מײן שאלה פֿון קידוש און מוסף האָט מיך דערמאַנט אַז איך װיל שױן לאַנג אָנהײבן אַ בלאָג פֿאַר שאלות װאָס פֿאַלן מיר כּסדר אײַן. כאָטש איך זוך אױף זײ נישט קײן תשובה און איך ניץ מײַן פּראַקטישקײט זיך מיט זײ אַן עצה צו געבן זענען זײ אָבער דאָרט צו קוטשן. אַ סאַך זענען טאַקע פֿון די היאך מעשרין את המלח סאָרט אָבער הײַנט שיקט מען פֿאַקסן מסוף העולם ועד סופֿו אױף אַזעלכע קאָפּשטיקן ממילא איז כּדאי זײ אױפצושרײַבן און זאָלן זײ ליגן עד שיבא אליהו און ער װעט װעט פּושט זײַן די ספֿיקות. איך װעל בלי נדר שטעלן אַ קשר אין דער זײַט און כּסדר אױף פֿרישן דאָס שטיקל װען ס'פֿאַלט מיר אײַן אַ פֿרישע שאלה. לײענערס זענען אױך געלאַדענט צו שטעלן זײערע שאלות און װער װײסט אפֿשר װעט מען האָבן אַ פּאָר תשובות אױך.
וזה החלי בעזרת צורי וגואלי׃
ד. יענער װאָך מוצאי שבת בין איך אַהײם געקומן פֿון שיל און מײַן פֿרױ איז געשטאַנען בײַם אָפּגאָס און געװאַשן די געשיר. אױף די הענט האָט זי געהאַט אָנגעטון גומינע הענטשקעס. איך האָב אָנגעהױבן הנה קל ישועתי און זי האָט זיך צוגעשטעלט צום טיש הערן הבדלה. אַז ס'איז געקומן צו בורא מאורי האש איז מיר אײַנגעפֿאַלן צי זי דאַרף אױסטון די הענטשקעס פֿאַר זי קוקט אױף די נעגל אָדער אײַנבײגן די פֿינגער און זײ אױסגלאַכן איז דינו.
ג. די װאָך האָב איך געהאַט אַזאַ שאלה. איך האָב מיך געקױפֿט אַן אױסקלײַבונג פֿון פּירות אין אַ געשעפֿט װאָס האָט אַן אױסשטעלונג פֿון אַלע סאָרט פּירות כּמנהג די קראָמן איבערהױפּט אין דער זומער. דער געשעפֿט האָט נישט קײן הכשר אָבער נישט דאָס איז מײַן שאלה װײַל װאָס קען דען נישט טױגן מיט אַ ביסל צושניטענע אױבסט. זעץ איך מיך עסן און איך שטעק אַרײַן מײַן גאָפּל אין אַ קיװי, איך מאַך אַ העץ און איך באַמערק די טרױבן און איך דערמאַן מיך אַז מען דאַרף מאַכן דער ברכה אױף אַ פֿרוכט פֿון די ז' מינים. איז מײַן שאלה געװען אַזױ׃ זאָל איך עסן דער קיװי װיבאַלד אױף איר האָב איך געמאַכט דער ברכה צי זאָל איך אַרױסציען דער גאָפּל און עס אַרײַנלײגן אינעם טרױב און אַזױ װעט דער ברכה האָבן געװען אױף אַ טרױב װי עס דאַרף צו זײַן. למעשה האָב איך טאַקע אַזױ געטון פֿאַר דער זעלבע סבה אַז װען איך קום שפּעט אין שיל זאָג איך קדוש קדוש קדוש אפֿילו דאָרט װוּ מען טאָר נישט מפֿסיק זײַן. אַז גאָט דאַרף עס נישט האָבן קען ער עס אַװעקגעבן, איך אָבער אַז איך קום אין שיל װיל איך אַלעס זאָגן און אַז איך עס אַ פֿרוכט סאַלאַט איז מיר נײטיק אַז דער ברכה זאָל געלונגן.
די שאלה איז אָבער גאָרנישט צו דער פֿיל שװערערע שאלה פֿון זאָל איך עסן דער מעלאָנע און דער אַנאַנאַס און דער מאַנגאָ װײַל החביב חביב קודם צי זאָל איך עסן דער עפּל און דער מאַראַנץ װײַל תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם. דער פּראָבלעם איז אַז אױב מען עס די ליבילכע פּירות איז מיט יעדן ביס איז דאָ אַן עגמת נפֿש אַז ס'איז שױן נישט דאָ, מה שאין כּן װען מען עסט די עפּל איז טאַקע דער טעם נישט טעם גן עדן אָבער ס'איז דאָ אױף װאָס אױסצוקוקן. ממש אַ משל און אַ מוסר השכּל. איז עס כּדאי עסן די מאַנגאָס און די אַנאַנאַסן אױף דער װעלט און זיך באַגעניגן מיט עפּל אָדער ערגער אױף יענער װעלט, אָדער דאַרף מען אָפּלעבן דעם לעבן מיט עפּל אַלײן אױפֿן האָפֿענענונג אַז ס'װאַרטן אונז אָפּ מאַנגאָס לעתיד לבא. איך װײס נישט דער תשובה. און מען קען נישט אַ ראיה ברענגן פֿון די קינדער װאָס לאָזן איבער דער קאַרש אױפֿן טאָרט צום לעצטען װײַל דאָס איז אױך נאָר װײַל דער קאַרש ליגט פֿאַר זײ.
ב. מײַן זין האָט מיר געפֿרעגט אַ שאלה אַזױ. ער האָט זיך נישט געװאַשן נעגל װאַסער און ער איז דערנאָך אַרױס געגאַנגן אין בית הכּסא. אַצינד װיל ער װיסן צי ער זיך װאַשן צװײ מאָל די הענט אָדער מיט אײן װאַש קען ער אָפּשװענקן צװײ טומאות?
א. אַז אַ ייִד פֿאַרשמועסט זיך שבת אָדער יום־טוב אינדערפֿרי און דאַװענט נישט מוסף, דערנאָך קומט ער אַהײם און ער עסט דער סעודה, דערנאָך לײגט ער זיך צו און הערשט בײַ מנחה דערמאַנט ער זיך אַז ער האָט נאָך נישט געדאַװענט מוסף און ער דאַװענט מוסף און מנחה נאָכאַנאַנד, מה דינו לענין קידוש. מיז ער גײן קידוש מאַכן פֿאַר שלש־סעודות צי נישט?