לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    יוני 2003    >>
אבגדהוש
1234567
891011121314
15161718192021
22232425262728
2930     

6/2003

ויהי נועם


אַהההההה, דער תענוג פֿון נישט זאָגן ויהי נועם מוצאי שבת. ס'געהער דאָרט מיט נישט לײנען קריאת שמע נאָך די סדרים, נישט זאָגן מזמור לתודה אױף ערבֿ פּסח, נישט קושן די ציצית תשעה באב אין־דער־פֿרי, קריאת התורה אױף פּרשת וילך, סליחות ערב יום כיפּור, חצי הלל, און דאַװענען מיט חסידים אױף מאָנטיק און דאָנערשטיק װען זײ הרגנען עפּעס אַ רבי אַבי נישט צו דאַרפֿן זאָגן תחנון. און װער רעדט זיך אָפּ אַז ס׳יז שװער צו זײַן אַ ייִד? װעלכע אַנדרע פֿאָלק באַקומט פֿון זײער גאָט אַזעלכע פּריװיליגיעס װי אונדז פֿון אונדזערער?
 
ס'איז אין מוקדם ומאוחר און איך הײב אָן בײַ מוצאי שבת װײַל דאָס איז געװען דער הױכפּונקט פֿונעם שבת. דאָנערשטיק האָט אַ ייִד אַ נאָמן געגעבן זײַן מײדל נאָך קריאת התורה. איך האָב געטראַכט אַז דאָס מײנט מען אוודאי װען מען זאָגט אַז בײַ אונדז האָבן פֿרױען אַ ספּעציעלע ראָלע. אַזױ ספּעציעל אַז אפֿילו אַ קידוש איז פֿאַר זײ צופֿיל און אַ נאָמן אױף אַ גרינער דאָנערשטיק איז מער װי גענוג. איך בין שפּעטער געװױר געװאָרן אַז איך האָב געדאַרפֿט מלמד זכות זײַן װײַל הערשט האָט ער יאָ געגעבן שבת אַ קידוש. קײַן גאַנצער חושד בכשרים בין איך אָבער נישט געװען װײַל ער האָט לכתחילה נישט געקלערט צו געבן און ער האָט זיך שפּעטער מיישב געװען.
 
נאָכן דאַװענען זאָגט מיר אײנער אַז ער האָט שװאַרצע פֿאַרב פֿאַר מײַנע רציעות. איך האָב אים העפֿטלעך באַדאַנקט. סאַראַ גומלי חסדים מיר זענען.
 
פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בײַ ספֿירה צײלן האָב איך מיך דערמאַנט אַז איך קען שױן נישט צײלן מיט אַ ברכה. אַזאַ אַנטױשונג. צײלן אָן אַ ברכה איז אַ ברכה לבטלה און סתם ליצנות געמאַכט. אַז איך בין נישט מחוייב װעל איך נישט צײלן אָבער טוט מיר נישט קײַן טובות און װאַרפֿט מיר נישט קײַן בײנדלעך. און װאָס פּאַסירט װען איך צײל יאָ מיט אַ ברכה? אַ מלאך װעט געבן אַ ביל 'והיכן צוונו?' װעל איך אים ענטפֿערן 'ואפֿשר צוונו' ס׳יז אַ ספֿיקא דאורייתא. פֿאַרגעסן אַזױ שפּעט איז װי אַ פֿערדל װאָס פֿאַלט בײַם לעצטן גדר. זעט אױס אין הימל דאַרף מען נישט מײַן  צײלן. איז נישט.
 
ל. האָט געלערנט אין חדר אַז דער אײבישטער צײלט די ייִדן װײַל ער האָט זײ ליב. ער װיל װיסן אױב ער האָט אונדז אַזױ ליב פֿאַרװאָס לײגט ער אונדז אין גלות.
 
זונטיק האָט דער ייִד קעגן מיר פֿאַרגעסן יעלה ויבא בײַ שחרית. ער האָט זיך נישט דערמאַנט בײַ מודים װען מען איז חוזר לרצה, אפֿילו נישט בײַ עושה שלום װען ער װאָלט געשמונה עשרהט מיטן שליח ציבור. ער האָט זיך נעבעך געכאַפּט װען מען האָט געהאַלטן בײַ יעלה ויבא פֿונעם הױכע שמונה עשרה. זײַן הלל איז געװען אינגאַנצן קאַפּוט. אין מיטן האָט אַ שנאָרער אים געקלאַפּט און ער איז נערװעז געװאָרן און צוריק געקלאַפּט אױף זײַן סידור לאמר 'דו זעסט נישט אַז איך האַלט אין מיטן דאַװענען.' פֿאַר נישט זאָגן ויִהי נועם צאָלט מען טײַער.
 
איך האָב מיך אַהײם געאײַלט און נישט אָנגעיאָגט דאַװענען מוסף אין שול. װען איך האָב שפּעטער געדאַװענט מנחה האָב איך מיך דערמאַנט אַז איך בין נאָך גאָט שולדיג דעם מוסף. אײדער ברענגן צו שלעפּן אַ משנה ברורה נאָך צו קוקן צו מען מעג דאַװענען מוסף נאָך מנחה, האָב איך מיך געשטעלט דאַװענען מוסף און איך האָב אינזינען געהאַט 'if undelivered, please return to sender'. דערװײַל איז עס נאָך נישט צוריקגעקומן. דער אײבישטער באַקומט אָבער אָן אַ שיעור 'ספּעם' און ס'קען זײַן אַז ס׳געדױערט פֿאַרן מלאך גבריאל אַפּאָר טעג אױסצוסאָרטירן גאָטס אינבאַקס.






אױף שבת האָט מיר אַ ייִד דערצײלט אַ מעשה װאָס האָט אַ שײַכות מיט ר׳ שלום בערגערס באַקלערונג אין מײַן לעצטן בלאָג 'ווי אַזוי שטעלט מען זיך אַקעגן די רבנים?'
 
דער ייִד איז געװען אין ירושלים און ער איז געגאַנגן קױפֿן אַ שטיקל זילבערװאַרג בײַ אַ חרדישן געװעלב. נאָכן קױפֿן זאָגט דער מוכר פֿאַר מײַן פֿרײַנד אַז ער װעט אים געבן אַ פֿאָרעם אַז װען ער פֿאָרט אַהײם װעט ער קענען לעגאַל צוריק מאָנען אַ חלק פֿון די שטײַערן . זאָגט אים דער ייִד אַז ס'איז אים נישט נײטיק און ער קען באַשטײן דער געלט זאָל בלײַבן בײַם שטאַט. רופֿט זיך אָן דער ייִד װאָס הײסט 'ס'איז אַ מצווה בײַ זײ צו נעמן װיפֿיל מען קען.' מײַן חבר האָט אים געענטפֿערט אַז אַזעלכע מצוות קען ער זיך האַלטן.
 
עס איז אמת אַז אין חוץ לארץ האָט מען אױך נישט ליב צו צאָלן שטײַער און בײַ אונדז חסידים איז עס אַ מכת מדינה, אָבער דער באַציאונג צו ציבורישע געלטער פֿון רײַסן װיפֿיל מען קען נישט בלױז פֿאַר זעלבסט אינטערעסן נאָר אױך אױף עס צו פֿאַרמײַדן פֿון דער אַלגעמײנער געזעלשאַפֿט דאָס האָב איך נאָך נישט געהערט.
 
איך מײן אַז דער עיקר פּראָבלעם איז דער קולטור קאַמף צװוּשן די חרדים און דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג װאָס אינעם לעצטען פֿאַל דרױערט עס אױף דעמאָקראַטיע און דער געװעלדיקונג פֿון געזעצלעכקײט אין ישראל. דאָס איז אַ פֿיל פֿאַכיקע פּראָבלעם װאָס האָט צו טון מיט היסטאָריע און מיט די אומשטענדן פֿון לעבן אין אַ ייִדישע אָבער נישט פֿרומע מדינה. דער שולד איז אױך נישט בלױז בײַ די חרדים. דאָס אַלעס אױסצוּװאָרצלן פֿונעם חרדישן באַפֿעלקערונג װעט נעמן פֿיל מער װי מעביר זײַן אַפּאָר רבנים.
 
אױף דערװײַל האָט מיר אַלע אַ גוטן חודש!
נכתב על ידי , 2/6/2003 20:13  
5 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)