אױף װאַקאַציע בין איך הײַ יאָר געפֿאָרן קײן אײראָפּע אין אײנס פֿון די האָטעלן װאָס שפּראָצן אױף אַרום דער װעלט אין די װאָכן צװישן תשעה באב און ר"ח אלול װען דער ייִדישער װעלט לאָזט זיך אַרײַן אין גלות אַרײַן. ס'איז אַ װעלט צו באַשרײַבן װי די איראָפּײער גײן אױף װאַקאַציע פֿון די שקלא וטריא איבער יאָ אָדער נישט גײן אַ שטרײַמל ביז די דאַשיקלעך װאָס זײ טון זיך אָן איבערן קאָפּ כּדי נישט אױסצוזען צו ייִדיש, טראָץ דער טלית קטן װאָס שטעקט זײ אַרױס פֿון דאָס װעסטל װי פֿליגל פֿון אַ מלאך, הױזן װאָס געהערן צו אַ רעקל מיט אַ חלק אחוריים פּאַסענדיק פֿאַר אַ כהן גדול און אַ געביגעלטע לאַנגע אַרבעלדיקע העמד. יש מרבותינו װאָס טון זיך אױך אָן סניקערס לכבוד װאַקאַציע כּאילו אַז מען רוט זיך אױך אָפּ פֿון די פּײַנונגן װאָס מיר האַלטן זיך אין אײן באַשאַפֿן. פֿרױען װאָס גײן שײטלן גײן דאָ סנודס, יונגעלײַדט דרײען זיך אַרום אין געפֿאַרבטע טי־העמדער און חשובע, גאָר חשובע ייִדן אָן די קאַפּעליטשן. ושכינה מה אומרת? אַז מען פֿאָרט אַװעק פֿון אַנטװערפּן, ציריך, װין און סטאַמפֿאָרד היל איז שױן הותרה הרצועה? פֿאַרדעם קומט באַלד יום־כּיפּור קטן און ס'װעט זײַן אױף װאָס תשובה צו טון. און װער רעדט נאָך די װאָס האָבן באַזיכט דעם ים אַביסל. זה הים גדול ורחב ידים... חיות קטנות עם גדולות. װאָס האָט מען צו רעדן, ס'איז הפֿלא ופֿלא. מען דרײט זיך אַרום אַ גאַנץ יאָר און מען זעט מענטשן געקלײדעט און ס'איז נישט צו גלײבן װאָס פֿאַר אַ נפֿלאות הבורא שטעקט אונטער די מלבושים. האָט גאָט באַשאַפֿן אַ זימער, אַ זין, אַ ים און װי דער פּסוק זאָגט ער האָט געשטעלט דער זאַמד פֿאַר אַ גרענעץ און ער האָט אױסגעטעפּעכט דער זאַמד מיט באַשעפֿענישן װאָס יעדער אײנער פֿאַרלאַנגט זיך אַ באַזונדערע הטוב והמטיב. הודו לה' כּי טוב.
סוף װינטער בין איך געפֿאָרן קײן ארץ ישראל און איך האָב אָפּגעשריבן אַ קורץ שטיקל. איך האָב געפּלאַנט מער צו שרײַבן אָבער ס'איז מיר נאָך נישט אױסגעקומן. װיבאַלד יעצט איז אַ זמן פֿון פֿאָרעראַציעס שטעל איך אַרױף װאָס איך האָב שױן יאָ געשריבן און אַז גאָט װעט מיר שענקן מער צײַט װעל איך אי"ה מער שרײַבן.
וקטלא הלך לדרכו
שױן צװײ װאָכן פֿאַרן פֿאָרן קײן ארץ ישראל האָבן מײַנע קינדערס רביס אָנגעהױבן מיט זײערע מעשות װאָס איך האָב געמײנט אַז אין דער פֿאַרלױף פֿון די יאָרן זענען זײ שױן פֿון לאַנג אױסגעװאַקסן. קענסט מיך מיטנעמן? פּאַק מיך אױך אַרײַן אין דער קיפֿערט; װאָס גײסט דו מיך צוריק ברענגן? חכמות נשים בנתה ביתה און חכמת מלמדים בונה חדר. דער טאָג װאָס מלמדים װעלן אױפֿהערן מיט זײערע קליגשאַפֿטן אין אױך דער טאָג װאָס מען קען שליסן די חדרים װײַל אױף װאָס טױג אַ חדר אַז ס'איז נישט דאָ װער זאָל זאָגן פֿאַרן ייִנגל װאָס שפּעטיקט מיט אַ תירוץ אַז ס'האָט גערעגענט, 'ביסט דען געמאַכט פֿון טשאָקאָלאַד?' און 'װאָס ביסט דו נישט געלאָפֿן צװישן די טראָפֿן'? הן הן גופֿי תורה און גזירה שלא תשתכח תורה מישראל גײט אױף דעם אָן נישט מער און נישט װײניגער װי אױף נ"ט בר נ"ט און ריחא מילתא.
װען מײַנע זין האָבן מיר איבערגעזאָגט די חכמות האָב איך מיך דערמאַנט פֿון די װערטער אין דער ליד 'װען איבער זײ װאָלט געװאַכט אַ מאַמעס אױגן.' נעבעך דאָס קינד אינערװײניק אין דער מלמד בעט זיך פֿאַר ליבשאַפֿט.
על כּל פּנים מיר זענען ענדלעך אַרױס געפֿאָרן און אָנגעקומן בשלום אין דער לופֿט פֿעלד און גענומן אונזערע פּלעצער אױפֿן פֿליגער און אַז מען פֿאָרט קײן ישראל איז לא ימלט אַז ס'פֿאָרן נישט נאָך אַפּאָר ייִדן. וחמושים עלו בני ישראל ממצרים. אַז אַ ייִד פֿאָרט האָט ער קײן עין הרע פּעקלעך אױף צו װאַנדערן פֿערציק יאָר מיט אַ טאָג אױף ספֿיקא דיומא און אַלעס מיז ער האָבן אין זײַן האַנט באַגאַז. דער טלית און תפֿילין פֿאַרשטײט זיך אַלײן װײַל כאָטש ער קען דאַװענען װען ער קומט אָן בשלום קען דאָך זײַן רענצעל פֿאַרלױרן װערן און דער פֿליגער קען זיך שטעלן ערגעץ צװישן הודו און כּוש װי ס'איז נישט דאָ אַ זכר פֿון אַ ייִד און ער װעט בלײַבן אָנע זײַן טוטפֿות און פּתיל תכלת, און חוץ פֿון דעם װאַרפֿט מען שטאַרק די רענצלעך און אַפֿילו דער שטרײַמל און די שײטעל שאַכטלעך קען מען נישט אַרײַן לײגן פֿון אינטן איז קל וחומר אױף די תפֿילין. נאָך אַ מזל אַז מען דאַרף פֿאָרן אױף אַ פֿליגער מיטן קאַפּעליטש אױפֿן קאָפּ װײַל אַזױ שפּאָרט מען זיך אײַן צרות מיט די סטיוערדעסעס, די נקבות װאָס פֿאַרשטײן נישט װאָס טױג נישט מיט אַ זיץ לעבן אַ נקבה און פֿאַרװאָס אין דער איבערן־קאָף קאַבינעט קען זיך נישט אַ היטל פֿאַרטראָגן מיט אַנדרע באַגאַז.
חוץ פֿון דאָס אַלעס דאַרף מען אױך אַ פּאָר סענדװיטיס, און אַ ביסל קאָקאָש קיכן, און צװײ פּעקלעך קאַרטאָפֿל טשיפּס װײַל כאָטש מען האָט באַשטעלט כּשרע עסן װער װײסט דען נישט פֿון אַ מעשה װי דער עסן איז נישט אָנגעקומן און פֿון דער מעשה בחסיד אחד װאָס האָט געמאַכט אַזאַ פֿאַרקער אַז ער האָט פֿאַרדעם באַקומן אַן בחנםדיקע עליה במדרגה ('אופּגרײד בלע"ז). דער רעשט פֿון דער װעג האָט ער שױן אַרױפֿגעברענגט האַלב כּלל ישראל װײַזן װאָס פֿאַר אַ לוקסוס עס איז אין קלוב קלאַס, געפֿירט אַ לאַנגע װיכּוח װאָס מען טוט מיט אַ קאָקטײַל מישער און זיך געדינגן צי זיך אױסציען די פֿיס איז טאַקע באַקװעם אָדער בלױז אַן אַנרעדעניש. װען די סטיוערדס און סטיוערדעסן האָבן אַראָפּגעטריבן די נישט געלאַדענטע האָט מען זײ באַשולדיקט פֿאַר שרעקליכע שונאי ישראל װײַל ס'איז דער זעלבער װאָס האָט נישט געלאָזט איבערלאָזן די געפּעק אױף דער ערד און האָט געקוקט אונטער דאָס רעקל צי דער זיכערהײט גאַרטל איז טאַקע באַפֿעסטיקט.
דאָס נעקסטע שטיקל׃ הודו על ארץ ושמים