קטלא קניאאַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער |
כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
יוני 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | | | |
| 6/2003
הכל מודים דבעצרת בעינן לכם אַז איר װעט פֿרעגן אַ רב אַ קשיא װי קומט עס אַז פּסח װען מען פֿײַערט פֿרײַהײט טוט מען אונדז אָנלאָדענען מיט אַזױ פֿיל מצוות און אַזױ פֿיל אַרבעט, װעט ער אײַך ענטפֿערן אַז דאָס טאַקע מײנט פֿרײַהײט. דאָס װאָס די װעלט רופֿט פֿרײַהײט דאָס איז בבחינת עבדא בהפֿקירא ניחא להו אָבער אונדזער פֿרײַהײט דאָס איז אמתע פֿרײַהײט װײַל אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה. און אַזױ װײַטער. אַז ער מעג אַרײַנלערנען זײַנע פּשטים אין פֿרײַהײט װאָס איז אַ יקר המציאות אין אונדזערע שיכטן, מעג איך אױך אַרײַנלערנען מײַנע פּשטים אין דער יום־טוב פֿון קבלת התורה װאָס איבער דעם האָט ער כּלומרשט אַ מאָנאָפּאָל. איך מײן אַז די סיבה פֿאַרװאָס שבועות האָט אַזױ װײניק פֿליכטן איז מרמז צו זײַן אַז לא נתנה תורה למלאכי השרת, און אין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו. דער באַשעפֿער האָט אונז געגעבן אַ װעלט און ער האָט אונז אַרײַנגעלײגט דערין אױף אײן צװעק׃ דערפֿון צו געניסן. װען ער האָט געזאָגט פֿאַר אדםן אַז ער טאָר פֿון צװײ בײמער נישט עסן האָט ער אין דער זעלבער צײַט געזאָגט 'מכל עץ הגן תאכל'. װאָס מען טאָר נישט טאָר מען נישט, אָבער װאָס איז מותר דאַרף נישט אַ הכשר און האָט נישט אַ חשש נאָר ס'איז אַ מצווה דערפֿון הנאה צו האָבן. און דערפֿאַר זענען הכל מודים דבעצרת, דער יום־טוב פֿון קבלת התורה, בעינן לכם. לכם ולא להם. אתרוגים סוחרים און מצות בעקערס װעלן איבער אונדז נישט מאַכן קײַן מאַיאָנטיק װײַל לקח טוב נתתי לכם. און װיאַזױ זעט אױס אַ לקח רע? ערב פּסח גײט מען פֿאַרקױפֿן דאָס חמץ און נישט נאָר מען באַקומט נישט דעם פּרײַז פֿונעם מקח נאָר מען צאָלט נאָך דעם רב דערצו. אַז אַ מוכר זאָל דאַרפֿן צאָלן דאַרף מען אַ ייִדישן קאָפּ.
אַז דער רב האַלט נאָך מיט װאָלט איך צוגעלײגט אַז דער לכם דאַרף מען זיך פֿאַרדינען. און איך װאָלט פֿאָרגעלײנט דעם רמב"ם אין הלכות תלמוד תורה פּרק א' הלכה ט. גדולי חכמי ישראל היה מהם חוטבי עצים ומהם שואבי מים ומהם סומין ואף על פּי כן היו עוסקין בתורה ביום ובלילה. והם מכלל מעתיקי השמועה איש מפּי איש מפּי משה רבינו. ער װאָלט אָבער געשמײכעלט. און אין דעם שמײכל װאָלט געלעגן 'װײסט דאָך אַלײן אַז דער רמב"ם איז נישט געװען אַ הײמישער. ער'ז געװען אַ ספֿרדישע און אַ פֿילאָזאָף. מיר הײמישע מאַכן אַ צעװאָרפֿעניש װוּ ס'איז נאָר דאָ סדר און דער רמב"ם האָט געמאַכט סדר פֿון אַ צעװאָרװעניש, דער רמב"ם האָט אַ נאָמן געגעבן זײַן ספֿר יד החזקה און מיר שרײַען כּוחי ועוצם ידי. בקיצור דער רמב"ם איז געמאַכט געװאָרן צו געפֿונען אין אים סתירות און זײ פֿאַרענטפֿערן, נישט אױף אונדז אױסצולערנען װיאַזױ צו פֿירן אונדזער לעבענס שטײגער.׳
איך פֿאַרקריך. שבועות איז אַנדערש פֿון אַנדרע ימים טובים אַז מען פֿאַרגינט אונדז קעז־קוכן און בלינצעס און קעז־דעלקעלעך און קעז־ראָגעלעך אַז ס'לאָזט זיך מאַכן איבער זײ אַן אשר נתן לנו תורת אמת. און אַז די ייִדענע װעט אײַך זאָגן אַז די סמעטענע רונט אײַך אױפֿן באָרד װעט איר מאַכן אַן אשר בחר בנו. סקומן באַלד צװײ תעניתים װעט מען דעמאָלסט אָפּברענען די קאַלאָריען, דערװײַל איז אָבער בשעת חדוותא חדוותא. אױך אַז תיקון ליל שבועות קומט אײַך אָן צו שװער קענט איר מאַכן אַ תיקון פֿונעם תיקון. דער ערשטער בלאַט אונעם לעצטן בלאַט, בײַ די תרי"ג מצוות די ערשטע מצווה און די לעצטע מצווה און געבן אַ קוש לשנה הבאה בירושלים.
פֿאַר איך גײ האָב איך אַן עצה טובה קא משמע לן. טאָמער שטעלט אײַך אָפּ אַ גױ און הײבט אָן מיט תמהין ושיילן ליה 'מנן ומאן הוא רחימך... ארום בגיניה ספֿית מדור אריותא?' זאָלט איר אים נישט ענטפֿערן װי דער בעל אקדמות אַז ס'װאַרט אונדז אָפּ תכתקי דהב פּיזא מיט זיבן שטיגן װאָס אױף זײ װעט מען טרונקן חמר מרת דמבראשית, און אַז דערנאָך װעט מען שפּאַצירן מיטן שכינה אין אַ טענצל װי מיט יונגע מױדן. הײַנטיקע גויים און אױך ייִדן װערן פֿאַר דעם נישט נתפּעל. פֿאַר אַפּאָר צױזענט דאַלער קען מען דאָס האָבן אױף אַ טראָפּישן אינזל און דאָרט איז נישט װי אין גן־עדן װוּ מען האָט צדיקים װאָס נוצן נישט אַנטי־שװיץ ספּרײ פֿאַר שכינים. און אפֿילו די ייִדן װאָס װערן יאָ נתפּעל קענען נישט אַזױ לאַנג װאַרטן אױף אַ פּשעטל צי אַז מען װיל עסן שור הבר נאָך אַ שטיקל לויתן צי מען דאַרף זיך אױסשװענקן דאָס מױל מיט ליקר שקדים. נײן, כאַפּט דעם גױ אָן בײַ די אַרבל און שלעפּט אים אַהײם און װײַזט אים אײַער געלײגטן קידוש טיש װעט ער שױן זען מה זה ועל מה זה. ער װעט שױן דעמאָלסט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס עליונים ששו ותחתונים עלזו...
האָטס מיר אַלע אַ גוטן יום־טוב.
נ"ב איר װעט אפֿשר געדענקן אַז איך האָב געדאַװענט אַ מוסף אין האָב געבעטן אַז אױב ס'קומט נישט אָן זאָל מען עס צוריק שוקן צום 'סענדער'. הײַנט האָב איך באַקומן אַ פּתקא מן שמיא 'װער איז דאָס ר׳ סנדר?' תשובות ביטע אױף אַ פּאָסטקאַרטל. עיקר שכחתי׃ נישט פֿאַרגעסן עירוב תבשילין.
| |
|