לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מאי 2003    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
25262728293031

5/2003

חזק חזק ונתחזק!


איך האָף דער עולם װעט מיר מוחל זײַן אַז איך ברענג צו שלעפּן אתרוגים נאָך סוכות און איך שרײַב מאָנטיק װעגן שבת. דבר בעיתו איז טאַקע מה טוב אָבער מען איז נישט עובר בל תאחר ביז ס'איז פֿאַריבער שלש רגלים, און לױט מאַנכע כסדרן. איך האָף נאָר אַז מײַנע רעיונות װערן נישט פּסול בלינה. שױן גענוג מפֿלפּל געװען.
 
נאָך אַ שבת, נאָך אַ חזק, הוד איז שױן פֿאַריבער און מען זאָגט שױן װײַטער תחנון, ספֿירה קומט שױן צוביסלעך אָן צום סוף און דער צײַט פֿאָרט װײַטער.
 
ערב שבת בײַ מנחה זאָגט מיר מײַן קלײנער אַז ער האָט געענדיקט דער ערשטער שמונה עשרה. ער מײנט אַז שמונה עשרה איז פֿאָרמיולע אײנץ, זײַן סידור אַ פֿעראַרי און ער מיכל שומאַכער. דער אמת איז אַז ער האָט מיר אַמאָל געפֿרעגט װוּ קומט עס אַז איך ענדיג אײביק שמונה עשרה דער ערשטער אינעם שול. זײַט דעמאָלסט װען ער איז מיט מיר דאַװען איך אַביסל מער פּאַװאָליע אָדער איך טשעפּטשע בײַ שים שלום ביז אַפּאָר אַנדרע האָבן אױסגעטרױטן. בײַ אים איז אָבער געבליבן אַז ער מיז מיר װײַזן אַז יפֿה כוח הבן מכוח האב.
 
איך שפּרונג צו שנעל צו שבת װײַל איך האַלט נאָך בײַם לכו נרננה פֿון מיטװאָך. מיטװאָך אין־דער־פֿרי בין איך געגאַנגן אין שול און איך זע אַז דער עולם האָט זיך נישט געגאָלט. כמעט אַלע ספֿירה בערדלעך זענען נאָך געװען בתפֿארתן. איך האָב מיך געשפּירט װי אַ כהן בבית הקברות. אַז אױף װיאַזױ צו װאַקסן באָרד און פּיאות איז דאָ מנהגים כפֿלייִם כיוצאי מצרים איז אַ דבר פּשוט װאָס יעדער בר בי רב איז אין דעם באַװוּסט. צי די פּיאות מעגן אָנקומן ביז צום גאָמבע אָדער זײ דאַרפֿן דערגרײכן ביז צום נאָפּעל, צי זײ געהערן אונטערן יאַרמולקע, העכער דער אױער צי אַרום דער אױער, צי מען דרײט זײ אַרומן אױער אבג"ד צי תשר"ק (קלאַקװײַז צי אַנטי קלאַקװײַז בלע"ז), צי מען שטעקט זײ אונטער די ברילן, צי מען קרײַזעלט זײ צאַם אָדער צי מען לאָזט זײ סתם הענגן װי צװײ גראָבע לײצעס אַז ר' נחמן זאָל האָבן װאָס צו ציען װען ער קומט אַרױסשלעפּן פֿון גיהינום. און למאן דאמר אַז מען מעג זײ פֿאַרקירצערן, צי מען מעג זײ שנײַדן אָבער מען דאַרף זײ ברענען. פֿאַרדעם  זענען מיר חסידים און מיר זענען זיך מוסר נפֿש אױף אַ מנהג.

אָבער אַז אין גאָלן זיך איז אױך דאָ מנהגים און אַז נישט אַיעדע איז צופֿרידן מיטן רמ"א אַז נאָך ל"ג בעומר מעג מען זיך שױן שערן דאָס איז בײַ מיר געװען אַ חידוש. אײן יונגערמאַן איז דאָ װאָס זאָגט מיר שױן אַפּאָר מאָל אַז ער װיל זיך לאָזן װאַקסן אַ באָרד. האָב איך אים געפֿרעגט פֿאַרװאָס ער האָט זיך נישט געגאָלט. האַלט ער אין מיטן פּסוקי דזמרה און ער מאַכט מיטן גראָבן פֿינגער אײ1 כלומר, איך זע אױס גוט? איך האָב אים געענטפֿערט אַז ער זעט אױס גענױ װי דזאָרז קלוני.

די חסידים האָבן אַ כּוח פֿון מאַכן נישט הײמישע זיך שפּירן אינדערױסנדיקע. די אינדערױסענדיקע שפּירן דאָס און פֿילן זיך אױסגעשלאָסן. זײ דאַכט זיך אַז װען נאָר זײ װעלן אױסזען אַביסל מער הײמיש צי זײ װעלן זאָגן 'אָמײַן' אַנשטאָט 'אָמײן' װעט מען זײ האַלטן פֿאַר אַ ברידער. זײ װײסן אָבער נישט אַז אַ באָרד װעט זײ נישט העלפֿן, אַז ס'איז אַ ברכה לבטלה, און װען זײ װעלן דאָס געװױר װערן װעט שױן זײַן צו שפּעט. עס װעט זײ דעמאָלסט נישט פּאַסן זיך װידער אָנהײבן צו גאָלן װײַל דעמאָלסט װעט מען אױף זײ מרנן זײַן. אַזױװי פֿון מיר קען קײנער נישט אַרױס נעמן חסידות אַזױ קען עס קײנער אין זײ נישט אַרײַנלײגן. זײ װעלן אױך שנעל זיך לערנען אַז די חסידים װעלן אױף זײ אַראָפּקוקן אָן בערד. און אַז זײ װעלן זיך אָנטון אַ שטרײַמל װעט מען זײ האַלטן פֿאַר גלאַטע משוגעים. אָנגעפֿער װי ייִדן האַלטן פֿון גרים. פֿון דער גאַנצער װעלט האָט זיך זײ נישט אָנגעשמעקט עפּעס אַנדערש װי דער עם קשה עורף?

דער רמב"ם זאָגט טאַקע אַז יעדער ייִד קען אױסװאַקסן אַ משה רבינו, אָבער משה רבינו איז געװען בלױז פֿערציק טעג אין הימל. אונז חסידים לעבן אָפּ אונזער גאַנץ לעבן אין הימל איז אַ װוּנדער אַז מען דאַרף אױף דעם אַרבעטן פֿון קינדװײַז אָן? משה רבינו האָט זיך אױך נישט אַן עצה געגעבן מיט מלאכים, מיר זענען אָבער פֿיל קליגער פֿון זײ. װען מיר װילן נישט אַז די מלאכים זאָלן אונז פֿאַרשטײן רעדן מיר אױף אַראַמיש. זײ נאַראָנים רעדן אָבער װײַטער אױף לשון הקודש און מיר לערנען זיך באַלד זײערע חכמהלעך צאַמצושטעלן די פֿיס בײַ שמונה עשרה און צו זאָגן קדוש און ברוך השם ממקומו. זײ װײסן אָבער נישט עד היום הזה פֿון קדיש דרבנן, אקדמות און הא לחמא עניא.

און אונזער חכמה שטעלט זיך נישט אָפּ בײַ די מלאכים. מיר רעדן אַזעלכע אידײען װאָס לאו כל מוחא סביל דא און נישט־חסידים מײנען אַז מיר שװעבן אינעם עולם האצילות. זײ זען דעם תענוג װאָס מיר האָבן און װילן דערפֿון אױך גענוסן. ס'איז אָבער װי דער טעם פֿון שבת איז געװען פֿאַר יענער רױמישער קאָנסול, ס׳יז אַ טעם װאָס איז מונח פֿון ערב שבת בין השמשות װען מען האָט עס באַשאַפֿן אין אײנעם מיטן פּי האתון און נישט אַ יעדער איז דערצו זוכה. אַזױ װי דער מלאך װערט נישט אַ מענטש אַפֿילו אַז ער שנײַדט זיך אָפּ די פֿליגל אַזױ קען פֿון קײנעם נישט װערן אַ חסיד סײַדן אַז מען האָט אים געשמיסן בײַ אלף בית, אױסגעצופּט די באַקן איבער ייִאוש שלא מדעת, געשטופּט בײַ טישן, געפֿיטערט מיטן רבינס שירייִם און אָנגעזאַפּט מיט לעגענדעס װאָס אַפֿילו סינבאַד דער שיפֿס קאַפּיטאַן איז נישט געװען קײַן בעלן אױסצוטראַכטן. איז װי קען מען דאָס אַלעס װערן אין אַ טאָג? און בלױז מיט אַפּאָר קאָזמעטישע ענדערונגן?
 
נײן. אַז איר װילט װערן אַ חסיד איז הפֿך בה והפֿך בה דכלא בה, דקולא בה, דkiller בה!
נכתב על ידי , 26/5/2003 20:30  
6 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)