ס'האָט עמעצער מעורר געװען אַז חודש אלול פּאַסט נישט צו שרײַבן װעגן דברים שבינו לבינה. זײ פֿאַרגעסן אַז אלול מאַכט אני לדודי ודודי לי. אפֿילו אַז זײ זענען יאָ גערעכט מיז איך מיך מודה ומתוודה זײַן אַז הײַ יאָר מײנט בײַ מיר חודש אלול לײדער נישט אַסאַך. ס'טוט מיר אױך נישט װײ כאָטש אַז איך שרײַב און איך טראַכט דערפֿון מיז זײַן אַז ערגעץ װוּ קיצעלט עס. דעם ערשטן טאָג פֿונעם חודש האָט איך געזאָגט צען קאַפּטילעך תהילים און אינזינען געהאַט אַז אַזױ פֿיל װעל איך טון לכּבוד אלול אָבער צום באַדױערן האַלט איך נאָך בײַ קאַפּיטל י"א.
איך האָב לעצטענס געשריבן לאַנגע מגילות און דערװײַל זאַמעלן זיך אָן פֿילע אָבזערװירונגן און מערקונגן װאָס װאַרטן אַ תיקון. ממילא װעלן מיר אַביסל פּריװן מקצר צו זײַן און זען צי עס װערט נתקבל ברצון.
פֿאַר איך גײ נאַט אײַך אַ װאָרט װאָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן װען איך האָב געלײענט דער הערה פֿון בר־פּחתי אױף די שס"ה גידים בײַ אַ פֿרױ. דער פּסוק זאָגט ימים יצרו ולא אחד בהם. דער כּתיב איז ולא אָבער לײענען לײענט מען עס ולו. ס'איז באַװוּסט דערױף דער װאָרט אַז דער יצר הרע האָט נישט אַ שליטה אױף אײן טאָג אין יאָר - יום כּיפּור. ולי הקטן נראה בדרך צחות אַז ימים יצרו איז אַ רמז צו בריאת האדם װי דער פּסוק זאָגט ויצר ה' אלקים את האדם, און אױך װי מיר זאָגן אשר יצר את האדם בחכמה. און ימים יצרו מײנט אַז ער האָט באַשאַפֿן אין דעם מענטש גידים, כּלומר אַזױ פֿיל אָדערן װיפֿיל טעג עס זענען דאָ אין דער יאָר, און דאָס איז שס"ה. און דער פּסוק איז מרמז אין כּתיב ולא אחד מהם אַז אײן אָדער פֿעלט כּלומר אַ פֿרױ האָט נאָר שס"ד אָדערן. װײַטער דער קרי איז ולו -הײסט לו ולא לה- ולו אחד מהם 'ער' האָט יאָ דעם אײן אָדער װאָס פֿעלט בײַ איר. ושפֿתיים ישק.