לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מאי 2003    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
25262728293031

5/2003

אני חוזר בתשובה


נײן, נישט יענער סאָרט בעל תשובה װאָס קושט יעדער ספֿר און לעקט יעדער מזוזה, װאָס האַלט זײַן סידור מיט בײדע הענט און שפּרינגט אַ גאַנצע דאַװענען װי בײַ קדוש קדוש קדוש, װאָס ברוך השםט אױף יעדער גרעפּץ און אם ירצה השםט אױף יעדער פֿאַרץ און בײַ װעם אַלעס איז באַשערט אַפֿילו אַז ער גײט אין בית הכבוד און, װי געװענדלעך, טרעפֿט ער נישט קײַן אשר יצר פּאַפּיר. איך בין אױך נישט געװאָרן קײַן משקיע אינעם קירוב אינדוסטרי און כ׳אָב נישט געקױפֿט אַקצן בײַ אײש.
 
פֿון דעסט װעגן נודזעט מיר אַלץ, מתי אעשה גם אנוכי לביתי. איך װער עלטער און ש"ס האָב איך נאָך נישט אַלעדיגט, ד׳ חלקי שלחן ערוך זעט שױן נישט אױס אין דעם גלגול און קױם זעט מען מיר אין שול אױף אַ מנחה מעריב. איך דאַרף אױך זײַן אַ מוסטער פֿאַר מײַנע קינדער.
 
האָב איך מיך גענומן צום דף היומי. ס׳יז נישט אַסאַך און ס׳געדױערט נישט צו לאַנג און ס׳געט אַ געפֿיל אַז איך בין נאָך פֿונעם פֿאַמיליע. דער ניגון װען ס׳קומט אַרױס פֿון מײַן מױל ברענגט צוריק דער ישיבישע טעם און מען דערמאַנט זיך פֿון די טעג װען מען האָט געהאָרעװעט און געװײנט בײַ והאר עינינו. פֿאַרשטײט זיך איך האָב געזאָגט בלי נדר אױף דעם װײַל װען נישט װעל איך דאַרפֿן אַ התרת נדרים װען ס׳װערט צופֿיל. מײַן רבינו תםס זמן און רבינו תםס תפֿילין האָב איך טאַקע אױפֿגעגעבן אָן מתיר נדר זײַן אָבער דאָס איז װײַל יעדער יאָר בײַ שמעון נא רבותי האָב איך נישט דער קוראַז צו זאָגן פֿאַר מײַן ׳בי"ד׳ אַז איך װיל אױפֿהערן אײַנהאַלטן אַזעלכע פֿונדעמענטאַלע מנהגים.
 
מצווה גוררת מצווה און איך גײ שױן אַ גאַנצע װאָך דאַװענען מנחה מעריב. באַשעפֿער אַז דו האָסט אַ מינוט איבעריק טו דײַן הײליק פֿאָלק ישראל אַ מצווה און געב אַ קוק אַרײַן אין אַ שטיבל צװישן מנחה און מעריב. אָפּגעמוטשעטע ייִדן האָבן זיך אַ גאַנצע טאָג געמוטשעט על המחיה ועל הכלכלה און ס׳קומט בײַ נאַכט גײן זײ נישט אין אַ באַר, נישט צו אַ פֿילם, נישט אין בראָדװײ נאָר קומן לערנען אַ פּאָר משנהלעך. דו באַשעפֿער ביסט דאָך יאָ אַ מבין, איז זאָג דו, האָסט נאָך אַזאַ פֿאָלק?
 
אין ביהמ"ד בלא חידוש איז דאָ זענען צװײ חידושימלעך פֿון מײַן נײַע שיעור.
 
ס׳האָט מיר אײביג אױסגעזען מאָדנע אַז ייִדן קענען זיך נישט פֿאַרגלײַכן איבער װען יעזוס איז געבױרן געװאָרן, און האַלטן דערפֿאַר פֿאַרשידענע ניטלס. ס׳יז אַזױ װי אַ כינעזער און אַ מעקסיקאַנער װעלן זיך דינגן צי אַ באָבאָװער זאָגט שמע קולנו פֿאַר אב הרחמן אָדער פֿאַרקערט. איך לערן אָבער אין גמרא אַ מחלוקת צי עובדים לשברים, צי עבודה זרה דינערס דינען צו צעבראָכענע געצן צי נישט. נו, אַז צװיי תלמודיסטן זענען מבינים װאָס געצן דינער טון פֿאַרשטײ איך שױן װיאַזױ יונגעלײַט װאָס קוקן נישט אַרױס פֿון די ד׳ אמות של הלכה קענען װיסן װאָס גויים האַלטן און װאָס גױים טראַכטן און װאָס גויים פֿאַרשטײן. װאָס הײסט ער האָט עס אַלײן געהערט פֿון זײַן ׳פּלאָמבער׳. 
 
אַ צװײ בלאַט שפּעטער איז דאָ אַזאַ גמרא. דער כלל איז אַז אַ גױ קען מבטל זײַן זײַן אײגענע עבודה זרה אָבער אַ ייִד קען נישט. אַצינד איז די שאלה װען אַ גױ מיט אַ ייִד האָבן בשותפֿות אַן עבודה זרה און דער גױ איז עס מבטל,  צי דער גױס ביטול העלפֿט איבערן ייִדס חלק צי נישט. רבי האָט געהאַלטן אין זײַנע ייִנגע יאָרן אַז דער גױס ביטול העלפֿט פֿאַרן ייִדס חלק אױך און דערפֿאַר איז עס מותר. אױף דער עלטער האָט ער אָבער געזאָגט אַז ס׳פּועלט נישט. זאָגט די גמרא אַז אױף דער יוגנט האָט ער געהאַלטן אַז דער ייִד דינט לױטן גױס מײנונג דערפֿאַר איז דער גױס ביטול גענוג, און אױף דער עלטער האָט ער געזאָגט אַז ער דינט אױפֿן אײגענעם חשבון און ממילא העלפֿט נישט ביטול.
 
זאָג איך לעניות דעתי פּשט אַזױ. װען רבי איז געװען אַ בחורל און אַ יונגערמאַנטשיק איז ער געװען באַאײַנפֿלוסט פֿון די נאַרישקײטן װאָס ער האָט געלײנט אין די פֿרומע צײַטונגן און װאָס ער האָט געהערט בײַ דרשות און ס׳האָט זיך אים געדאַכט אַז װען אַ ייִד האָט אַ מײנונג װאָס איז נישט װי דער כלל, כלומר אַז אַ ייִד האַלט אַז פֿרױען זענען מער װערד װי אונטער־צו־װישן קינדער און אױפֿהײבן טעלעפֿאָנען, אָדער אַז ער האַלט אַז מען דאַרף עפּעס אױסלערנען קינדער, אָדער אַז עגונות דאַרפֿן אַ תיקון, אָדער אַז פּאַלעסטינער זענען אױכעט מענטשן, אָדער אַז שװאַרצע זענען נישט קײַן מאַלפּעס, און ספֿרדים זענען נישט חיות רעות, אַז ער האָט געהערט די זאַכן האָט זיך רבין באַלד געדאַכט אַז אַדעתא דעכו"ם זאָגט דער אױבער חכם אַזױ. אין אמתן האַלט ער װי דער עולם און ער זאָגט נאָר אַזױ װײַל ער װיל געפֿעלן פֿאַר די גויים און פֿאַר די פֿרײַע און פֿאַר די לינקע און סתם װײַל ער װיל זיך באַװײַזן אַלץ אַן אױפֿגעקלערטע.
 
װען רבי איז עלטער געװאָרן האָט ער זיך װײַטער געהאַלטן בײַ זײַנס אַז עבודה זרה טאָר מען נישט דינען און מען דאַרף טראַכטן װי אַ ייִד. װאָס ער האָט אָבער יאָ אײַנגעזען איז אַז אַ ייִד קען אױך האָבן אַ מײנונג כאָטש ס׳איז אַנדערש פֿונעם עולםס. ער קען האַלטן װיאַזױ ער האַלט אָן זיך װעלן חנפֿענען צו גויִים, ער קען דינען עבודה זרה אדעתא דנפֿשיה.
 
ר׳ חנניא בן עקשיא אומר רצה הקב"ה לזכות את ישראל...
נכתב על ידי , 8/5/2003 19:44  
הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)