לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    יוני 2003    >>
אבגדהוש
1234567
891011121314
15161718192021
22232425262728
2930     

6/2003

תפֿילת הדרך


שױן װידער באַגראָבט מען טױטע אינעם הײליק לאַנד. די מרגלים האָבן געזאָגט ארץ אוכלת יושביה האָט מען די ייִדן נישט אַרײַנגעלאָזט אינעם לאַנד און זײ האָבן זיך געװאַלגערט אין דער מדבר פֿערציק יאָר. דער אָפֿיציעלע ליניע איז אַז דאָס איז געװען דערפֿאַר װײַל זײ האָבן אױסגעטראַכט בלבולים אױף ארץ ישראל. אפֿשר איז עס אָבער גאָר געװען װײַל זײ האָבן דערצײלט דעם אמת? זײ װאָלט געדאַרפֿט װוּסן פֿונעם גאָלדענעם כּלל אַז אמת קנה ואל תמכור, אמת טאָר מען נישט װײַטער פֿאַרקױפֿן. און װער שטײט בעסער? די מרגלים אַז מען האָט זײ אױסגעשלאָסן אָדער די הײַנטיקע ייִדן אַז מען האָט זײ אײַנגעשלאָסן?
 
דאָס איז אַלעס שװאַרצע יומאָר. די שאלה איז װוּ גײט מען פֿון דאָ? בוש האָט אַהערגעשטעלט אַ װעגן מאַפּע פֿאַר די פּאַרטײַען זיך צו פֿאַרגלײַכן און לעבן אין אײנעם. אַז נישט בשלום כאָטש נישט אײנער בײַם צװײטענס גאָרגל. יש מרבותינו דורשין אותו לגנאי און זאָגן ס'איז אַן עסק בוש, אַנדרע דרשנען לשבח און זאָגן למה אתה בוש לכך נבחרת. איך הער די מערדערישע רײד פֿון עקסטרעמיסטן פֿון בײדע צדדים, איך זע די אַקציעס פֿון בײדע צדדים און איך גלײב אַז ס'איז דאָ אַ בעסערער דרך. אײַ מען האָט שױן פּראָבירט און די פּאַלעסטינער האַלטן אין אײן קאַליע מאַכן, אמת, אָבער כל הדרכים בחזקת סכנה הם און השטן מקטרג בשעת הסכנה. אַמאָל איז דער שטן חאַמאַס און אַמאָל איז ער יגאל עמיר. און דער אומאײַנגענעמענער אמת איז אַז ער קען אױך זײַן אריאל שרון.
 
אײדער איר שרײַבט מיט אַ ויצעקו אַז אין מדמין מילתא למילתא, חאַמאַס צילט אומשולדיקע ציװילן מה שאין כן שרון װאָס צום ערגסטענץ ריזיקירט ער ציװילישע לעבנס, און אַז שרון האָט אַ רעכט, נײן, אַ פֿליכט, צו שוצן אױף דער פֿאָלק װאָס האָט אים דערװעלט. ידעתי בני ידעתי, איך קען די אַלע טענות בעל פּה ישר והפֿוך. איך הער אױך דעם ראַדיאָ און איך לײן אױך צײַטונגן און ס'גרױלט מיר אױך װען איך הער רעדן פֿון חאַמאַסס רציחות און צהלס אָפּעראַציעס בנשימה אחת. דאָס בין איך אָבער נישט אױסן. דער פּרוּװ צו אַסאַסינירן ראַנטיסי איז געװען אַ װילדער טיפּשותדיקער אַקט װאָס איר דורכפֿירונג האָט געקענט האָבן בלױז אײן תוצאה פֿון אױסציען דעם קאָנפֿליקט נאָך לענגער.
 
פֿאַר די װאָס טענהן אַז די זעלבסטמאָרד באָמבע האָט מען שױן געהאַט פּלאַנירט אַסאַך פֿריער, איז תשובתם בצדם׃ די רציחה פֿון ראַנטיסי װאָלט אױך נישט אָפּגעהאַלטן דער באָמבע. ראַנטיסי איז טאַקע אַ רוצח מיט פֿיל בלוט אױף זײַנע הענט און איז אַ בר מוות. שרון װאָלט אָבער געמעגט געדענקן דער ישראלישע סלאָגאַן פֿאַר זיכערהײט אױף די װעגן׃ בכביש תהיה חכם ולא צודק.
נכתב על ידי , 12/6/2003 21:34  
10 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)