קטלא קניאאַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער |
כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
יוני 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | | | |
| 6/2003
לא תבערו אש... אַ מחלוקת האָט אױסגעבראָכן אױפֿן נעץ. די יודעי דבר זאָגן אַז זײַטן קליװער גט און דער װיליאַמסבורגער עירוב האָט נאָך אין כלל ישראל נישט געברענט אַזאַ אש המחלוקת. ועל מה יצא הקצף? אַז איר װעט אײַך מטריח זײַן געבן אַ בליק אױפֿן לינקן זײַט װעט איר זען אַז אונטער דאָס קעפּל וכל המינים זיצן דאָרט חסידיק רעבעל און יושב על הגדר. די זענען די צװײ צדדים פֿונעם ויכוח. די מעשה האָט זיך אָנגעהױבן װען ר' חסידיק האָט געבעטן אױף זײַן בלאָג אַז ייִדן װאָס זענען מיקל און באַנוצן זיך מיט אַ קאָמפּיוטער אױף שבת זאָלן אַזױ גוט זײַן און מיקל זײַן אױף אַן אַנדרן פּלאַץ און מען זאָל נישט ריאַגירן צו זײַנע בלאָגס אױף שבת קודש. ויהי כשמוע ר' יושב את שמע חסידיק איז ער דער ערשטער זאַך אַראָפּ געשפּרונגן פֿון זײַן פּלױט. משנה מקום משנה מזל און ס'האָט זיך אין אים אָנגעצונדן דער אש פֿון קנאות. ער האָט אַוודאי געדרשנט דעם פּסוק פֿון לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת דווקא מושבותיכם ולא מושב אחריני, און ממילא אַז ער איז אַראָפּ פֿון זײַן הײם אױפֿן פּלױט מעג ער שױן ברענען איבערן שבת. ר' יושב האָט באַשולדיקט ר' חסידיק אַז ער איז לקוי אינעם האַרבן עבירה פֿון אײַנטײלן פֿאַר אַנדרע װיאַזױ זיך צו פֿירן. לשיטת ר' יושב איז דאָס גאָר די האַרבסטע עבירה װאָס מען קען נאָר באַשולדיקן אונז פֿרומאַקעס. ר' חסידיק האָט אים צוריק געזאָגט אַז ורמינהוס קען מען טרעפֿן בײַ אים אױך איז ממילא קשוט עצמך תחילה. בקיצור ותיהום כל העיר. בײַ ר' קטלא אין שטיב ערװאַרט מען אַז די צמאים לדבר ה' װעלן באַלד זיך װענדן צום רבין זאָל זײַן געזונט איבער זײַן דעת תורה. חסידים מײנען אַז נאָר זײ מעגן קרעכצן אַז הײַנטיקע רביס זענען נישט װאָס אַמאָל. רביס באַקלאָגן זיך די זעלבע אױף די חסידים. אַמאָל האָבן חסידים אַלײן פֿאַרשטאַנען אַן עסק אַז פֿאַר אַ רבי געבט מען פֿדיונות און מען אַנטלױפֿט צו אים אױף יום־טוב װען די קינדער זענען אין דער הײם און די בני בית פֿאַרלירט איר קאָפּ. אױך האָבן זײ געװוּסט אַז ס'איז דאָ אײן באַשעפֿער און אײן רבי, און אַ קעלבעל װאָס זײגט פֿון צװײ קיען װערט קרעציק. הײַנטיקע חסידים אָבער לױפֿן צו אַ ליטװישן פּוסק פֿֿאַר זײערע הלכה שאלות, צו מקובלים פֿאַר זײערע רפֿואות, ישועות און נחמות און דעם רבין לאָזן זײ איבער אױף מחלוקהלעך, װאָס מען רופֿט דעת תורה בלשון סגי־נהור. יאָ, און אױף שידוכים אױך װײַל ס'פֿאַרשטײט זיך אַלײן אַז בײַ אַ ליטװישן גדול קען מען נישט באַקומן אַ שניר װאָס גײט סימס אין די שטרימפּ, און קל וחומר נישט בײַ אַ ספֿרדישע מקובל װאָס זײ זענען אסורים לבא בקהל חסידים. איך מיז צולײגן אַז חסידים זענען אין דעם נישט די אײנציקסטע. רש"י זעט אױס האָט אױך געהאַלטן אַז פֿאַר משה רבינו פּאַסט נישט אַ טונקעלע פֿרױ, און דערפֿאַר האָט רש"י געטײַטשט על אודות האשה הכושית אַז זי איז געװען שײן װי אַ כושית. ר' קטלא לײגט אָבער אַרײַן יעדער האַנט אינעם אַרבעל פֿונעם צװײטן האַנט און שמײכעלט, 'װאָס האַלט איך? װער בין איך דען? איך מײַן איר װײַסט דאָך אַז איך מיש מיך נישט. איך האָב ליב צי זאַן נוטראַל. אמת, איך האָב מיך צוריבן מיטן מישקאָלצער, צוהאַרגעט מיטן גרױסװאַרדײַנער, צושניטן מיטן סעמפּיעטער, צוקראַצט מיטן ראַװע רוסקער אָבער יעדער כלל מוז דאָך האָבן אַ יוצא מן הכלל און אַלגעמײַן בין איך נוטראַל.' די פּראָסטע חסידים גײן אַרױס מיט התפּעלות אױפֿן עניוות פֿונעם רבין און ממש מען האָט אַזאַ רודף שלום נאָך נישט געזען זײַט אהרן הכהן האָט באַרעדט משה רבינון װעגן דער אױבן־דערמאַנטע אשה כושית. די שטוב מענטשן, די יושבים ראשונה במלכות װילן אָבער הערן װאָס דער רבי האַלט טאַקע. זײ מיטשערן און בעטן זיך ילמדנו רבינו מיט װעמן האַלט דער רבי. בלית ברירה, ממש מעשה שטן רעדט ר' קטלא אינעם באָרד אַרײַן 'איר װײַסט דאָך אַלײַן װי נזהר איך בין אין אש המחלוקת און דאָס איז חוץ דעם טעם הכמוס װאָס איך האָב אױף נישט זיך צו מישן. ממילא בעט איך אַך ברחמים און איך באַשװער אַך בשמתא וארור אַז װאָס מען רעט דאָ גײַט נישט װאַטער װאַל דאָס איז ממש װאָס אין מגלין אלא לצנועים.
'מיר פֿירן זיך אַז שאַפּײַסצינאַכטס אַז דער ליבער שבת קודש גײַט, אַנשטאָט רײַכערן אַ לילקע מעשה בעל שם גײַן מיר אַראַן אין אינזערע קדשי קדשים, װי מען דאַרף אַראַן לײַגן דעם שם ע"ב פֿאַר מען קימט אַהין אָן. מיר װילן מיר זײן װיפֿיל ייִדן מיר האָבן מקרב געװײן לאביהם שבשמים אינעם לעצטן מעת לעת. מיר טרעפֿן אַז כאָטש יעדען טאָג קימן צי גײַן צענדליקע מנינים, אױף שבת קודש קומן אָן אױסנאַם אַ קנאַפּע צװײַ מנינים. מיר הײַבן אָף אינזערע אױגן לשמים װי ר' לוי יצחק װאָלט געטין אין מיר זאָגן פֿאַרן באַשעפֿער 'געב די אױך אַ קיק. האָסט אינז געגעבן אַן עולם הנעץ װאָס איז הפֿקר װי דער װילדער מערב אין פֿין דעסט װעגן טיט דאַן הײַליק פֿאָלק דאַן װילן.' עכלה"ק
לגופֿו של ענין אָבער פֿאַרשטײ איך טאַקע נישט װאָס האָט אַזױ פֿאַרדראָסן ר' יושבן. אַז אױף אַ נאַטוריסטישע ריזאָרט מעג מען בעטן באַזוכערס זאָלן מוחל זײַן און אױסטון די קלײדער, זאָל מען נישט טאָרן בעטן נעץ באַזוכערס זאָלן זיך אײַנהאַלטן און װאַרטן בכדי שיעשה, בתמיה? און איז דאָס טאַקע דער ערגסטער זינד מיט װאָס מען קען באַשולדיקן פֿרומע? איך קען טראַכטן פֿון פֿיל ערעגערע. אָן װעלן מקטרג זײַן מײן איך אַז װערן אױפֿגעװעקט אױף אַ פֿליגער משלים צו זײַן אַ מנין אױף מנחה איז זיכער פֿיל ערגער, און װער רעדט נאָך פֿון די גאָר גרױסע צדיקים װאָס װאַשן זיך נעגל װאַסער אױף זײערע פּלאַץ אױפֿן פֿליגער אַז זײ זאָלן חלילה נישט עובר זײַן אױפֿן מגן אברהםס קאַפּיטאַלע זינד פֿון גײן ד׳ אַמות אָן נטילת ידים. ס׳יז דאָך פּיקוח נפֿש. ס׳יז אמת אַז מיר האָבן ליב בודק זײַן בײַ יענעם די ציצית און מיר ראָטן אין אונזער פֿאָטער אין הימעל אַז װען מיר װילן אײנעם מזכה זײַן טראָגן מיר אים אָן מצוות. פֿאַרדעם אַז מען געבט אַ ייִד אַ פּרוטה לצדקה זאָגט ער אײַך נישט אַ דאַנק נאָר תזכה למצוות. חסידיק האָט אָבער נישט געװאָרפֿן שטײנער אױף פֿאַרבײַ־גײערס און אפֿילו נישט אָפּגעשלאָסן זײַן גאַס. אױך האָט ער נישט געברענגט צו שלעפּן אמנון יצחק פֿאַר אַן אורח הכבוד. סך הכל האָט ער געבעטן אַז אין זײַן װירטואַלן רשות היחיד זאָל מען אים צוליב טון. אױף דעם האָבן מיר אַ כלל אַז כל מה שאומר לך בעל הבית עשה, איז מאי קול רעש?
אַז מען רעדט שױן װעגן די אשה כושית, האָב איך אַ דבר תורה אױפֿן װאָכעדיקע סדרה. אלדד און מידד האָבן נביאות געזאָגט, עפּעס אַ נאַר האָט זײ פֿאַרמאַסערט צו משהן, יהושע האָט געזאָגט 'אַלעדיק זײ' און משה האָט געזאָגט פֿאַר יהושען 'ר ייִד ליװ איט טאָ מי'. רש"י זאָגט אײן פּשט אױף 'כלאם', לײג אױף זײ אַרױף צרכי ציבור און זײ װעלן שױן װערן אַלעדיקט פֿון זיך אַלײן. פֿרעגט זיך דער קשיא אַז מען לײגט אַרױף אױף מענטשן צרכי ציבור װערן זײ דען אַלעדיקט? פֿאַרקערט, ס'איז מעשים בכל יום אַז זײ װערן מיליאָנערן װײַל זײ קענען נאַשן פֿון אַ קאַסע ואין פּוצה פּה. און אַז אײנער פֿרעגט װאָס דאָרט טוט זיך זאָגט מען אים 'די װײַסט װאָס פֿאַר אַ מסירת נפֿש דאָס איז? גײַ זאַ די דער מנהל/גזבר/קאָך לעפֿל/לאַנגע נאָז װעסט די שױן זען װיפֿיל געלט מען מאַכט.' איז שװער װאָס האָט דאָ רש"י געמײנט?
נאָר מען קען אפֿשר זאָגן בדרך אפֿשר אַז אפֿשר איז דער פּשט אַז אין דעם רש"י ליגט דער סוד פֿונעם חקת־בלק געשעפֿט װאָס שטעקט צװישן די גדולים און די עסקנים. די גדולים דאַרפֿן װיכטיג האָבן די עסקנים װײַל אם אין קמח אין תורה און װײַל זײ דאַרפֿן שליחים לדבר עבירה. פֿאַרדעם לאָזן זײ די מאַכערס און די קנאַקערס באַרױבן כלל ישראל װײַל עת לעשות לה' הפֿרו תורתיך. װײַטער די עסקנים אָן די גדולים זענען װי הינט אָן אַ דאָרף. נאָר דער גדול/רב/רבי קען זײ געבן דער גושפּנקא װאָס זײ דאַרפֿן האָבן זיך מתנשא צו זײַן על קהל ה'. מאַכט זיך אָבער אַמאָל אַז בײַ די שײנע ייִדן הײבט זיך אָן צו דאַכטן אַז זײ זענען גאָר דער רבי און דער רבי איז אַ פֿערד װאָס מען קען אים אַרױס ברענגן אין אַן עת צרה צו קלאַפּן אַ מזוזה אָדער אױף צונדן חנוכה ליכט. דער רעשט קען דער גבאי צי דער ראש הקהל טון על דעת עצמו, און אַז עס פֿעלט אױס קען ער אַפֿילו נביאות זאָגן.
אָט אַזױ זענען געװען אלדד ומידד. זײ האָבן אָנגעהױבן אײַנצוטײלן װער ס'װעט זײַן רבי נאָך משהס הונדערט און צװאָנציק. יהושע איז געװען פֿון די גרױסע חסידים און האָט געמײנט אַז דער רבי שװעבט טאַקע אין די הימלען און מיט אים װעט מען אַקעגן גײן משיח צדקנו. ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען דער דינאַמיק אין די באַציאונגן און האָט באַלד געשריגן 'שײגעץ אַרױס', 'כלאם'. משה איז אָבער געװען קליגער און ער האָט געװוּסט אַז דער תיקון ליגט אין זײ געבן אַביסל מער צרכי ציבור. זײ זאָלן קענען נעמן אַביסל העכערע פּראָצענטן, אױסשליסן נאָך אַ פּאָר מײדלעך פֿון אַ סעמינאַר, פּראַװן אַ רשעות דאָ און אַן אַכזריות דאָרט און אַזױ װעלן זײ װײניגער זאָגן נביאות. אָבער זײ פֿאַרלענדן? חלילה, אַז די געגענערס האָבן דתן ואבירםס מוזן די גדולים האָבן אלדד ומידדס. און לאָז זײַן אַז זײ זענען דער כח אונטערן שטיל, אָבער װי פּרעה האָט געזאָגט פֿאַר יוסףן רק הכסא אגדל ממך. כל זמן די עוסקי בצרכי ציבור באמונה געדענקן אַז זײ זענען בלױז משנה למלךס, װעט קײנער נישט קענען הײבן אַ האַנט צי אַ פֿיס אָן זײ, זײ װעלן זיצן על סיר הבשר און די הונגער יאָרן װעלן אָנגײן לעולם ועד.
| |
|