קטלא קניאאַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער |
כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
אפריל 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | |
| 4/2003
כנגד ארבעה בנים דברה תורה דער בעל הגדה האָט זיך נישט גערעכענט אַז פֿיר קינדער איז גאָרנישט אַזאַ גדולה. דער בן חכםס ערשטע קשיא װאָלט געדאַרפֿט זײַן 'בלױז פֿיר? װי זענען די רעשט' אפֿשר זענען די רעשט טעכטער און זײ טאָרן ניטאַמאָל פֿרעגן 'װאַל װאָס פֿאַרשטײַן זײַ דען?'
כנגד ארבעה בנים איז אָבער מרמז אַז דאָס איז די קינדערס יום טוב. ממילא טוט אַ מצווה און גיט זיך מיט זײ אָפּ. אַז יענקעלע גיסט אױס זײַן בעכער װײַן איז עס נישט 'שױן װאַטער, די שליממזל' נאָר עס מאַכט זיך בײַ יעדען, קוקט אַרײַן בײַ אײַך אין הגדה װעלן צו אײַך אױך שמײכלן אור אַלטע װײַן פֿלעקן. גלײבט מיר אַז ס'איז קײנער נאָך נישט אָפּגעפֿאָרן פֿון עסן מער װי אַ כזית כרפּס איז מעגט איר זײ פֿאַרגינן נאָך אַ רעטעך צי אַ שטיקל קאַרטאָפֿל, אַז ער צי זי װעלן אױסטרונקן זײער טאַץ נאָך דם, צפֿרדע װעלן זײ נישט משוגע װערן, ס'איז נישט נעגל װאַסער, רעגט אײַך נישט אַז מען רעדט אױס צװישן די כזיתים, און אַז איר כאַפּט אַרײַן שטיפּן אין מױל אַ שטיקל מצה מיט מײַאָנעז איז ער דערפֿאַר נאָכנישט אַ מומר להכעיס. ס'איז זײער יום־טוב און לאָט זײ געניסן דערפֿון.
שױן, איך גײ שױן אַראָפּ פֿון דער בימה, גענוג געפּרעדיקט אין די לעצטער פּאָר טעג. נאָר נאָך אײן תורה פֿאַר איך גײ.
אײַער ייִנגלעך װעלן אוודאי האָבן צװישן זײער תורהלעך אַ תירוץ אױפֿן קשיא פֿאַרװאָס װערט משה רבינו נישט דערמאַנט אין די הגדה. נאַט אײַך מײַן תירוץ. דער טעם דערפֿון איז װײַל דאָס אַז מיר זענען אױסגעלײזט געװאָרן פֿון מצרים איז נישט אַ דאַנק משהן נאָר טראָץ משהן. איך מײן לאו דווקא משה אַלײן נאָר די משהס װאָס גאָט האָט אונז צוליב געטון און עמד ושתלן בכל דור ודור. דאָס װאָס מיר האָבן איבערגעלעבט אַלע גליותן איז טראָץ די אַלע שטרױכלונגן װאָס די משהס פֿון אַלע דורות האָבן אונז און טון אונז נאָך אַלץ אונטערשטעלן. און דאָס מײנט דער בעל הגדה 'ואפֿילו כלנו חכמים כלנו זקינים כלנו יודעים את התורה...' זאָלט איר זײַן אַ גדול, צי אַ פּוסק, צי אַ ראש ישיבה, צי אַ בנש"ק, צי אַ רבי אַלײן איז עס אַלץ װערט אַ רעטעך. בזכות נשים צדקניות און נישט אײַך זענען מיר אױסגעלײזט געװאָרן. ייִדישקײט איז אַרום דער שבת און יום טוב טיש בײַ אײַך אין דער הײם מיט אײַער פֿאַמיליע. איז זאָרגט אײַך נישט צי דער מרור איז אַ חזון איש שיעור און צי דער בעכער האָט אַ רביעית נאָר הערט אױס און האָט הנאה מיט אײַער קינדער.
מײַן ייִנגעל האָט מיר געזאָגט אַז זײַן רבי האָט דערצײלט אַ מעשה פֿון דער שפּאָלע זײדע. דער שפּאָלע זײדעס ייִנגל האָט געזאָגט בײַם סדר 'קדש, מען מאַכט קידוש.' פֿרעגט אים דער פֿאָטער 'דאָס איז עס?' זאָגט ער אַז יאָ, דער רבי האָט אים מער נישט אױסגעלערנט. צומאָרגענס, האָט דער שפּאָלע זײדע געמוסרט דעם רבין אַז דער נוסח באַדײַט גרױסע זאַכן. 'פּסח אױף דער נאַכט װען דער טאַטע קומט אַהײם פֿון שול טוט ער זיך אָן דער קיטל און מאַכט באַלד קידוש די קלײנע קינדער זאָלן נישט אײַנשלאָפֿן' איז מרומז אױף דער באַשעפֿער.מיר בעטן אים ער זאָל זיך אָנטון זײַן װײַס קיטל און אונז אױסלײזן כדי מיר קינדער זאָלן נישט אײַנשלאָפֿן און אין אים פֿאַרגעסן. דינגט אײַך אַז איר װילט מיט די רמזים, דער שפּאָלע זײדע האָט אָבער פֿאַרשטאַנען אַז אין אונזער רײַכע טראַדיציע ליגט אונזער גאולה נישט אין האַלאַכיסטישע פּעדאַנטישע קאָפּ פֿאַרדרײענישן. דער פֿליכט ליגט אױף אונז און נישט אױף אַ צװײטן, בײַ אונז און נישט ערגעץ אַנדערש און טאַקע אין דעם אָװענט װען אונזער טראַדיציע איז אין איר רײַכסטן.
עד כאן אומרים, האָט מיר אַלע אַ כשרן און פֿרײליכן פּסח און אַ דאַנק אַלע װאָס האָבן מיר געשריבן און געװוּנטשן. נאָך יום טוב הײב איך אָן אַ נײַע פּראָיעקט און ס'װעט זײַן אַביסל שטילער און אױך היפּש קורצער. זײַט מיר אױף דעם מוחל, ס'איז מיר געװען אַ פֿאַרגעניגן צו שרײַבן און אױך צו הערן פֿון פֿיל פֿון אײַך און כשם שקיבלתי שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפּרישה.
| |
|