לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    אפריל 2003    >>
אבגדהוש
  12345
6789101112
13141516171819
20212223242526
27282930   

4/2003

אחור וקדם


דער טעלעפֿאָן קלינגט אין מיטן טאָג, 'האַלו, זיס איז מיסיס ר.', מיסיס ר' איז נישט אַ צװײטע װי מײַן שכנטע זאָל זײַן געזונט. בײַ אונז איז אָבער דער מנהג אַז אַזױװי מען האָט נאָר אױסגעשאָסן אַ פֿרױ די בתולים איז ויקרא שמה מיסיס. דאָס קומט צוזאַמן מיט די לאַנגע מאַנטל און דער טאַש איבערן פּלײצע אַזױ אַז אַ װיזיט צום גראָסערי זעט אױס װי מען גײט צו אַ חתונה. פֿאַרװאָס ס'איז אַזױ איז ראשית־כּל אַ קל וחומר. אַז דער מאַן רופֿט איר הער נאָר, צי מאַמי, צי סתם האַלו װי קען אַ פֿרעמדער מאַן האָבן דער חוצפּה איר צו רופֿן בײַם נאָמן.
 
ס'איז אָבער נישט נאָר אַ װײַבערישע זאַך. װען אַפּאָר פֿון מײַנע פֿרײַנד רופֿן אָן צו מיר אַהײם און מײַן פֿרױ פֿרעגט װער איז, ענטפֿערן זײ אױך מיטן פֿאַמיליע נאָמן. מיסטער איז זײ צו גױיִש און זײרע ערשטער נאָמן צו הײמיש, איז זאָגן זײ ראָזענבערג צי מאָשקאָװיטש וכדומה. דער סיבה מײן איך איז װײַל אַ נאָמן באַדײַט אינדיװידיואַליסטישקײט און זײַן אַן אינדיװידיואַל איז פֿון די גרעסט עבירות װאָס מיר פֿאַרמאָגן. אונזערע הײַזער זענען אַלע קליניש דעקאָרירט אָן אױסשפּרעכן אַן אײגענער טעם, אױפֿן װאַנט הענגן גדולים און די קינדער, נישט עסטעטישע פּרעפֿערענצן,  מיר טון זיך אָן די זעלבע נישט אױף צו זײַן מצויינים צװישן די פֿעלקער נאָר אױף נישט צו זײַן מצויינים צװישן אונזערע אײגענע, װען מיר רעדן פֿון אונזערע פֿרױ און קינדער איז עס אַלץ 'מאַן װאַב' צי 'מאַן זין/טאָכטער', בריװן צו צײַטונגן זענען אַלע בעילום שם אַפֿילו װען די געדאַנקן זענען ריאַקצאָנעלע און אַזױ זענען מיר אַלע קלאָנס מיט אַ גינעטישע אָפּשטאַם װאָס איז אַ יתום פֿון טאַטע מאַמע און אַנשטאָט איז עס פֿאַבריצירט אין לאַבאָראַטאָריעס פֿון מרה שחורה אין װיליאַמסבורג און בני ברק.
 
דרך אגבֿ האָט די שכנטע אַ מנהג אַז װען ס'קומט בײַ איר אַרבעטן אַ גױטע מוז זי זיך אָנטון מיט אַ לאַנגע קלײד. ס'קען זײַן אַז ס'איז פֿאַר סיבות פֿון צניעות אָבער ס'קען אױך זײַן אַז עס איז גאָר װײַל אַז זײ האָבן אַ קלײד איז לײַכטער צו זען צי זי גנבט נישט. מען צאָלט נעבעך די גױטעס חי קאַק, מען באַ'אַרבעט זײ אין אלף השישי אַרײַן 'װאַל פֿין װי זײַ קימן איז פֿינעף דאַלער אַ פֿאַרמעגן', אַסאַך לאָזן איבער פֿינעװערס און צענערס װי ברעקלעך בײַ בדיקת חמץ צו זען צי זי װעט עס נישט נעמן און דערנאָך גײט מען איר נאָך צי זי האָט אָפּגעשטױבט דער העכסטער פּאָליצע אין דער װײַטסטער שאַנק און אַלץ װײַל 'זײַ האַלטן נישט באַם אַרבעטן.'
 
אַז איר װילט לקחנען אלפֿים װערט אַ גבאי בײַ ר' מאיר בעל הנס, אַז אַ פֿינעװער איז אײַך גענוג װערט אַ גױטע בײַ אחינו כּל בית ישראל ערבֿ פּסח. 
נכתב על ידי , 11/4/2003 00:50  
1 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)