לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אפריל 2004    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
252627282930 

4/2004

בײַם פֿעטער אליעזר דוד אױפֿן סדר


װאָס זאָל איך אײַך זאָגן אױף מײַנע סדרים? לעילא לעילא איז חוזק געמאַכט. דער ערשטער נאַכט זענען מיר געװען אין דער הײם און די קינדער האָבן געפֿרעגט די קשיות אַז ס'איז געװען אַ ברכה צו מאַכן, מײַן אַרבל איז נישט אײן מאָל אַרײַן אין דער װײַן, פֿאַרװאָס די קיטל מאַכערס מאַכן אַזעלכע ברײטע אַרבל װאָלט געדאַרפֿט זײַן אַ באַזונדערע קשיא, די פֿלעקן אין דער הגדה פֿון פֿאַריאָר האָבן זיך ברוך השם אַלע אױסגעטריקענט, די דברי תורה פֿון מײַן זין זענען געװען הפֿלא ופֿלא, ער האָט געקענט זאָגן תורות פֿון אַ הגדה אױף ייִדיש װאָס ער האָט באַקומן פֿון זײַן רבי פֿאַר משלוח־מנות, די כּזיתים, די זאַלץ־װאַסער, דער חרײן, דער אפֿיקומן, איך זאָג אײַך װוּ מען דרײט זיך איז עס געװען ממש כּימי צאתינו ממצרים. אַזױ האָט עס מיר אױסגעזען.

 

איך בין אָבער אָנגעקומן די צװײטע נאַכט צו מײַן טאַטע אין דער הײם און איך האָב געזען אַז איך װאָלט געדאַרפֿט אױסלאָזן נרצה מיט אַ נאַכט פֿריער. די חסידישע ספֿרים זאָגן אַז מען פֿאָרט צו אַ רבי כּדי געװױער צו װערן אַז דאָס װאָס מען מײנט אין דער הײם װערט פֿאַררעכענט פֿאַר עבודת השם זעט מען בײַם רבין אַז ס'איז פּיגול לא ירצה. אָט אַזױ האָט אױסגעזען מײַן סדר כּלפּי דעם פֿעטער אליעזר דודס בײַם טאַטן אין דער הײם. דער פֿעטער אליעזר דוד איז געקומן צו פֿאָרן פֿון אַנטװערפּן מיט דער מימע בײלא וכל יוצאי חלציהם קײן עין הרע אױף קײן שום ייִד און איך האָב געהאַט דער זכייה צון זען װאָס דאָס הײסט אַ סדר. מײַן סדר איז געװען װי אַ בדיקת חמץ לעכטל קעגן דער אור שבעת הימים און דאָס איז אױך נאָר כּדי לשבר את האוזן.

 

אײַ האָט דער פֿעטער אליעזר דוד געפֿיערט אַ סדר מיטן טאַטן צוזאַמן, דער טאַטע איז אָבער שיער נישט צוגאַנגן אין דער היץ. די קינדער האָבן נאָך אפֿילו נישט געזאָגט קדש און ער האָט זיך באַװיזן אין אַ קיטל מיט אַ זײַדענע װײַסע גאַרטל אַן אמה על אמה ברום אמה. אליהו הנביא זאָל עס נאָר זען װאָלט ער עס אים בײַ אים צוגענימן. נישט אױף אָנצוטון נאָר אױף אַרױף צו שװעבן אין הימל דערױף. דער פֿעטער אליעזר דוד האָט געמאַכט אַ קידוש און ס'איז געװען אַ קידוש במקום סעודה. און אַז דער פֿעטער אליעזר דוד האָט זיך געװאַשן ורחץ האָט מען ניטאַמאָל געדאַרפֿט אַ ברכה. איך קען אײַך גאָרנישט שילדערן װי דער פֿעטער אליעזר דודס כּרפּס האָט אױסגעזען. די כּװנה פֿון פּטרן דער מרור איז מער װערד געװען װי פֿופֿצן כּזיתים מרור וחזרת ביחד. אַז מען האָט געבראָכן דער מצה אױף יחץ האָט דער פֿעטער אליעזר דוד נישט געלאָזט כאַפּן אַן אפֿיקומן װי פּראָסטע ייִדן כּמוני. חלילה וחס! ס'איז עפּעס פּורים? ס'איז ליל התקדש חג און ס'װערן אַנטפּלעקט אורות איז װעט מען זיך אָנהײבן צו ראַנגלן מיט די קינדער צו זען װער איז אַ גרעסערע גבור, בתמיה? הס מלהזכּיר!

 

דער פֿעטער אליעזר דוד אַז ער האָט נאָר װאָס צובראָכן  דער מצה האָט ער אױפֿגעפּאַסט אױפֿן גרעסערן האַלב כּבבת עינו. נישט װײַל ער האָט געקאַרגט אױף אַ מתנה. אין עניות במקום עשירות און פּסח אױף דער נאַכט איז דער פֿעטער אליעזר דוד אַ מלך מלכי המלכים. װעט זיך אײנער טראַכטן אַז אַ גרױסע גדולה זײַן אַ מלך פּסח אױף דער נאַכט. װעלכע ייִד איז דען נישט װי אַ מלך װען ער טרינקט אױס די כּוסות אױסגעצױגן װי אַ שײַך אױפֿן פֿאַטעל? װעל איך אײַך זאָגן דער חילוק. דער פֿעטער אליעזר דוד איז נישט װי אַ מלך נאָר אַ מלך ממש. אַז אין מלך בלא עם זענען אַלע אַרומיקע זײַנע סוביעקטן, אַלע װאָס זיצן בײַ זײַן סדר זענען װי קנעכט, װי די אָרימעלײַדט אין דער דובנער מגידס משלים. און דער פֿעטער אליעזר דוד איז דער נמשל, און אױך דער מושל.

 

איך זאָג אײַך ס'איז ממש געװען װי דער רבי זי"עס הושענות. דער פֿעדער קען עס גאָרנישט שילדערן, דער שפּראַך איז צו אָרעם עס אױסצודריקן און דער סופּער־שאָסײַ צו ענג צו פֿאַרנעמן אײן קנײטש אױף דער פֿעטער אליעזר דודס שטערן װען מײַן טאָכטער האָט געזינגן 'דײַ דײַ דינו.' גױישע ניגונים בײַם הײליקן סדר טיש! און ער איז נעבעך אין דער פֿרעמד, שכינתא בגלותא און ער קען אפֿילו נישט זאָגן אַ 'נו'. אױף זײַן עניוות אַז ער האָט נישט מוחה געװען װעט מען נאָך שרײַבן גאַנצע קאַפּיטלעך אין שבחי אליעזר דוד.

 

ס'איז געקומן צו די כּזיתים און װוּ איז דער אױג װאָס קען בלײַבן טריקן צוצוקוקן דאָס צאַרטקײט און אײדלקײט מיט װאָס ער האָט אױפֿגעפּאַסט אַז די מימע בײלא זאָל אױפֿעסן די כּזיתים, װוּ איז דער האַלץ װאָס װערט נישט דערשטיקט צו זען װי דער פֿעטער אליעזר דוד האָט גענומן צוריבענע חרײן פֿאַרן כּזית, עס צאַמגעדריקט ביז ס'איז געװען אַזױ גרױס װיס אַ קנײדל און געמאַכט על אכילת מרור. ער האָט זיך צוהיסט איבער דעם, צוּװײנט איבער דעם, טײַכן טרערן זענען אים גערונען פֿון דער נאָז, די פֿאַרבן אױף זײַן פּנים האָבן זיך געביטן פֿון רױט װי צװיקל ביז װײַס װי חרײן װען ער האָט עס צוקײַט דער כּזית ברמ"ח איבריו ושס"ה גידיו. עילם שת כּסאו להציל ידידיו, גאָט האָט געשטעלט זײַן היסב בעט לעבן דעם פֿעטער אליעזר דודן אַז ער זאָל נאָך קענען מקיים זײַן כּורך זכר למקדש כּהלל.

 

ס'איז געקומן צו דער אפֿיקומן און דער פֿעטער אליעזר דוד האָט געבעטן דער מצה האָט אײנער פֿון די שקצים עס נישט געװאָלט פּראָדוצירן. אַ צװײטער ייִד װאָלט זיך גענומן אַ שטיקל מצה פֿון אַן אַנדרע שאַכטל און אַלעדיקט אַ געשעפֿט. איז אַ צװײטער ייִד טאַקע פֿאַרדעם נישט דער פֿעטער זאָל זײַן געזונט. מען האָט געקענט בײַ אים בעטן עד חצי המלכות און װער רעדט נאָך בני חיי ומזוני און ער װאָלט עס גערן געגעבן אַבי זיכער צו מאַכן אַז דער כּזית פֿונעם אפֿיקומן איז דער זעלבער װאָס האָט געטאַנצן בײַם הקפֿה פֿון יחץ. װי ער האָט אױסגעפֿרעגט די קינדער אַז עס איז נישט געװען אינטער אַ בעט אָדער אין דער בית הכּבוד אָדער חלילה אין אַ מקום שמכניסים בו חמץ.

 

װען איך בין געװען אַ ייִנגל פֿלעגן מיר האָבן אַ הגדה װוּ בײַ נשמת זענען געװען אױסגעמאָלט אַלע חיות פֿונעם װאַלד אַרום דער בלאַט און פֿון אינטן איז געװען דוד המלך מיט זײַן האַרפֿע. די לײב מיט דער בער און אַלע אַנדרע חיות האָבן אַלע געגאַפֿט פֿון דער מתיקות פֿון דודן און זײַן תהיליםל. אָט אַזױ האָב מיר זיך געשפּירט זיצענדיק בײַם פֿעטער. מײַן שװעסטער איז אַװעקגעגאַנגן מיט אירע קינדער נאָכן פֿערטן כּוס װײַל ס'איז בײַ איר געװען אַזױ װי די בני־ישראל נאָך הערן אנכי און לא יהיה לך. נרצה האָבן מיר געזאָגט אױף יוצא צו זײַן װײַל די גמרא װאָלט אױף אַזאַ נרצה געפֿרעגט פּשיטא. חסל סידור פּסח האָט זיך געזאָגט איכהדיק. איך האָב מורא געהאַט צו זאָגן לשנה הבאה בירושלים װײַל װער װײסט צי דאָרט װעלן מיר זיך אַזױנס פֿאַרדינען. איך בין טאַקע געבליבן ביז חד גדיא אָבער נישט אױף שיר השירים װײַל ס'איז דאָ אַ שיעור װאָס דער מענטשלעכע אױער קען אױסהאַלטן. אַז איך בין אַרױסגעגאַנגן אױף דער גאַס איז עס געװען מאור גדול לאפֿילה. אָט אַזױ איז געװען דער לעכטיגקײט פֿון דער פֿעטער אליעזר דודס אַ סדר.

נכתב על ידי , 9/4/2004 14:05  
47 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   2 הפניות לכאן   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)