ מען טראָגט נישט מעסערס און מען לערנט יאָ עפּעס אױס?
אָנהײב װאָך איז ער אַהײם געקומן און געזאָגט אַז מען טאָר נישט אַרבעטן חול־המועד. ער האָט אַזױ געלערנט אין הלכה. איך האָב אים געקענט אַרױס ציען אַ שלחן־ערוך און אים װײַזן אַז אױף אַ דבר־האבוד מעג מען יאָ אַרבעטן. איך האָב אים אָבער געװאָלט אױסלערנען אַז זאָל זײַן אַז עס שטײט יאָ אין הלכה איז עס אױך נישט עק װעלט. נישט אַלעס װאָס מענטשן טון איז אױסגעהאַלטן על־פּי הלכה און מנהג שפּילט אױך אַ ראָלע. איך װײס נישט צי עס האָט געפּועלט און ער האָט עס נישט אַזױ לײַכט אָנגענומן. האָפֿענטלעך װען ער װעט עלטער װערן װעט ער פֿאַרשטײן װאָס מיר האָבן גערעדט.
פֿרעגט זיך די שאלה׃ פֿאַרװאָס זאָגן די מלמדים די אַלע זאַכן פֿאַר די קינדער? זײ װײסן אָנגעפֿער די סאָרט שטיבער פֿון װוּ די קינדער קומן איז פֿאַרװאָס זענען זײ נישט סענסיטיװ צו דער ספּעציפֿישע גײסט פֿון זײערע תינוקות של בית רבן? דער תירוץ איז אַז ראשית כּל טראַכטן זײ נישט. אַזױ האָבן זײערע מלמדים מיט זײ געלערנט און אַזױ לערנען זײ מיט זײערע תלמידים. דאָס הײסט נישט אַז זײ האָבן אױסגעפֿאָרשט אַנדרע מיטלן פֿון פּאַדאַגאָגיע און עס אױסגעשלאָסן צוליב חדש אסור מן התורה וכּדומה. נײן, זײ האָבן ניטאַמאָל משים לב געװען צום ענין. כּך קבלתי מרבותי און דער מעטאָד איז נאַטירליך און שױן.
סע ליגט עפּעס טיפֿער דערין אױך און דאָס איז אַז די מושלי בכּפּה האָבן אַן אינטערעסע אַרײַן צושטעקן אַ פּירוד צװישן די דורות. 'דיװײַד ענד רול' הײסט עס אױף ענגליש. מיט דעם אַז זײ קענען אָפּפּסלן דעם לעבעןס שטײגער פֿון די עלטערן װערט אַ הױלקײט און אין דעם קענען זײ אַרײַנטרעטן. מיט 'זײ' מײן איך נישט יחידים אָדער אַ חסידות נאָר דער סיסטעם בכללות. װיבאַלד אַז זײ קומן מיט כּוח התורה האָבן זײ דער אױבישטער האַנט װײַל די קינדער הערן פֿון די טאַטעס אױך אַז תורה איז דער בעסטער סחורה. ממילא אַז זײ לערנען אַ שטיקל קיצור שלחן ערוך װוּ ייִדישקײט איז אַראָפּגעלײגט נישט שװאַרץ אױף װײַס נאָר בלױז שװאַרץ איז בײַ די קינדער קאָנפֿירמירט אַז אין דער הײם קלאַפּט נישט אַלעס. און אַז אין דער הײם קלאַפּט עס נישט װערן זײ נתפּעל װען זײ הערן פֿון משוגענע חומרות.
לאָמיר געבן אַ דוגמא. אַ טאַטע נעמט זײַנע קינדער צום פּלאַזשע אָדער אין אַ קינאָ. אין חדר האָט דאָס קינד געהערט אַז בײדע זענען אבי אבות הטומאה. דער טאַטע װײסט אױך װאָס מען לערנט אױס די קינדער אין חדר אָבער ער װיל זײ יאָ נעמן. אָדער װײַל ער האַלט אַז מען מעג אָדער װײַל ער האַלט נישט אַסאַך און פּשוט ער װיל זײ נעמן. ער קען נישט פֿאַרענטפֿערן אַלע פּסוקים און מאמרי חז"ל װאָס דער מלמד קען אױף אים אַרױפֿװאַרפֿן אָבער והוא רחום יכפּר עון און אַזױ װיל ער. פֿאַר די קינדער זאָגט ער אַז זײ זאָלן נישט דערצײלן אין חדר אָדער ער זאָגט זײ גאָרנישט. ער זאָגט זײ גאָרנישט װײַל ער טוט עס נישט מחמת אידיאַלאָגיע, װײַל ער האָט נישט אַן אַלטערנאַטיװע פֿיליזאָפֿיע, ממילא האָט ער זײ נישט װאָס צו זאָגן.
דאָס קינד הערט בפֿירוש אין חדר אַז מען טאָר אַזױ נישט טון און אין דער הײם זעט ער װי מען טוט קאַפּױער. דאָס חזרט זיך איבער אױף אַנדרע אופֿנים אױך. אין חדר האָט מען געזאָגט אַ חומרא װאָס אין דער הײם טוט מען נישט. דאָס קינד קומט אַהײם און ער איז מחמיר. דער טאַטע זאָגט אים גאָרנישט װײַל 'װאָס קען דען שאַטן אַ חומרא?' לאָזט אײַך נישט נערן׃ דעם טאַטען שטערט עס אָבער װאָס זאָגט מען פֿאַרן קינד? גײ נישט אין מקווה יעדן טאָג, ס'איז נישט נײטיק? שאָקל דיך נישט װי אַ פֿערד בײַם דאַװענען? מעגסט עסן יענער הכשר אױך? דער טאַטע האָט מורא אַזױנס צו זאָגן װײַל ער האָט נישט אַ תירוץ פֿאַרן קינד. תלמידי בעל־שם זענען געגאַנגן אין מקווה. אין שלחן־ערוך שטײט אַז מען דאַרף דאַװענען מיט כּװנה. עסן נישט כּשרע זאַכן פֿאַרשטאָפּט דער קאָפּ צום לערנען. רעדט זיך דער טאַטע אײַן אַז ער האָט הנאה. און אַז ער האָט נישט קײן הנאה איז כאָטש אַביסל װײניקער זײן פּחד װאָס מער רעדט אים אײַן אַז פֿון נישט נאָכזאָגן יהא שמיה רבא ביז שמעקן בשמים איז בלױז אַ קאַצן שפּרונג. אַז מען פֿרעגט אים װאָס איז מיט דײַן זין ענטפֿערט ער 'ער װעט עס אױסװאַקסן', אָדער 'לאָז אים, ער מײנסט ער ערענסט'. די זעלבע טענה װאָס מען זאָגט אױף יעדער מטורף און אַפֿילו אױף רוצחים װי ברוך גאָלדשטײן און יגאל עמיר. אפֿשר זענען זײ גערעכט. ס'שטײט רחמנא ליבא בעי, נישט מוחא בעי.