קטלא קניאאַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער |
כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
מאי 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | | | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | 31 |
| 5/2003
עירוב רב כידוע האָט שלמה המלך מתקן געװען עירובין. אױף אױסצוטרעפֿן אַז מיט אַ שטריקל קען מען טראָגן איז נישט גענוג סתם אַ ייִדישן קאָפּ, נאָר טאַקע ר' שלמהלע אַלײן. און װײסט איר פֿאַרװאָס? װײַל װען נישט דער עירוב װאָלט ער געהאַט טױזנט װײַבער זיצנדיק אין דער הײם גאַנץ שבת נאָכמיטאָג. פֿאַרשטײט זיך אַז נאָכן טיפֿן שלאָף װאָס קומט נאָך אַ טעלער טשולנט און האָבן מקיים געװען קדושת הזיווג װאָלט ער זיך געשײלט אַן עפּל, געגעסן אַפּאָר טרױבן, געלײגט דער האַנט אױפֿן מזוזה און אױסגעשריגן 'מאַמי, איך גײַ צים פּירקע אָװעס שיר' און פֿאַרקלאַפּט דער טיר אין די פּנימער פֿון די טײַערע שעפֿעלעך זאָגענדיק 'גײַ צי מאַמי'. דער חכמה קען סתם אַ ייִד אױך. דער חכם מכּל אדם האָט אָבער געמאַכט אַ חשבון װאָס דאַרף איך פֿאַרלאָזן דער שטוב און נישט האָבן װוּ צו גײן, לאָמיך מאַכן אַן עירוב און זאָלן די נשים צדקניות אַלע אַרױסגײן מיט די קינדער װײַזן דער גאַס זײער נײַע פּערעגאָ צי מעקלערן װעגעלע און איך װעל בלײַבן אין דער הײם. און אַז ער װיל קען ער אַזױ אַפֿילו אַרײַן לאָזן דער בת פּרעה פֿונעם הינטערשטן טיר. אַז איך רעד פֿון אַן עירוב מיז איך קלאָר מאַכן אַז איך בין נישט אַ בן יואל און נישט אַ בן משה, נישט אַ בן ליפּא און נישט אַ בת פֿיגא און קל וחומר נין ונכד של קל וחומר נישט קײַן אַרױני און נישט אַ זאַלױני. נאָר װאָס בין איך יאָ. ר' ייִד איך פֿרעג שױן אַלײן דער פֿראַגע איטליכע דרײַסיק יאָר און בין נאָך אַלץ בײַם קשיא. אינעם קאָנטעקסט פֿונעם עירוב אָבער, כאָטש איך בין נישט אַן אַרױני צי אַ זאַלוני בין איך אָבער יאָ אַ באַלױני. װען איך בין געװען אַ ייִנגל פֿלעגט צו קומן אין מײַן קעמפּ אַ ייִד װאָס האָט ליב געהאַט צי װײַזן זײַנע חכמות פֿון דער הײם. אײנץ פֿון די חכמות איז געװען אַז נאָך ער האָט אָפּגעגעסן װאָס ער פֿלעגט צו רופֿן אַ 'סטריקי' (קאָרן־אָן־זע־קאָב בלע"ז), פֿלעגט ער נעמן אַ שטריקל און צובינדן צום 'קאָב' און דרײען װאָס שנעלער ביז ער האָט עס געגעבן אַ לאָז אױס אַז ס'איז געפֿלױגן. אַזױ דער שיטה פֿון אַ באַלױני איז צו נעמן בײדע די אַרױנים און די זאַלױנים, זײ אַלע צובינדן מיט אַ גאַרטל און דרײען פּאַמעלעך, פּאַמעלעך, אַרום און אַרום ביז זײ הײבן זיך אַלע, און דערנאָך דרײען אַביסל שנעלער און שנעלער און נאָך שנעלער, שנעלע... שנעלע... שנעל...שנע... שנע ... שע שע שע שע שע און געבן אַ לאָז אױס אַז זײ זאָלן אַלע אַרױף פֿליען און צוזאַמן זײַן חקוק אינעם כסא הכבוד אין אײנעם מיט יעקבֿ אבֿינו. דער סאָרט מיתת בית דין הײסט עירוב פּרשיות און איז שטאַרק צוגעפּאַסט צום ענין.
פֿאַר איר באַשולדיקט מיך מיט װעלן באַגײן אַ גרױזאַמן מאַסן מערדער, װעל איך אײַך זאָגן אַז ס'איז נישט אַזױ געפֿערלעך װי איר מײנט. אַז יעדער אײנער פֿון זײ זאָל לעבן מיט גאָטס גענאָד און חתונה מאַכן די קינדער און דערנאָך די אײניקלעך און אפֿילו האָבן אַ מצווה טאַנץ מיט אַן איר אײניקל און דערנאָך אױסאָטעמן זאָגענדיק שמע ישראל מיט אַ מנין אַרום זײַן בעט, אַז ס'זאָל אַזױ צו יעדער פֿון זײ פּאַסירן װי לאַנג װעט מען אױף זײ קלאָגן? אײן טאָג אין יאָר אױפֿן יאָרצײַט. מאַכט אײַך אַצינד אַ חשבון אַז די תלמידי ר' עקיבא װאָס האָבן זיך אױך אַרומגעריסן בײַ די בערד און פּיאות און מען האָט זײ אַלעדיקט אױף אַן ענדלעכן אופֿן װאָס איך שלאָג פֿאָר, און מען קלאָגט אױף זײ יערלעך צװײ טױזנט יאָר שפּעטער דרײַ און דרײַסיק טעג, ולהמחמירים גאַנצע זיבן װאָכן. פֿון ר' עקיבאס יאָרצײַט האָט מען אינגאַנצן פֿאַרגעסן אָבער אױף זײַנע גאַטשעלאַבעס קלאָגט מען נאָך. איז זאָגט איר װאָס לױנט זיך בעסער. אײַ װעט איר פֿרעגן װאָס האָבן נעבעך זײער פֿרױען און קינדער געזונדיקט? דער אומאײַנגענעמענער תירוץ איז אַז זײ װעלן נישט אַסאַך פֿאַרלירן. די קינדער װעלן מער נישט דאַרפֿן ציען זײער פֿאָטערס האַנט שבת נאָכן דאַװענען װען ער שטײט פֿאַרטיפֿט אין די לעצטע לשון הרע שמועסן אַרום די בימה אינעם פּאָליש 'קים שױן טאַטי' און דער טאַטע זאָגט 'מיטשע נישט, הער שױן אָף צי פּגערן, מען גײַט שױן', און די פֿרױען קענען סײַ װי נישט אַסאַך רעדן מיט זײער מענער װעגן זײער װײַבערישע משוגעתן אַז די קינדער דאַרפֿן נײַע שיך, און מען דאַרף נעמן די קלײנע צום צײן דאָקטאָר װײַל ער דאַרף רעדן דברים העומדים ברומו של עולם װאָס חיים יאָקל האָט געזאָגט פֿאַר משה זרח. ס'קען גאָר זײַן פֿאַר אַ באָנוס אַז די פֿרױען װעלן זיכער מאַכן אױסצולערנען די קינדער צו לײנען און שרײַבן און אַ פֿאַך. אױף דעם איז אָבער דאָ חילוקי דיעות. אײן הבטחה קען איך אָבער געבן װאָס װעט פֿאַרזיכערן אַז די פֿרױען זאָלן מסכים זײַן׃ מען װעט דערצו נישט ניצן דער עירוב שטריק. דאָס װעט בלײַבן במקומה עומדת.
| |
|