קטלא קניאאַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער |
כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
אפריל 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | |
| 4/2003
דרשת מוצאי שבת הגדול׃ עת מלחמה ועת שלום אַז װי איך זענט איר נעכטן געזעסן בײַ אַ שבת הגדול דרשה און אױסגעגהערט אַ פּשעטל אױף מצוות לאו ליהנות נתנו, צי אַ תירוץ אױף אַ סתירה אינעם רמב"ם, צי אַ פּלפּול אױף מצות עשה דתשביתו, און דערנאָך האָט איר געהערט װיאַזױ מען כשרט דער קאָך און אַנדרע הלכות, און דערנאָך האָט מען אײַך מעורר געװען אַז דער אינטערנעט, און טעלעװיזיעס, און סעליולערס זענען אַלע חזיר טרײף, אַז איר האָט דאָס אַלעס מיטגעלעבט איז װעט איר בײַ מיר הערן װאָס איך קען זאָגן מיט זיכערקײט אַז איר האָט אין ערגעץ נישט געהערט. די מראה מקומות װעט איר זען אין אײַער צײַטונג, הערן אױף אײַער ראַדיאָ און אפֿשר אפֿילו זען אױף אײַער טעלעװיזיע.
אַ קוש אױפֿן פּרוכת, אַ טשעפּטשע פֿון אַ תפֿילה און׃
מורי ורבותי! װי איר װײסט אַוודאי טוט זיך אױף די װעלט גרױסע איבערקערענישן. אונזער גרױסע מעכטיגע מדינה נעמט אײַן מדינות און פֿירט זיך אױף די װעלט װי זי איז מושל בכפּה. און זי איז טאַקע מושל בכפּה, כי מי יאמר לה מה תעשה? מיר טון אַנערקענען דעם גענאָד פֿון אונזערע מדינה װאָס האָט צו אונז אױפֿגעמאַכט אַ טיר װען די רוסן האָבן אונז פּאָגראָמירט, װאָס האָט געהאָלפֿן אונז אױסלײזן פֿון די דײַטשע מערדער און װאָס האָט אונז דערנאָך װידער אױפֿגעמאַכט אַ טיר, װאָס לאָזט אונז אָנגײן מיט אונזערע לעבענס שטײגער און באַהאַנדעלט אונז אין גלײַכן מיט אונזערע נישט ייִדישע שכינים, ועל כולם װאָס שטײט צו צו ארץ ישראל מיליטעריש, פֿינאַנצאַליש און דיפּלאָמאַטיש אין אַ װעג װאָס ייִדישע קינדער זענען נישט געװױנט װײַל זײ האָבן נאָך קײנמאָל נישט געהאַט אַזאַ שוצער װי די פֿאַרײניקטע שטאַטן.
ברם אונזערע רעכטן אין אונזערע מדינה זענען נישט דער חסד פֿון אַ קיסר ירום הודו און אױך נישט פֿון אַ צאַר װאָס מיר דאַרפֿן אים קושן און זיך אונטערװאַרפֿן אונטער זײַן יאָך. פֿאַרקערט, אונזער רעכטן נעמן זיך דערפֿאַר װײַל אונזער לאַנד פֿאַרמאָגט נישט אַזאַ מאָנאַרך צי פֿירער. אונזערע רעכטן און אונזערע פֿירערס רעכטן נעמן זיך פֿון דער זעלבע מקור. הײסן הײסט עס דער קאָנסטיטוציע. דאָס באַשליסט אַז מיר זענען אַלע גלײַך און דאָס באַגרעניצט די רעכטן פֿון אונזערע פֿירער. דערפֿאַר די פֿליכטן װאָס מיר האָבן זענען צו דער פֿאָלק װאָס מיר װױנען אין זײער מיטן און פֿון װאָס מיר זענען אַן אינטעגראַלע חלק.
טאַקע פֿאַר דעם אָבער אַז מיר זענען אַן אומבאַזינדערטן חלק פֿונעם כללותדיקע פֿאָלק מעגן מיר זיך אױך קריגן מיט אונזערע פֿירער אינעם פֿירונג פֿון אונזערע מדינה און זאָגן אונזערע מײנונג אױך. מיר זענען אױפֿגעצױגן געװאָרן אין אַ סיסטעם װי דער װעלט איז באַשטאַנען פֿון ייִדן און גױים, פֿרײַע מיט פֿרומע, צדיקים און רשעים, מצוות און עבירות און מיר װײסן װי דאָס באַגרעניצט אונז אין אונזערע צוגאַנג צו דער װעלט. מיר װײסן װי שװער עס איז זיך אָפּצושאָקלן פֿון אַזאַ װעלט בליק און זיך צו אינטעגרירן אין די גאָרער װעלט. איז װאָס דאַרפֿן מיר קלערן װען מיר הערן אונזער פּרעזידענט מאַכט ענדלעכע דערקלערונגן פֿון 'אָדער זענט איר מיט אונז אָדער דערגעגן?' און װאָס זאָלן מיר זאָגן װען אונזערע פֿירער באַשליסן אַז כדי מחזיר זײַן בתשובה דער װעלט װאָס איז קעגן אונז דאַרפֿן זײ פֿאַרגיסן טײַכן בליט. אַבסאַלוטן זענען אַ סכּנה צי זײ קומן אין אַן איצטלא פֿון פֿרײַהײַט, אין אַן איצטלא דרבנן צי אײַנגעװיקלט אין אַן אײ קײ 47. און אַז מען נעמט ׳אמת׳ און מען צװינגט עס אַרױף אױף אַ צװײטע און אַז זײ דאַרפֿן פֿאַר דעם צאָלן מיט זײער לעבן איז מלאך המוות מה לי הכא מה לי התם? דער פּרײַז פֿון דער זרוע נטויה פֿון אױסלײזונג טאָר נישט זײַן דער אָרעםלאָזע עלי ישמעל אַבאַס. מיר זענען מוחל דער שפֿוך חמתך װאָס קען נישט אינטערשײדן צװישן גוטע און שלעכטע.
נײן, דאָס איז נישט אַ לימוד זכות אױף סאַדאַם און זײַנע מערדער, אױף זײ טו איך נישט פֿאַרגיסן קײַן אײן אײנציק טרער. איך האָב געשטוצט דער מלחמה טראָץ מײַנע ספֿיקות. אָבער איך האָב עס נישט געטון צו זען די אידיִיאַלן פֿון פֿרײַהײַט זאָלן פֿאַרשװעכט װען אין אַ שיכּרות פֿון נצחון, אַז די בעלי מאה זאָלן זײַן די אײנציקסטע בעלי דעה. נישט די פּרינציפּן פֿון כל דאלים גבר האָבן אונז געצױגן צו אונזער לאַנד און נישט פֿרעסערדיקע קאָרפּאָראַציעס ציען אונז עד היום הזה.
מיר גרײטן זיך צו פֿײַערן דער יום־טובֿ פֿון פֿרײַהײַט און מיר דאַרפֿן געדענקן אַז מיר זענען נישט די אײנציקסטע װאָס זענען צו דעם מחותנים. ס'דאַרף אונז שטערן װען מיר זען װי אַנדרע זענען און װערן אונטערטעניקט. פּרעה האָט אױך אָנגעהױבן בפּה רך און דערנאָך האָבן מיר געליטן צװײ הונדערט און צען יאָר. אַז מיר ייִדישע פֿאָלק זענען באַרעכטיקט צו אײגענטום און צו אונזערע אײגענע ד' אמות זענען דאָ אַנדרע װאָס עס קומט זײ אױך. מיר האָבן זיך נישט פֿאַרדינט אַ הײמלאַנד צו קענען אַראָפּלײגן דער קאָפּ אױף אַ צװײטענס קישן.
מוּרי ורבותי, איך װיל נישט צופֿיל מאריך זײַן, לאָמיר אַלע תפֿילה טון אַז דער באַשעפֿער אשר גאלנו וגאל את אבותינו זאָל אױסלײזן אַנדרע אױך, דער עושה שלום זאָל זײַן אַ יעשה שלום אָבער אָן דער אשרי שיאחז ונפּץ, ער זאָל פֿירן אונזערע פֿירער בײַ דער רעכטע האַנט און מיר זאָלן אַלע זוכה זײַן צום גאלה שלימה אמן, ועד כאן אומרים במוצאי שבת הגדול.
| |
|