לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מאי 2003    >>
אבגדהוש
    123
45678910
11121314151617
18192021222324
25262728293031

5/2003

פּשוט נבילה בשוק...


מײַן פֿרױ זאָגט מיר אַז זי שפּירט זיך אַ געפֿאַנגענע בײַ אונז אין דער הײם, װײַל מען האַלט אין אײן קלאַפּן אין טיר. זי װיל װיסן װער דאָס איז אָבער זי האָט מורא אַז ס'איז װידער אַ משולח און זי האָט נישט בײַ זיך אָדער זי האַלט פּשוט נישט בײַם געבן. אַסאַך מענטשן מאַכן סימנים אַז באַקאַנטע קלינגן צװײ מאָל כדי צו װיסן אַז מען קען גײן אױפֿמאַכן. איך קען אײנער װאָס בעט מען זאָל קלינגן דרײַ מאָל. אַז איך װעל אַרױסשטעלן אַ צעטל אױף מײַן טיר 'דאָ טײלט מען נישט צדקה' װען מען מען זאָגן איך בין אַ סדוםניק. װען איך גײ צום טיר און איך האָב צו זײ נישט קײַן כוח זאָג איך אַז איך בין פֿאַרנומן אָדער איך האָב נישט בײַ מיר. פֿאַרװאָס זאָג איך נישט 'איך װיל אײַך נישט געבן, אַ גוטע נאַכט'? אַ גוטע קשיא.
 
איך האָב לעצטענס באַמערקט אַז די משולחים װערן יונגער און יונגער. אַמאָל איז אַ טאַטע געקומן שנאָרן פֿאַר די קינדער אַז ער דאַרף זײ חתונה מאַכן. ס׳יז שװער אים צו זאָגן גײ אַרבעט װײַל ס׳יז שױן צו שפּעט. די צעפּ און די בערד װערן לענגער והנושה בא לקחת, וברם דא עקא שאין הקומץ משביע את הארי... אָבער מיט אַ מאָל הײבן בחורים אױך שנאָרן אַז זײ דאַרפֿן חתונה האָבן. זאָגט מיר רבונו של עולם װאָס פֿאַר אַ סיסטעם איז דאָס װי אַכצן, נײַנצן, צװאָנציק יעריקע ביקעס גײן בעטלן אױף הײַזער אַנשטאָט גײן אַרבעטן און פֿאַרדינען.
 
און װער איז אױף דעם שולדיק? מן הסתם גזירות תשס"ג. פֿאַרשעמטע פֿירערס װאָס האָבן שױן פֿאַרגעסן װאָס דאָס מײנט אַ גזירה און װײַל מען געבט זײ נישט װאָס ס'איז זיך זײ קײנמאָל נישט געקומן דרײען זײ איבער אַ װעלט. גדולה הסרת הקצבאות של טומי לפּיד ואריאל שרון יותר ממ"ח גדולים ואדמורים וראשי ישיבות ור"מים ומג"שים און דער גאַנצער חזירײַ. ס'װעט אױסלערנען די לײדיגײערס אַז װאָס איז גוט פֿאַר ערלעכע ייִדן אין חוץ לארץ, און װאָס איז גוט געװען פֿאַר ייִדן איבער אַלע דורות װעט פֿאַר זײ אױך גוט זײַן. פּשוט נבילה בשוק ואל תאמר כהנמן וקנייבסקי אנא.
 
אפֿשר אַז מען װעט זוכה זײַן װעט דער המודיע װײַזן בילדער װי רב קרנצקי קלאַפּט אָן אַ מזוזה בײַ אַ פֿאַבריק פֿון זײַן אײניקל, רב קלאָפּצקי װעט הײסן רב קלאָפּצקי הסנדלר און די רעשט װאָס װילן זיך ממיתן באוהלה של תורה װעלן האָבן אַ געלעגענהײט מקיים צו זײַן דער מצווה פֿון כך היא דרכה של תורה׃ פּת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן. איך מײן צו אַזאַ לעבן געבט נאָך די רעגירונג גענוג.
 
דערװײַל אָבער זענען די משולחים די ערגסטע אַמבאַסאַדאָרן װאָס ישראל פֿאַרמאָגט. אַז ס'קומט אַן אייראָפּעיִשער ייִד אין בית מדרש פֿרעגט מען װאָס איז דער שמחה. אַז אַ ישראלישע ייִד קומט אָן פֿרעגט מען גאָרנישט װײַל מען האָט מורא ס׳װעט קאָסטן. די נגידים זענען אינטערסירט דאָס אױפֿצוהאַלטן װײַל זײ פֿירן זיך װי פּריצים װאָס מען קומט זײ קושן די פֿיס פֿאַר אַ פּאָר גראָשן. און אַז זײ פֿאָרן קײַן ישראל האָבן זײ דאָרט װידער כבוד. בן גוריון האָט טאַקע געזאָגט ער װיל ייִדישע פּאָליצײַ און ייִדישע גנבים, אָבער פֿאַר ייִדישע נגידים און ייִדישע שנאָרערס האָט ער נישט געדאַרפֿט אַ מדינה.
 
דערװײַל קלינגט שױן װידער דער טיר און די קינדער װילן גײן אױפֿמאַכן און איך זאָג זײ ס'איז נישט נײטיק. אַ לעבן.
נכתב על ידי , 29/5/2003 20:21  
8 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)