לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מאי 2003    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
25262728293031

5/2003

אַ גוטן חודש!


ראשית כּל בין איך צוריק. איך בין טאַקע פֿאַרנומן אָבער װאָס זאָל איך טון אַז װען  איך זיץ מיר פֿאַרטיפֿט אין מײַן אַרבעט און מיטאַמאָל פֿאַלט מיר אײַן אַ דבר תורה װאָס שיסט מיר אַרױס פֿון מײַן בענקל שיקט מיר דרײַ מאָל אַרום דער ביוראָ און איך טרעף מיך אױפֿן צװײטן זײַט פֿונעם געבײדע אָן צו װיסן װיאַזױ איך בין אַהין אָנגעקומן.
 
על כּן אמרתי בליבי אַז איך װעל טון װי דער רבי האָט דערצײלט אין חדר אַז דער חתם סופֿר האָט געזאָגט אַז ער איז געװאָרן אַ תלמוד חכם פֿון מינוטן. ער האָט געכאַפּט אַ פּאָר מינוט דאָ און אַ פּאָר מינוט דאָרט, צװישן מנחה און מעריב און נאָך אַזעלכע לאיבודיקע מינוטן, און פֿון דעם איז ער איז געװאַקסן אַ חתם סופֿר װאָס מען לײַדט פֿון זײַנע אײניקלעך עד היום הזה. מכל מלמדי השכלתי און איך גיב פֿאַר דעם נישט מער װי אַ פּאָר מינוט אַ טאָג און פּרוטה פּרוטה מצטרפת. טאַקע דעם בלאָג האָב איך אָנגהױבן ראש חודש און הערשט יעצט בין איך עס משלים.




ר''ח אייר

א. װעקט מיך אױף און יאָגט מיר אַרױס פֿון בעט איך זאָל גײן אָנטון די קינדער. װי געװענדלעך זאָגט זי מיר אַז ס'איז צען מינוט שפּעטער װי דער אמתער צײַט.
 
ח. האָט אַ קאָפּװײ און ער װעט בלײַבן אין דער הײם. ט. שפּירט זיך נישט גוט אָבער דאָס איז מעשים בכל יום איז דאַרף מען אים אָנטון בידיים. י. װיל זיך סתם אַזױ זיך נישט אָנטון.
 
אױפֿן װעג אין חדר טרעפֿן מיר אַ ייִנגל פֿון ל.ס כתה און איך פֿרעג אים װאָס ער האָט בעסער ליב ייִדיש צי ענגליש. ענגליש. פֿאַרװאָס ענגליש? װײַל בײַ ענגליש קען מען זיך אַרומשפּילן און דער טיטשער טוט גאָרנישט. און בײַ ייִדיש? דער רבי האָט אַ ׳רולער׳. און ער ניצט עס? נײן. דאָ רופֿט זיך אָן ל. און װענדט אים אָפּ אַז ער האָט פּלוני און פּלוני יאָ געשלאָגן. שטעלט זיך אױס אַז דער חבר האָט שױן אױך געכאַפּט נאָר ער זאָגט מיט אַ זיגעדיקע שמײכל אַז ס׳האָט אַפֿילו נישט װײ געטון.
 
שיט! כאָב פֿאַרגעסן יעלה ויבא, בײַם צװײטן מאָל האָב איך געזאָגט בחג המצות הזה און נאָך אַ מזל איך האָב מיך דערמאַנט תוך כדי דיבור.
 
אַ גאַנצע טאָג האָב איך אַ פּאַראַנױע אַז איך האָב נעכטן נאַכט נישט געצײלט ספֿירה און איך זאָג אַ היום, און אַ האַלבע שעה שפּעטער בין איך שױן װײַטער נישט זיכער...
 
שבת קודש
 
שבת זע איך אַ מאה שערימדיקער אין שול. איך געב אַ קוק צי ער גײט נישט אַ װײַסער יאַרמולקע. ער האָט עס גוט באַהאַלטן און קױם די פֿראַנזן שטעקן זיך אַרױס. אונז פֿאַרקױפֿט מען לאָקשן װי מען דאַרף שטאָלצירן מיטן ייִדישער לבוש בײַ די גױים, און דאָ קומט דער פֿון דער קאַלעך־אױבֿן פֿון ייִדישקײט און ער שעמט זיך אפֿילו צװישן ייִדן.
 
שבת אין דער פֿרי און אין שול איז מײַן ברוך הבא אַ גרױסע האַנטוך אױפֿן טיר אַז ס׳זאָל זיך נישט פֿאַרקלאַפּן. מה טובו אוהליך יעקב!
 
בײַם לײנען זענען אַראָפּגעפֿאַלן די קרױנען אין מיטן קריאת התורה. דער גאַנצער עולם האָט געגעבן אַ טאַנץ פֿאָרכטענדיק אַז אַ ספֿר תורה איז אַראָפּגעפֿאַלן. מײַן האַרץ איז מיט געשפּרונגן און אַ קאַלטע שױדער איז מיר דורכגעלאָפֿן. איך װײס נישט צי ס׳יז געװען מײַנס אַ ריפֿלעקס און עפּעס לעבט נאָך דאָרט, אָדער איך האָב מורא געהאַט פֿאַרן ריפֿלעקס פֿונעם עולם און דער מאַס היסטעריע פֿון בודק זײַן מזוזות און העכרונג פֿון נומערן אױף די דעניע פֿון שטרימפּ װאָס ברעכט אױס װען אַ ספֿר תורה פֿאַלט אַראָפּ.
 
א. דערצײלט װעגן אַ חברטע אירס װאָס איר ברודער האָט חתונה געהאַט מיט אַ מײדל. ס׳שטעלט זיך אױס אַז דער מײדל איז קראַנק געװען אָבער די עלטערן האָבן איר געאסרט צו דערצײלן. זי איז אַלץ געװען פֿאַראומעטיקט אָבער ער האָט נישט געטאָרט װיסן פֿאַרװאָס. װען ער איז ענדלעך געװאָר געװאָרן װאָס מיט איר איז האָט זי געטראָגן בשעה טובה ומוצלחת, יעצט איז דאָס קינד געבױרן געװאָרן און, מען רעדט נישט, אָבער אַ גט מיט אַ קינד איז שױן אַ גאַנץ אַנדרע מעשה. זאָל איך זאָגן מזל טוב צי בשורות טובות?
 
נכתב על ידי , 5/5/2003 20:11  
2 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)