װאָס איז דאָס חירות, פֿרײַהײַט? בפּשטות מער נישט זײַן פֿאַרשקלאַפֿט װי מען איז געװען אונטער פּרעה. דאָס איז אָבער נישט גענוג געװען װײַל די ייִדן װאָלטן געקענט װערן אימאַנציפּירט אונטער די עגיפּטן. אַז ס'האָט געדאַרפֿט זײַן יציאת מצרים הײסט עס אַז פֿרײַהײַט איז נישט בלױז נישט זײַן אונטער יענעם נאָר ס'איז אַ פּאָזיטיװע זאַך. זײַן אונטער דער אײגענער רשות. און דער פֿרײַהײַט פֿון מצרים הײסט עס איז אַז די ייִדן זענען געװאָרן זײערע אײגענע בעלי־בתים.
נאָר ס'איז מערקװעדיק אַז דער גרעסטע פֿײַערונג אין דער ייִדישע טראַדיטציע, חג הפּסח, האָט אַ געװיסע ענדלעכקײט מיט דער גרעסטע ייִדישע טראַגעדיע פֿון די מאָדערנע צײַטן אָדער אפֿילו פֿון אַלע צײַטן. נאָך יציאת מצרים איז מצרים געװאָרן 'יודנרײן' אַ װאָרט װאָס איז פֿאַרבינדן מיט דער גרעסטער אומגליק פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. המבלי אין קברים במצרים איז אין דער מדבר געװען אַ רעטאָרישע שאלה און די שמחה פֿון פּסח איז אַז ס'איז דאָרט נישט איבערגעבליבן אַ ייִד. נאָך יציאת אשכּנז איז לקחתנו למות געװען אַ ביטערע פֿאַקט און הא דייקא איז דער אומגליק אַז מען האָט אױסגעלײדיקט גאַנצע מדינות פֿון אירע ייִדן.
דער פּאַראַדאָקס איז אַן אינטערסאַנטע װײַל דער פֿראַגע װאָס דאָס איז פֿרײַהײַט און בפֿרט ייִדישע פֿרײַהײַט איז אַ שאלה עד היום הזה. איז עס אַז מען לאָזט ייִדן װױנען אין אַ מדבר אַבי זײ זאָלן קענען מקבל זײַן דער תורה אָדער ליגט דער חירות אין קענען זײַן גלײַך מיט אַיעדן און װױנען בידידות מיט שכנים אַז ס'זאָל זײַן ושאלה אשה משכנתה? איז גלות מצרים טאַקע געװען פֿיר הונדערט יאָר װײַל מען האָט געװױנט אין דער פֿרעמד אָדער איז עס געװען בלױז צװײ הונדערט און צען יאָר װײַל מען רעכענט נאָר די יאָרן װען מען האָט זײ צוגענומן די בירגער רעכטן?
די שאלה און די סתירה חזרט זיך הײַנט איבער װען ייִדן שאַפֿן זיך זײערע אײגענע געטאָס אין בני ברק צי אין װיליאַמסבורג און װען אַנדרע װילן זיך אַרײַנציען טוט מען זײ אַנגרײפֿן. איז דאָס אַ חלק פֿון גאולה אַז מיר קענען רופֿן אַ טערעטאָריע אַן אײגענער און דערפֿון אױסשליסן אַנדרע אָדער איז עס אַ גלות װי מיר זענען אונדזער אײגענע פֿאַנגערס און אַן אמתע גאולה איז װען מיר האָבן דאָס זיכערקײט אױפֿצושטעלן אונדזער קראָם אױפֿן אינטערקולטורע רשות הרבים? די שאלה אױף אַ גרעסערע פֿאַרנעם איז אױך אױפֿן געשטעל פֿון מדינת ישראל. און װען מיר זענען אין גלות בײַ אַנדרע קען אונדז גאָט אַרױסנעמן גױ מקרב גױ, אָבער װען דער גלות איז אַן אײגענער װאָס טוט ער דעמאָלסט? נעמט עס טאַקע אַ דרױסענדיקער שונא זיך צו פֿאַרדינען אַ גאולה?
װאָס איך װײס יאָ איז אַז פֿרײַהײט מײנט נישט אָן פֿליכטן און אָן אחריות. פֿאַרקערט ס'מײנט פֿליכטן װאָס מען װעלט זיך אַלײן אױס און װאָס מען גלײבט אין זײ אַלײן. דער אין לך בן־חורין אלא מי שעוסק בתורה זאָגט אױך אנא עבדא דקודשא בריך הוא. אלא מאי ער איז פֿרײַ װײַל ער אונטערטעניקט זיך פֿון זײַן פֿרײַ װילן און גלױבן, מה שאין כּן דער עבד עברי װאָס כאָטש ער זאָגט אהבתי את אשתי את אדוני ואת בני לא אצא חפֿשי איז ער אַלץ אַ קנעכט װײַל ער דינט זײַן פֿרױ פֿון זײַן װילן אָבער צו זײַן האַר איז ער געצװינגן. דער חירות פֿון יציאת מצרים איז געװען אַז מער האָט מען נישט געדאַרפֿט דינען פּרעה און מען איז געװען פֿרײַ מקבל צו זײַן דער תורה. אַז מען האָט געדאַרפֿט גײן אין דער מדבר איז טאַקע געװען אַ גלות.
זאָלן מיר אַלע האָבן אַ כּשרן פּסח און יעדער זאָל געראַטעװעט װערן פֿון זײַן אײגענער גלות.