לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אפריל 2004    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
252627282930 

4/2004

מפֿטירין אחר הפּסח


איר װעט מיר מיזן מוחל זײַן אַז סײַ נאָך פּורים און סײַ נאָך פּסח ברענג איך צו שלעפּן תורות אױפֿן יום־טוב נאָכן יום־טוב װי שמן־זית נאָך חנוכּה און אַלטע כאַלאַטלעך נאָך קריעה רײַסן. ס'איז אַ מחלוקת צװישן די װאָס האַלטן עבר זמנו בטל קרבנו און אַנדרע װאָס האַלטן טעות לעולם חוזר און אני הקטן פּסקן אַז הלכה כּבתראי.

 

פּסח האָב איך באַמערקט אַז ס'זענען דאָ צופֿיל מעשות פֿון עם־הארצים אױף פּסח. למשל מײַן שכןס ייִנגל האָט דערצײלט אין שיל אַז זײַן רבי האָט דערצײלט אַז אַן עם־הארץ האָט געזאָגט אַנשסטאָט משעה שיש מצה ומרור מונחים לפֿניך, בשעה שיש מצה ומרור מחותנים לפֿניך. מײַן ייִנגל האָט אַהײם געברענגט אַ מעשה אַז אַן עם־הארץ האָט געזאָגט בײַ די פֿיר זינען אחאָאָאָאָאָאָד חכם, אחאָאָאָאָאָאָאָד רשע און אַזױ אױף אַלע פֿיר אחדס װי דער אחד פֿון שמע ישראל. אַן אַנדרע מעשה איז דאָ פֿון אַ רבי װאָס איז געגאַנגן אין שטאָט הערן װי אַנדרע ייִד פֿירן זײערע סדר און ער האָט אונטערגעהערט װי אַן עם־הארץ זאָגט ברוך אתה ה' גאל ישראל און ער שטעלט זיך שמונה־עשרה. (אײגנעטלעך, האָט ער דאָס געמיזט זען נישט הערן. אפֿשר האָט עס פּאַסירט בײַ דער װױעריסטישע צדיק זי"ע).

 

מיר איז שװער געװאָרן דער אָבסעסיע מיט עם־הארצים אױפֿן חג המצות. מה נשתנה היום־טוב הזה מכּל הימים טובים. די װערטלעך דערצײלט מען נישט אױף סוכּות און אױף די ד' מינים, נישט אױף די אַנדרע הײליקע טעג און נישט אױף די קלײנע ימים טוביםלעך. דאַרף מען דאָך פֿאַרשטײן װײַל הלא דבר הוא. איז מיר אײַנגעפֿאַלן אײער נעכטן אין דער טוש אַזאַ הסבר.

 

דער יום־טוב פֿון פּסח איז אױסגעצײכנט, יוניק, מיט דעם אַז די ריטואַלן, די מנהגים, די מצװת זענען אַלע אױף אַ בעסיק לעװעל. ס'איז, צו ניצן אַן ענגלישע אױסשפּרעך, אַ גראָזװאָרצל יום טוב. פֿאַר יום־טוב לױפֿט מען טאַקע צו אַ רב הערן זײַן שבת־הגדולדיקע פּערל װערטער, פֿאַרקױפֿן דער חמץ, כּשרן דער כּלים, קױפֿן מצות, טישטעכער, זילבער פּאַפּיר און עסצײג מיט זײערע הכשרים און מיט טאָנען פֿון שאלות. קומט אָבער בײַם סדר נאַכט און יעדער ייִד איז אַ מלך, אַ גדול בישראל אַ ראש בית אב. דאָס איז נאָך נישט אַלעס. די רעבעס, די הײליקע ייִדן, די גדולי בישראל אשר מפּינו הם חיים מיזן פּסח נאַכט זײַן פּראָסטע ייִדן.

נכתב על ידי , 16/4/2004 21:07  
הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)