לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    יוני 2003    >>
אבגדהוש
1234567
891011121314
15161718192021
22232425262728
2930     

6/2003

אין חכמה ואין עצה ואין תבונה...


עד היכן תכלית יסורין? װוּנדערט זיך די גמרא, דאָס הײסט װאָס איז דער קלענסטער אָפּקומעניש און ס'זאָל אַלץ הײסן יסורים. די גמרא ענטפֿערט אַז מען לײגט אַרײַן דער האַנט אין קעשענע פֿאַר אַ ניקל און מען ציט אַרױס אַ דײַם הײסט עס אַז מען האָט מיטגעמאַכט. קען זײַן אַז ס׳רעדט זיך װען אַ משולח קלאַפּט אין די אױרן אין מיטן דאַװענען און מען ציט צופֿיל אַרױס, און מחמת בושה געבט מען עס אים װײַל ס׳פּאַסט נישט געבן װײניקער נאָך דעם װאָס ער האָט געזען דער גרעסערער מטבע.
 
אַז דאָס איז יסורים און מיט דעם קומט מען אָפּ אַפּאָר עבירהלעך, בין איך כתינוק שנולד. איך האָב נישט אַרױס געצױגן אַ הונדערטער שטאָץ אַן אײנצער: פֿיל ערגער. נישט מער געדאַכט מײַן קאַר האָט זיך געשטעלט שמונה עשרה. און נישט סתם שמונה עשרה, אפֿילו נישט אַ ראש השנהדיקע מוסף. אַזױ װי די פּגעים װאָס שטעלן זיך דאַװענען שמונה עשרה בײַם טיר װען דער עולם זאָגט עלינו, כן הדבר הזה. עס האָט ניטאַמאָל געגעבן אַ געשרײַ בעת שועם אליו מיר צו װאָרענען װאָס קומט. עס איז געפֿאָרן געהעריג, בײַ מײַן קאַר הײסט דאָס  נישט אַ יום־טובדיקער הקל בתעצומות, ס'איז אָבער געפֿאָרן אַזױ װי די װאָכענדיקע הללוקאָס און מיטאַמאָל האַלט עס בײַם ישראל פֿון גאל ישראל און אַזױ אין מיטן שטראָז בלײַבט עס שטײן װי בלעםס אײזל. איך טענה מיך אָבער ס׳מאַכט ניטאַמאָל ׳נו׳.
 
אַ גױ קלאַפּט אָן אין פֿענצטער און װיל מיר געבן אַ שטופּ. איך בין אָבער אַ ייִד, מיר זענען מלומד בנסים און איך דרײ מיטן שליסל אַז אפֿשר דאָך װעט זיך עס דערבאַרעמן. אָבער ס׳גײט נישט. אפֿשר װען ס׳זאָל הענגן אַ צעטל בזה הקאַר לא יבֿא צער װאָלט די זכות מגין געװען. למעשה אָבער װי גוט מיר ייִדן קענען דרײען, פֿאַרשאַפֿן זיצן אױף עראָפּלאַנען װען יעדער זיץ איז באַזעצט, אָנרונפֿן מסוף העולם ועד סופֿו מיט טעליקאַרטן פֿון אמתלאי בת קרנבוי, דינגן קאַרן מיט דיסקאָנטן װאָס אחשורוש האָט אונז געשאָנקן װען והנחה למדינות עשה, בױען פּתום און רעמסס אָן ערלױבערניש, זיך אַן עצה געבן מיט שולע אינספּעקטאָרס, איגנאָרירן פֿײַער רעגולאַציעס, װי גוט מיר קענען דאָס אַלץ װעט עס גאָרנישט העלפֿן אַז דער קאַר פּעקלט זיך און װיל זיך נישט רירן. ס'איז אין חכמה ואין עצה ואין תבונה. װער װײסט צי אַ שיר המעלות ממעקים אָדער אַ ליטװישע משׂכיל לדוד בהיותו במערה װאָלט עס מחיה מתים געװען, איך האָב עס אָבער נישט  אױספּראָבירט.
 
נאָך אַ גױ קלאַפּט אין פֿענצטער און צוזאַמן האָבן מיר דעם בחור אַװעקגעריקט אין אַ זײַט און גערופֿן װאָס די קינדער רופֿן אַ שלעפּער טראָק. שטופּענדיק זענען דורך געפֿאָרן אַפּאָר ייִדן און געפֿרעגט צי איך דאַרף נישט הילף. ייִדן װילן שטענדיק העלפֿן. אַז אַ מאָל כאַפּט ער אױס אַ גוטן געשעפֿט, שטופּט זיך אַרײַן אין דער רײַע, לײגט אונטער אַ פֿיס בײַ אַ שידוך איז עס אַלעס יוצאי מן הכלל. אַ גױ אָבער אַז ער העלפֿט איז ער אַן אַנשטענדיקע און אַ פֿײַנע גױ, אַן ערליכע גױ, פֿון די חסידי אומות העולם. און פֿאַרװאָס? װײַל עשו שונא ליעקב. הלכה בידוע. און װער האָט אַזױ באַשלאָסן? ר, שמעון. טאַקע דער זעלבער ר׳ שמעון װאָס איז אַרױסגעקומן פֿונעם הײל און פֿאַרברענט לעבעדיקע מענטשן, ייִדן גראַדע, טאַקע ער איז אַ מבין אױף װיפֿיל די גױים האָבן אונז פֿײַנט. ס׳איז נישט אַ צופֿאַל אַז די װאָס פֿאַרלעדן אונז מיט זײערע קדושה זענען די זעלביקע װאָס פֿאַרקױפֿן אַז די גויִים װילן אונז נאָר אומברענגן. די שמאיס פֿון דער װעלט קאָפּן אַרױס די גויים און זאָגן אַז זײ האָבן אונז פֿײַנט, די הללס װיסן אָבער אַז ואהבת לריעך כמוך קער זיך אָן צו אַלע פֿון גאָטס באַשעפֿענישן.
 
איך דערמאַן מיך אַז פֿאַר אַ פּאָר יאָר האָב איך געהאָלפֿן אַ גױ שטיפּן זײַן קאַר. דערנאָך איז צו מיר צוגעקומן אַ ייִד און ער הײבט מיר אָן צו פֿרעגן היתכן? חסד לאומים חטאת מיט נאָך גמרות װאָס פּאָרן זיך מיט זײן אױסבליק. ער האָט מיך פֿאַרענטפֿערט אַז מחמת קידוש השם האָב איך געמעגט.
 
די פֿראַזן דרכי שלום און קידוש השם זענען נאָבלע אידעען װאָס האָבן אָפֿט מיאוסע אַפּליקאַציעס. אַז מען זאָגט פֿאַר קינדער פֿאַר זײ גײן אין אַ פּאַרק אַז זײ זאָלן מאַכן אַ קידוש השם מײנט עס אַז אין חדר קענט איר שרײַען, קריכן, ברעכן און אַלצדינג אָפּטון אָבער אַז איר גײט צװישן די גויים זאָלט איר אײַך באַנעמן. װײַל למה יאמרו. זאָגט 'גײַ אין דער ערד' אַז עס פֿעלט אױס אָבער פֿאַרגעסט נישט זאָגן 'פּליז' פֿאַר דעם און דערנאָך 'טענק יו'. אַז מען גרוסט דעם גױישען שכן איז עס אױך פּשוט משום דרכי שלום. מילא צו אַ גױישע פֿרױ מעג  מען שמײכלן און רעדן צו איר װי אַ בר נש װײַל אַז נישט איז אַ חילול השם, אָבער מיט אַ הײמישע פֿרױ קען מען טון װאָס מען װיל װײַל זי װעט דאָך פֿאַרשטײן אַז װאָס געמײנער מען באַהאַנדלט איר איז עס אַלץ אַ גרעסערע סגולה נישט צו זונדיקן מיט איר.
 
איך בין נאָך אָבער אין מײַן קאַר און מען שלעפּט מיך. נאָך אַזאַ מעשה איז מײַן נשמה אוודאי װײַס װי שנײַ װי אַ חתן ביום חפּתו און מיך פֿירט מען אױך. ס'ברענען אָבער נישט קײַן ליכט. װען איך בין אַ טױטע װאָלט מען אױך געצונדן ליכט. אפֿילו װען מען פֿירט מיך אין תפֿיסה װאָלטן געבליטשקעט פּאָליצײַ לאָמפּן. אינעם גאַראַז אַרײַן מאַכט מען אָבער נישט קײַנע צערעמאָניעס און מען האָפֿט נאָר אַז פּאָליצאַנטן װעלן נישט פֿרעגן קײַן קשיות.
 
ס׳איז שױן האַלב עלעף און געדאַװענט האָב איך נאָך נישט, האָב איך אָנגעהױבן זאָגן ברכות און פּסוקי דזמרה -אָן ברוך שאמר און ישתבח פֿאַרשטײט זיך, דער גאַראַז יאַט קען נישט דער 'נו' שפּראַך- כדי װען איך קום אַהײם זאָל איך קענען גאָט שנעל אַלעדיגן. גלײבט מיר איך האָב נאָך קײנמאָל נישט געמאַכט שלא עשני אשה מיט אַזױפֿיל כוונה װי װען איך בין געזעסן בײַם רעדעל פֿון דעם קראַנקן געשלעפּטן קאַר. אפֿילו פֿאַרברענטע פֿעמיניסטן װאָלטן דערױף געעננטפֿערט אמן בכל כחן.
נכתב על ידי , 26/6/2003 18:55  
5 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)