קטלא קניאאַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער |
כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
אפריל 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | |
| 4/2003
שערי דמעות... ייִדן, איך האָב מיך אױף עפּעס מתוודה צו זײַן. איך האָב אין מיר אַ שװאַכקײט, און װי אַ גרױסע חכם און נבון און זקן און יודע את התורה איך זאָל נישט זײַן קען איך מיך פֿון דעם נישט אָפּשאָקלן. הײסן הײסט עס נישט עפּעס אַנדערש װי פּסח, טאַקע דער זמן חירותינו. װאָס איך טו נישט פֿאַר דעם פּסח איז פּשוט נישט צום גלײבן אָבער איך טו עס אַלץ. די טרערן שטעלן זיך נישט אָפּ און דאָס איז נאָך פֿאַר רײַבן דער מרור. גלײבט מיר װײַל איך טרײַב נישט קאַטאָװעס. דער גלות האָט זיך שױן אָנגעהױבן. מען איז שױן אַרױס פֿון דער קאָך און מען קען עסן חמץ אָן האָבן דעם קאָפּ אַראָפּגעשרױפֿט בלױז אין אַ װינקל ד' על ד' אױף אַ פּלאַסטיק טישטעך פֿון אַ פּלאַסטיק זעקל. דער קאָך האָב איך שױן געמאַכט נעכטן נאַכט, מיט צװײ שרױפֿן־ציערס האָב איך געכּשרט די קראַנען און זײער אָפּגאָס. מײַן פֿרױ האָט מיר געזאָגט אַז איך בין אַ שליממזל װײַל איך ריר מיך נישט גענוג שנעל און איך גיס צו פֿיל װאַסער אױף אײן פּלאַץ. האָט זי גענומן דעם זיעדיקן קעסעל און איבער געגאָסן דער גליעדיקע שרױפֿן־ציער און ס'איז געגאַנגן אַ טששששש װי פֿון אַ לײקװאָדער װען ער הערט אַ הצלה סירענע. מײַן פֿרױ זאָגט מיר זענען 'נאָטס' װײַל מיר לײגן סײַװי אַרײַן אַ שיסל אינעם אָפּגאָס, איך בין מיט איר מסכים אָבער מיר כּשרן װײַטער. װאָס קען איך זאָגן חוץ אלקי הרוחות לכל בשר חוק לעמו מסר. אױף אַזױ פֿיל װײס איך אַז 'מען' איז אַן ערליכער ייִדס גרעסטער אַלײַ און מײַן גרעסטער שונא. אַז מען זאָגט אַז אין חוסט האָט מען געכּשרט װעל איך װעלן אַ מאַרמאָרעשער, אַז אין צאַנז עסט מען נישט מאַשין מצות װעל איך װערן אַ רוזינער, אַז אין אונטערלאַנד האָט מען נישט געבראָקט װעל איך זײַן אַן אױבערלענדער. אָבער אַז 'מען' עסט נישט קנאָבל, 'מען' עסט נישט צוקער, 'מען' עסט נאָר לעבעדיקע פֿיש מיט װעם װעל איך מיך דעמאָלסט קריגן? דאָס מײנט טאַקע דער בעל הגדה 'ולפֿי שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר.' 'ולפֿי שכפֿר בעיקר הוציא את עצמו מן הכלל' לא נאמר ללמדך אַז איר קענט לײקענען אין װעם איר װילט און װיפֿיל איר װילט, אַזױ לאַנג אַז איר טוט װאָס דער עולם, 'מען', טוט זענט איר אָקײ. אָבער אַז איר זונדערט אײַך אָפּ פֿונעם כלל דעמאָלסט אַ שאָס אין די צײן. יעצט אינדערפֿרי בין איך געגאַנגן אײַנקױפֿן אױף יום־טוב. אפֿילו כשרע װאַסער האָב איך געקױפֿט - די רבנים דאַרפֿן אױך מאַכן פּסח. װען איך האָב גענומן די בלעטער האָב איך געשלונגן מײַנע טרערן, די ערשטע פֿון די נעקסטע פּאָר טעג, און איך האָב מיך דערמאַנט פֿון די מעשות װאָס די רביס אין חדר האָבן דערצײלט װעגן די אינקװיזיציע ייִדן װאָס האָבן זיך דערקענט װען זײ האָבן געזען אַנדרע קױפֿן גרינס פֿאַר פּסח. איך פֿאַרקוק דעם יונגערמאַן װאָס האָט געלאָזט זײַן טאָכטער זיך נאָכשלעפּן נאָך אים מיטן שװערן קאָרב װען ער האָט געקליבן די אױבסט און גרינצײג, איך בין מוחל (קױם בדיעבד) מײַנע שכינים װאָס האָבן נישט קײַן זעלבסט רעספּעקט צו זײער שכינות און שטעלן אַרױס אַלע זײער מיסט אױפֿן גאַס. ייִדן, יעצט איז נישט קײַן צײַט פֿון קיטרוג. הללו והללו עובדי עבודה זרה װעלן מיר איבער לאָזן אױף אַ צװײט מאָל. באַלד גײט מען מאַכן בדיקת חמץ. די קינדער װעלן שטײן אַרום װען איך מאַך דער ברכה מיט אַ שעװהנע ליכט אין דער פֿינצטער. זײ װעלן זיך סודעװן װוּ זײ האָבן דער חמץ באַהאַלטן. דער קלײנער װעט מיר נאָך גײן און אױפֿגעהײַטערט װעט ער מיר װײַזן װי דער חמץ ליגט און דער עלטערע װעט שרײַען 'שאַ! דערצײל נישט,' צו מאָרגענץ װעט מען פֿאַרברענען דער חמץ און װידער זיך שטיקן אינעם יהי רצון אַז דער חמץ איז דער בעל דבר און מען זאָל פֿון אים אױך פּטור װערן. סימן תע"ב 'יהיה שלחנו ערוך מבעוד יום' האָב איך שױן יאָרן נישט געלערנט אָבער מען װעט עס מקיים זײַן למעשה, מצות באַק איך טאַקע נישט װײַל...קריטיק אױף אַ צװײט מאָל, אָבער דער ריח פֿון דער לעדער װען איך פּאַק אױף מײַן פֿרױס הגדה איז װי דער ריח פֿונעם קרבן פּסח. שפּעטער אין שול װעט בליטשקן דער לוסטרע אױף די שנײַ־װײַס טישטעכער, אױפֿן פּאָדלעגע קען מען זיך גליטשן אַזױ זױבער װעט עס זײַן, די קינדער רוקן זיך אָן מיט פֿרישע צוקער װאַסער אױף די פּיאות שטאָלץ מיט זײער נײַע מחזורים, די עלטערן זענען טאַקע אָפּגעמוטשעט אָבער ס'קומט נאָך שמונה עשרה און די דרײַ קלינערס, די פֿישערס, די קצבים, די בעקיטשע סוחרים און אַלע אַנדרע בעלי מלאכה שאָקלן אָפּ זײער מידיקײט און טון זיך אָן דער פֿריש גלאַנצעדיקע קלײד פֿון פֿרײַהײַט און פּראָקלאַמירן הללויה הללו עבדי ה', בצאת ישראל ממצרים אַז ביז מען קומט אָן צו מן המצר גלײבט זיך נישט אַז ס'איז אַמאָל ענג. באַשעפֿער טײַערע, אַז דו זיצט טאַקע אין הימעל איז השקיפֿה ממעון קדשך װוּ דו האָסט אַ פּאַַנאָראַמישן אױסבליק און דו זעסט פֿון די פֿיר עקן דײַן פֿאָלק ישראל בכל מקום שהם און שעפּ פֿון זײ אַביסל נחת. זעסט זײ זענען נישט אַזױ געפֿערליך װי דו מײנסט. מעגסט שױן אױסלײזן דײַן קײַלעכדיק װעלטל און געבן דײַנע באַשעפֿענישן גענוג שכל זײ זאָלן זיך קענען לעבן אײנער מיטן צװײטן און זאָל זײַן לשנה הבאה בני חורין. עולם, האָט רחמנות, מײַן קיבאָרד װערט דורך גענעצט...
| |
|