לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מאי 2003    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
25262728293031

5/2003

וספֿרתם לכם


איך שטײ אין שול יעדער נאַכט און איך פֿאַרשטײ נישט װיאַזױ מען צײלט ספֿירה מיט כוונה. היום אײן און צװאָנציק טעג. אַכּלל איז אײן און צװאָנציק אָבער װאָס איז דאָ זיך צו שאָקלן איבער דער אײן און צװאָנציק, סוף סוף איז עס דאָך בלױז אַ נומער און װיאַזױ טוט עס אינספּירירן. לאָמיר שױן זאָגן אַז מען האָט אין זינען הוד שבנצח, און אױף פּראַכט װאָס איז אין אײביגקײט איז יאָ דאָ װאָס זיך צו װאַרפֿן דער קאָפּ מיט קולות װי אַן עגלה ערופֿה?
 
האָב איך מיר געטראַכט װיאַזױ עס װאָלט אױסגעזען אַז ס׳װאָלט געװען אַ מצות עשה צו מאַכן אַן אַראָפּצײל (קאָנטדאָן בלע"ז). איך קען נישט טראַכטן אױף װאָס מען װאָלט אַראָפּגעצײלט אָבער אַזאַ מציאה װי עומר קען מען לײַכט געפֿונען. לאָז אפֿילו זײַן אױף גאָרנישט און ס׳װעט זײַן אַ חוקה װי פּרה אדומה, און לאָז שױן אױך זײַן װי רש"י זאָגט אַז די גויים און דער שטן װעלן אונז דערקוטשן דעריבער. אײגענטלעך װען איז דער לעצטער מאָל אַ גױ האָט אײַך געפֿרעגט װעגן פּרה אדומה? אָבער רש"י איז ברוח הקודש נאמרה איז מוז מען גלײבן.
 
אַכּלל האַלטן מיר בײַם זעקס הונדערט און פֿערצענטער מצווה פֿון אַראָפּצײל. מתחילין בעשר ופּוחתין והולכין עד אפֿס. הגה זאָגט דער רמ"א ואין אומרים אפֿס אלא טײקאָף.
 
די ליטװאַקעס װאָלטן באַלד געקלערט צי מען איז יוצא צען באַזונדערע מצוות אָדער ס׳יז אײן גרױסע מצוה. און אױך צי נשים זענען מחוייב װײַל זײ זענען דאָך סוף כּל סוף בלױז נשים. אַ פֿאַרברענטער ליטװאַק װאָלט געמאַכט פֿונעם נײַן אַ זײכר זעכער פֿון פּרשת זכור און ער װאָלט געזאָגט נײן נײַן. באַלד װאָלט ער געקלערט צי נײן איז נישט אַ ביטול און אפֿשר קען עס אױסזען װי ער זאָגט ׳נישט נײַן.׳ װאָלט ער געמאַכט אַ הפֿסק אַזױ װי נאָך כי כל אלהי העמים אלילים|וה׳ שמים עשה. דערנאָך בײַ זיבן אינעם אַראָפּצײל װאָלט ער געמאַכט אַזױװי אַן וזכרתם בײַ קרי"ש. זזזזזזזזזזזזזזזזזיבן ן בן בן.
 
די חבדסקע װאָלטן געדונגן טײַמס סקװער צו מאַכן אַן אַראָפּצײל אױפֿן ׳טעפּער׳ און זײ װאָלטן אױך אַלעדיקט אַ רעזולוציע אין קאָנגרעס אַז פּוטין און בוש זאָלן צוזאַמן אַראָפּצײלןַ װײַל ברוב עם הדרת מלך המשיח. אַרטסקראָל װאָלט אַרױסגעגעבן אַן סידורל װאָס חוץ די איבערגעטײַטשטע נומערן װאָלטן זײ אױסגעלײגט דער בלאַט װוּ אײנץ ביז צען לױפֿן קאַפּױר אָבער מיט פֿײַלן אינעם פֿאַרקערטן ריכטונג. עפּעס אַזױ׃
1 2 3 4 5 6 7 8 9 10
> > > > > > > > > (patent pending)
 
און מײַנע חסידים אחרון אחרון חביב װאָלטן געפֿירט אַ טיש און געגעבן לעקעך און בראָנפֿן און געזאָגט תורות עד לב השמים. אַראָפּצײל דאָס איז ענדלעך צו די גױישע מנהגים און דאָס קומט אונז לערנען אַז ספֿירת העומר װאָס איז מרומז אױף כלל ישראל װערט אַלץ העכער װײַל אַ ייִד װי ער שטײט נאָר װיל ער נאָר שטײגן, אָבער אומות העולם כידוע גײן נאָר אַראָפּ כידוע ואתה תרד מטה מטה און פֿאַרדעם צײלט מען װאָס װײניגער אַזױ װי בית שמאי בײַ חנוכה זאָגן פּוחתין והולכין כנגד פּרי החג, און דאָס איז אױך מרומז אין נאַסאַ װאָס איז אותיות נס װאָס כידוע מאַכן זײ אױך אַן אַראָפּצײל. און דאָס האָט דער רמ"א געמײנט אַז מען זאָגט נישט נול נאָר טײקאָף װײַל אפֿס איז פֿון די קליפּות אַזױ װי די מרגלים האָבן געזאָגט אפֿס כי עז העם אָבער טײקאָף איז װײַל אַראָפּצײלן איז אַ ירידה לצורך עלייה און מיט צײלן מיט די ריכטיגע כוונות קען מען נתעלה װערן איבער אַלע עולמות. און מיט דעם קען מען פֿאַרשטײן דער לשון פֿון טײקאָף און נישט טײקאָפּ, אַז די מלאכים זאָלן נישט פֿאַרשטײן און זאָלן מײנען אַז מען גײט אָף און נישט מעלה מעלה. דער אײבישטער זאָל העלפֿן אַז מיט אַראָפּצײלן מיט אַלע כוונות זאָל מען ברענגן משיח צדקנו במהרה בימינו.
 
דערנאָך װאָלט זיך אָנגעהױבן אַ לשם יחוד מיט אַ ברוך אתה... פּיאות װאָלטן געפֿלױגן, קאַפּעליטשן, -װאָס רעד איך? מען געװאָלט געגאַנגן אין בגדי שבת-שטרײַמלעך װאָלטן געטאַנצן, גאַרטלעך שװענץ געשמיסן, אשר קדשנו... און ענדלעך צום מצווה אַלײן.
 
צען אױ װײַ װײַ נאַן באַשעפֿער טײַערע אַכט אַכט געװאַלדיג געשריגן אין געריפֿן זיבן, זעקס מדת היסוד קדושת יוסף הצדיק, זעקס, פֿינעף, פֿיר רבונא דעלמא כּולא מען האַלט שױן בײַ דרײַ און מען איז נאָך אַלץ נישט בײַם ריכטיגן כוונה, גלוי וידוע לפֿניך אַז מיר קענען נישט צו גאָרנישט צוקומן אָן דיר, צװײַ, מען האַלט שױן בײַם יחוד העליון און די כוונות זענען נאָך אַלץ מבולבל אײנס אױ
 
טײקאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָָפֿפֿפֿפֿפֿף.
 
מען זאָל האָבן געפּועלט אַלץ גוטס!
נכתב על ידי , 12/5/2003 20:22  
5 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)