כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
אוקטובר 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | 31 | |
| 10/2003
ויהי ערב ויהי בוקר אײן יאָר
ס'איז אַ יאָר פֿונעם ערשטן בלאָג װען דרך כּוכב מיעקב און מיר פֿײַערן ברוך שהחיינו וקימנו והיגיענו לזמן הזה. ב' מרחשון: זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. װער װאָלט געגלײבט פֿאַר אַ יאָר צוריק אַז אױף אַ פּלאַץ פֿון װיסטענישט װי דער נעץ קען מען אױפֿמאַכן אַ צענטער פֿון אהבת ה' ויראת ה'. מורי ורבותי אבן מאסו הבונים היתה לראש פּינה. בונים דאָס זענען די תלמידי חכמים װאָס אױף זײ שטײט אל תקרי בניך אלא בוניך. דער נעץ איז אַ שטײנדעל װאָס די תלמידי חכמים האָבן זיך פֿון איר פֿאַרמיסט און עס געאסרט מיט ק"ן טעמים און דווקא דאָרט היתה לראש פּינה פֿון כּמעט צװאָנציק טױזענט שכר הליכות. אַצינד אין דער נוסח פֿון אַן אינטעריװ אינעם סטיל פֿון חרדישע צײַטונגן (ואתכם הסליחה אױף מײַן בדיעבדיקן העברעיש.) ה׃ ואיך הגעת להצלחה כּזו שאפֿילו עתונאים בכירים וחילונים ותיקים אינם מאמינים על הישגים כּאלו? ק"ק׃ זה בכלל לא תלוי בי. אני ממש לא עושה כּלום. זה הכּל בידי שמים ובידי גדולי התורה שכּנגדם אני כּהקליפּה של השום ובדיעבד כּהשאור של העיסה. אני זוכר כּשהרב... שברוב ענותנותו הפֿציר בי לא לגלות את שמו, כּשהוא בקש ממני להקים מקום ליהדות על הרשת אמרתי לו 'רבי, אני פּשוט לא מסוגל למשימה כּזו ואיך אני יכול להפֿקיר את נשמתי לשוטט על הרשת.' הוא לא הגיב ורק לחץ את ידי והבנתי שאין לי מה לעשות חוץ מלשמוע לדברי חכמים. וכּמו שאמרתי זה פּשוט סייעתא דשמיא. און יעצט אין דער נוסח פֿון מאורות דף היומי. מכתב הגיעה למערכת עם סיפּור מעניין ומרתק ומשגע שאפֿילו בהמערכת לא היינו יכולים להאמין למראה עינינו. נהג מונית שכּבר שנים לא גלש על הרשת ולפּתע פּתאום בלילה אחד בא לו אביו שנסתלק לפֿני חמש עשרה שנה בחלום ואמר לו 'הנה הכּתובת של קטלא קניא. תבקר אצלו.' חברינו כּותב שמעולם לא האמין בחלומות אבל..... שױן ס'נעמט מיר צו לאַנג. אײדער איך גײ דאַרף מען אױך אַ באַשרײַבונג אױפֿן נוסח פֿון די פֿילע ענגלישע אױסגאַבעס.
Berl Schwartz, or Bertie as he was in those days, lived in Minnesota. Never had he surfed the web. He passed an internet cafe five times a day but never did it occur to him that that is where he really belonged. To be sure, he always felt a vacuum in his life but never did he think he may be able to fill that vacuum in an internet cafe. He would always see the people going in and out of the cafes with a fervor. Now he can admit the jealousy that he felt in those days, something he wasn't even aware of back then, not that he would have admitted it.
It was on a dark winter night when Berl made the move that was to transform his life. Sitting with him in his living room adorned with portraits of Reb Moishe and the Chazon Ish he smiles under the wide brim of his hat. 'It is impossible for me to think that this could have been anything other than divine providence. I've known urges in my life but what I felt that night was mamesh out of this world.' Reb Berl, whose humility has become a shem dovor must be prodded to speak of the evening that changed his life. Listening to Reb Berl one can't help thinking how would we would have behaved with such urges....
איך האָב צו דעם אױך נישט קײן כּוח. איך מײן אַז נאָך פֿאַרזיכן מיט העברעיש און ענגליש בלײַב איך מיטן ייִדיש.
פֿאַר מײַנע לײענערס האָב איך אָבער אַ בקשה. אַז איר װילט מיר אָפּשיקן מזל טוב אדרבה ואדרבה. אָבער אַז איר װילט מיר מהנה זײַן שרײַבט אָפּ עפּעס װעגן דעם בלאָג אָבער אין דער נוסח פֿון אַ פֿרומע צײַטונג, אַ דרשה, אַ מוסר שמועס, אַ קול קורא אַזױ װי איך האָב דאָ פֿאַרזיכט און שיקט עס מיר אָפּ אױף מײַן פּריװאַטן אַדרעס. איך װעל זײ מערטשעם צאַמשטעלן און אַרױסגעבן לכּבוד המאורע.
*************************************
איך קען נישט פֿײַערען דער ערשטער יאָר אָן מאַכן אַ חשבון הנפֿש און אָן צו דערמאַנען דער שטענדיקער פּחד פֿון װערן אַנטפּלעקט. אַז אַ ייִד װיל מקיים זײַן אשרי אדם מפֿחד תמיד זאָל ער שרײַבן אַ בלאָג. ס'איז בדוק ומנוסה. אַז איר גלײבט מיר נישט פֿרעגט חסידיק רעבעל און יושב על הגדר, צװײ װאָס פֿלעגן שרײַבן און האָבן עס אױפֿגעגעבן. ס'פֿאַרלאַנגט זיך אַן עקסטרע בלאָג צו באַשרײַבן די פּחדים און די געפֿילן פֿון שילד בלױז פֿונעם שרײַבן אַלײן. און אױך זאָגן אַ הספּד אױף יושב על הגדר װאָס האָט פֿֿאָרמעל אױפֿגעהאָנגן זײַן פּענע און פֿאַרברענט זײַנע כּתבים. שאלי שרופֿה באש!
אין מערבין שמחה בשמחה און יעצט איז עת שיכּרות הוא לנו. דער צײַט איז יעצט אױך שמאָל ועוד חזון למועד, איז טרינקט פֿאַר מיר אַ גלעזעל לחייִם און טוט תפֿלה אַז כּן יגיענו למועדים ולרגלים אחרים שמחים בבלאָגס וששים בהיטס ונאכל שם מן המנויים ומן המגיבים אשר יגיע דבריהם על קיר דף הבית לרצון ונאמר אמן.
| |
ראשי חדשים לעמך נתת
שמחת תורה איז קױם פֿאַריבער און שױן ברעך איך מײַנע אונטערנעמונגן און שרײַב װײניק. און די רעזולוציעס פֿון גמרא און נ"ך? אױף זײ פֿרעגט גאָרנישט. סוכּות און שמחת תורה זענען נישט שלעכט אַריבער. מען איז אַרײַן אין דער סוכּה װי יענער צדיק האָט געזאָגט 'מיט די שטיװל', כאָטש איך באַגעניג זיך מיט פּראָסע שיך, מען האָט געשמיסן הושענות, מען האָט זיך געפֿרײט מיטן ספֿר תורה און מיט די שװיגערס כאָלעפּטטשעס און װער רעדט נאָך פֿון די קינצן פֿון צאַמקניפּן טליתים און אַנדרע שטיקלעך. אין אמתן האָט זיך איבער די צװײטע טעג יום־טוב געשפּירט אַזאַ עירוב פּרשיות. פֿון אײן זײַט קען מען אָפּאָטעמן אַז דאָס לעבן גײט צוריק צום שטײגער און אױס לױפֿן און קױפֿן, אָבער פֿון דער אַנדרע זײַט שפּירט זיך עס װי מען האָט אונז געהאַלטן דער האַנט די לעצטע דרײַ װאָכן און מיט אַמאָל געבט מען עס אַ לאָז אָפּ. אױף צוריק שטײן דער װאַרעמקײט פֿון ובכן תן פּחדך און זכור שנים עשר שבטים און פֿון פֿאָרױס זעט מען שױן דער לאַנגער קאַלטער פֿֿינצטערער װינטער. ס'שפּירט זיך װי יונה װען מען האָט אים אַרױסגעשלײדערט פֿֿון דער שיף און מען װײסט נישט צי ס'װעט זײַן אַ פֿיש װאָס װעט אונז האַלטן װאַרעם אין אירע געדערעם. **************** די קינדער זענען צוריק אין חדר אַרײַן. אַסאַך זענען אַרױף אין זײערע נײַע כּיתות נאָך די ימים־טובים. מײַן װײַבס אַ חברטע האָט איר דערצײלט אַז איר זין האָט געזאָגט אַז ער האָט עס ליב װען מען גײט אַרױף אַ נײַע כּיתה װײַל דער רבי שלאָגט נישט אין די ערשטע פּאָר טעג. איך װוּנדער מיך צי דאָס איז װײַל די קינדער באַנעמן זיך בעסער מיט אַ פֿרישע רבי אָדער װײַל דער רבי שעמט זיך פֿאַר די נײַע קינדער. ******** הײַנט אינדערפֿרי גריס איך אַ יונגערמאַן 'אַ גוט חודש', שמײכלט ער צו מיר צי איך װײס נאָך פֿון ראש־חודש צו זאָגן. איך װאָלט מיך געקענט באַלײדיקן אױף זײַן שטאָלצקײט. ס'איז מיר אָבער אױך געקומן צו שמײכלן און איך האָב אים פֿאַרגינט זײַנע צװײ מינוט הנאה. ער גײט אַרום מיט זײַנע געפֿילן פֿון אתה בחרתנו און ער קען זיך נעבעך מיט קײנעם נישט טײלן. אַז ער זאָגט עס שטיל צו זיך בײַ דער שטילער שמונה־עשרה הערט עס דאָך קײנער נישט חוץ פֿון דער באַשעפֿער און ער װײסט סײַװי װײַל ער האָט אַלײן געקליבן. װײַטער אַז ער װעט עס זאָגן פֿאַר זײַנע פֿרײַנט װאָס װעט ער דערפֿון האָבן? זײ זענען דערצו די זעלבע מיוחסים װי אים װײַל כּל העדה כּלם קדושים און ממילא מדוע תתנשאו, װאָס האָט ער זיך צו רימען איבער זײ? זאָל ער עס גײן זאָגן פֿאַר אַ גױ? װי קומט אים אױס צו שמועסן מיט אַ גױ? און װאָס זאָל ער גײן מאַכן אַ חילול השם? נישט גענוג אַז ס'איז אמת איז דען אַ מצווה זײ אַרױסצונעמן די אױגן? העלפֿט אים גאָט און שיקט אים אונטער אַ ייִד װי איך. רימען קען ער זיך װײַל ער איז אַ ייִד כּדבעי און איך בין פֿון די מעלין ולא מורידין. אַ חילול השם מאַכט ער אױך נישט װײַל הלעיטהו לרשע וימות און זאָלן מײַנע אױגן אַרױספֿאַלן צו זען װי תרוממנה קרנות צדיק. און ס'איז נאָך אַ װערטעל. איך לאַך, ער לאַכט, איז װאָס קען זײַן בעסער? **************** בײַם דאַװענען איז געלעגן אַ טאַץ אױפֿן טיש מיט די איבערגעבליבענע שיריים פֿֿון דער שבת בראשיתדיקן קידוש. ס'שײן געװען צוצוקוקן װי דער עולם האָט זיך צוגעזעצט עפּעס טועם זײַן נאָכן דאַװענען. אײן קרעמעל האָט זיך אין זײערע שמועס אָנגעװאַרעמט בײַם פֿײַער פֿון אַן אַלטן מחלוקת צװישן זײערע און אַנדרע חסידים. פֿון דערצײלן היסטאָריע איז מען פֿאַרפֿאָרן צום הײַנטיקן און דער עולם האָט הנאה געהאַט צו הערן אַז נאָך הײַנט זענען דאָ פֿון יענע חסידים װאָס דערװײַטערן זיך פֿון זײ װעגן דער אַלטער מחלוקת. װער װײסט דען אַזױ גוט װי זײ אַז אַלעס שטאַמט פֿון קנאה װײַל אין כּרבינו אין כּמלכּינו אין כּמושיענו? דערנאָך שאָקעלט זיך אַ יונגערמאַן איבערן טאַץ טאָרט, מאַכט אַן על המחיה און זײַן באָרד גײט שיער נישט אַרײַן אין די ברעקלעך. אַ צװײטער יונגערמאַן זעצט זיך צו און שאָקעלט זיך בײַם קײַען דער לעקעך און װיבאַלד ער האָט אַן אױסגעפֿליקטן באָרד מיז ער נישט אין זינען האָבן אַז זײַן באָרד זאָל נישט נאַס װערן פֿון זײַן הײסע טעפּל קאַװע. דערנאָך קומט נאָך אַ יונגערמאַן, מאַכט אַ מזונות און ברעכט אַראָפּ אַ האַלבע שטיקל טאָרט װײַל בײַ חסידים איז עס נישט דרך ארץ אַרײַן צו בײַסן. ס'איז אַ גוטע פֿײַכטער טאָרט און ס'לאָזט זיך קװעטשן. ער גיט טאַקע אַ קװעטש און שאַרט צאַם אַלע קרישקעלעך ארום דער ראַם פֿונעם טאַץ און קװעטשט זײ אַלע צוזאַמן און געט עס אַ לײג אַרײַן אין מױל . ס'איז ממש לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו. ********************** אַ יוגערמאַן זיצט מיט די טלית און תפֿילין און קלאָצט אַרױף אױפֿן דאַך. ער האָט מיך דערמאַנט פֿון מענטשן װאָס זיצן אין אַ שענק און קוקן אַרײַן אין זײערע גלעזל. װאָס טיפֿער ס'װערט אַלץ פֿילט מען עס װידער אָן און מען טרינקט נאָך אַביסל כּדי נישט צו זען דער תהום. דער ייִנגער מאַן קוקט אַרױף צו זאָגן וכולם עושים באימה וביראה און דער הימל זעט אױס אַלץ העכער און ס'לאָזט זיך לײַכטער זאָגן והאופֿנים וחיות הקודש... ******************* איך קוק אױף מײַנע נעגל און זײ זענען צו לאַנג װײַל איך האָב זײ פֿאַרגעסן צו שנײַדן ערב שבת. שבת חזון װעל איך זײ שױן נישט טאָרן שנײַדן און דערװײַל מיז איך זײ פֿאַרלײַדן נאָך אַפּאָר טעג װײַל ס'איז ראש חודש. צי מען קלאָגט צי מען פֿײַערט, עפּעס מיז זײַן אסור. ******************* שפּעטער בין איך דורך געפֿאָרן אַ קלױסטער װוּ דער טיר איז געװען אָפֿען און איך האָב אַרײַנגעקוקט. פֿאַרװאָס נישט? מען האָט נישט געהאַלטן בײַ ברכת כּוהנים. דער עולם איז געשטאַנען בײַ די פּלעצער און זיך נישט געשאָקעלט. כאָטש איך בין געװען אַ געדאַװענעטע האָב איך פּראָבירט אױסצורעכענען װוּ זײ האַלטן. ס'האָט נישט געקענט זײַ פּסוקי דזמרה אָדער קריאת שמע װײַל דער עולם איז געשטאַנען. די שטילע שמונה־עשרה האָט עס אױך נישט געקענט זײַן װײַל קײנער האָט זיך נישט געשאָקעלט. מיר האָט עס אױסגעזען װי מען האַלט בײַ כּכּתוב על יד נביאיך וקרא זה אל זה װען מען גלײַכט זיך אױס פֿאַרן שפּרינג פֿון קדוש קדוש קדוש. אײַ ס'האָט קײנער נישט געמאַכט אַ 'זה' אױף רעכטס און אַ 'זה' אױף לינקס? מן הסתם איז בײַ זײ אַנדערש דער מנהג. ********************** שבת האָט מײַן קלײנער געװאָלט װיסן װען דער אײבישטער האָט באַשאַפֿן שפּראַכן. ער פֿרעגט גוט װײַל דער פּסוק זאָגט ויאמר אלקים יהי אור. נו, װי האָט גאָט געקענט זאָגן אַז ס'איז נישט געװען װאָס צו זאָגן? און װאָס מײנט 'אור' אַז ס'עקזיסטירט נישט קײן שפּראַך. במאמרו ברא שחקים קען נישט זײַן סײַדן אַז ס'זענען דאָ װערטער מיט װאָס דאָס אױסצושפּרעכן. איז װען טאַקע האָט עס גאָט באַשאַפֿן? אפֿשר זענען די ששת ימי בראשית נאָר אױפֿן פֿיזישע װעלט אָבער אינעם אַבסטראַקט האָט שױן אַלעס עקזיסטירט. אַז די אידײען האָבן עקזיסטירט האָט אַ שפּראַך געקענט מיט זײ מיטלעבן אָן די פֿיזישע אױסשפּרעכן. איך האָב מיך געװוּנדערט צי אדם הראשון האָט געהאַט אַ נאָפּעל. אַ גוטן חודש און אַ גוטן װינטער!
| |
בסוכּות תשבו שבעת ימים עולם, הערט מיך אױס, מען האַלט אָט אָט ערב סוכּות און אני הקטן דאַרף נאָך פֿאַררעכטן מײַן שלאַק, לײגן דער סכך, אײַנקױפֿן ד' מינים בײַ אונזערע 'סוחרים', בינדן דעם לולב ועל כּולם זאָגן דברי כּיבושין פֿאַרן עולם. איז שרײַב איך מיר אָפּ מײַנע פּאָר װערטער בחפּזון ושגיאות מי יבין. האָפֿענטלעך װעלן מיר גײן אַ טענצעל צוזאַמן אױף אַ שמחת בית השואבה װוּ ס'װעט זיך גיסן מים בששון. דער עולם האָט שױן אװדאי געהערט דער מעשה פֿון די קיסערס קלײדער, װען אַ קײסער האָט זיך אַרומגעדרײט נאַקעטיק װײַל אַפּאָר תנא קמאס האָבן אים אײַנגערעדט אַז ער גײט אָנגעטון אין גאָר ספּעציעלע קלײדער, ביז װי לאַנג אַ ייִנגל האָט געשפּעט אַז ער איז ערום װי בײַם געבורטס. אכּלל װילט איר הערן דער ייִדישע װערסיע דערפֿון? נישט קלײדער נאָר אַ געבײדע, נישט קאַרפּן קעפּיקדיקע תנא קמאס נאָר פּשוטו כּמשמעו און נישט אַ קיסר נאָר אחינו בני ישראל, טאַקע די בני מלכים. די תורה האָט אונז געהײסן בסוכּות תשבו שבעת ימים װײַל אין דער מדבר האָט מען אונז אַרײַנגעזעצט אין סוכּות. לױט אײן מײנונג אין דער גמרא זענען אין דער מדבר געװען סוכּות ממש, עכטיקע סוכּות, נישט פֿאַרשטײט איר מיר אַפּאָר ברעטער מיט אַ הכשר. לױט אַ צװײטער מײנונג זענען אין דער מדבר געװען בלױז װאָלקענעס. דאָס איז אָבער כּולי עלמא מודה אַז בסוכּות תשבו מײנט יאָ סוכּות ממש און אַז יוצא צו זײַן דער מצווה מוז מען זיצן אין אַ כאַטע כּהלכתה. די תורה האָט זיך אָבער נישט געראָכטן אַז חוץ אָפּלערנען אַ פּסוק חומש קען דער דערװעלטע פֿאָלק אױך אַרכיטעקטור. און פֿאַרװאָס נישט? אָנצוקומן צו פּרשת אמור מוז מען דאָך דורכפֿאָרן תרומה און ויקהל און אױספֿאָרשן װיאַזױ די חכמי לב האָבן אַהערגעשטעלט אַ משכּן. איז דאָך אַ סברא אַז ביז מען לערנט פֿון סוכּות װײסט מען שױן גענױ װיאַזױ אַװעקצושטעלן אַ בנין װאָס מען קען אױפֿשטעלן און צוזאַמן לײגן גענױ װי מען האָט געטון מיטן אוהל־מועד און דער קדשי־קדשים. אױפֿשטעלן אַ בנין מיט װענט און אַ דאַך דאָס איז טאַקע אַ קינץ װאָס בלױז חכמי לב פֿאַרשטײן דערצו. מיר זענען אָבער נבונים װאָס פֿאַרשטײן דבר מתוך דבר. מיר קענען מיט אַ היקש און אַ לעקיש זיך אױסדרינגן זאַכן װאָס שטײן גאָרנישט. זענען געקומן אונזערע אמתע תנא קמאס און געזאָגט, אַ געבײדע דאַרף פֿיר װענט? זײַט װען? שתים כּהלכתן ושלישית אפֿילו טפֿח. און איר מײנט אַז צװײ דאַרף מען יאָ? קוקט װאָס מיר קענען. מיט אַ ברעט פֿון אױבן זאָגט מען גוד אחית און מען ציט אַראָפּ אַ װאַנט. פּראָסט אַזױ. אײַ ס'ציט זיך עפּעס נישט, לאָזט עס צו אונזערע ייִדישע קעפּ. אַנשטאָטס לײגן דעם ברעט פֿון אױבן און אַראָפּציען לײגט דעם ברעט פֿון אונטן און ציט אַרױף מיט אַ גוד אסיק. אַ קאָפּשטיק, װאָס. און מיר זענען נאָך נישט פֿאַרטיק. עפּעס קלאַפּט אײַך נישט מיטן סכך? די סוחרים רעכענען אַ פֿאַרמעגן און איר קענט זיך נישט ערלױבן צוצודעקן דער גאַנצער דאַך. נאַט אײַך אַ דופֿן עקומה און געלײזט דעם פּראָבלעם. אַז אַ װאַנט זאָל זײַן אַ װאַנט און אַ דאַך אַ דאַך דאָס קען אַ יעדער, אָבער אַז פֿון אַ דאַך זאָל װערן אַ װאַנט און נאָך דערצו אָן אַ האַמער און אַפֿילו אַ שרױפֿנציער צו דעם טױגן נאָר גמרא קעפּ. זאָל גאָט אָפּהיטן װען אַנשטאָט אַ דופֿן עקומה אין קאָפּ פֿאַלט בײַ זײ אַרײַן אַ האַמער אין די הענט. װאַרט אױס אײן מאָמענט. זאָגט מיר איז אַ דאַך װאָס ס'רעגנט אין דעם אַרײַן װי בײַ אַ ל"ו צדיק אין דירה איז טאַקע אַ כּשרע דאַך? נאַריש קינד, װאָס רעגן װען רעגן, פֿון לבוד האָט איר נישט געהערט. סופּר גלו קעגן לבוד איז װי לעגאָ קעגן אַ ייִדישע סוכּה. מיט אײן לבוד האָט מען פֿאַרמאַכט אַלע לעכער. אײַ מאי קא משמע לן דער רעגן? דער רעגן לאָזט מיר הערן אַז ער איז אַ געביפֿטע אפּיקורס. חז"ל זאָגן לבוד און דער רעגן רעגנט װײַטער אַרײַן. און מיט דער הקדמה פֿאַרשטײט מען פֿאַרװאָס בחג נדונים על המים. דאָס איז אַ רמז אַז סוכּות איז מען דן מענטשן אױף זײערע אמונה. סוכּות איז אַ זמן פֿון אמונה װען ייִדן זענען אַרױסגעגאַנגן אין מדבר אַרײַן װי דער פּסוק זאָגט לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה. קוקט מען אױף די בני ישׂראל צי זײ זענען מאמינים אין אַלע דרשות פֿון חז"ל אָדער צי זײ זענען אפֿיקורסים װי דער רעגן. באַשעפֿער קומט מיט מיר אַ שפּאַציר אין ייִדישע סוכּות װעט איר זען אַז קײנער פּסקענט נישט װי דער רעגן. און נאָך מער זײ הענגן אױף אין זײערע סוכּות בילדער פֿון אַלע גדולים טאַקע מרמז צו זײַן אױף װאָס מיר האָבן דאָ אַרומגערעדט. איז װאַרף זײ נישט צוריק זײערע אמונה אין פּנים אַרײַן װי דער משל אין דער משנה. האָט איר דער ייִדישע װערסיע פֿון די קיסרס קלײדער. אײן זאַך װאָס פֿעלט אונז איז דער קלײנער ייִנגל װאָס זאָל זאָגן אַז ס'איז גאָרנישט אַ סוכּה. מיר װאַרטן שױן אױף אים דרײַ טױזענט יאָר זײַט מען האָט אונז געגעבן די הלכות למשה מסיני. מיר זענען אַ געדולדיק פֿאָלק און מיר קענען װאַרטן. נאָר מערטשעם װען משיח װעט קומן שטײט טאַקע ונער קטן ינהג בהם, אַ קלײן ייִנגל װעט טרײַבן דער װאָלף מיט לעמעל. אָט דאָס איז דער ייִנגל װאָס דער פּסוק מײנט. און נאָך ער װעט זאָגן זײַן מײנונג װעלן מיר איבערלאָזן אונזערע סוכּות און זיך איבערקלײַבן צו אַ סוכּה מיט אַלע פּיטשעװקעס אין דער פֿעל פֿונעם לויתן. מורי ורבותי, אַלעס שײנע דרשות אָבער ס'קען זײַן אַז ס'איז גאָר נישט ייִדישע קעפּ. אפֿשר איז עס מינימאַליסטן װאָס האָבן ערפֿונדן אונזערע מינימאַליסטישע סוכּות. אפֿשר זענען אַלע די דרשות װערסיעס פֿון פֿענג שויִי. אפֿשר איז טבי געװען אַ יאַפּאַנער און ער האָט אײַנגעפֿירט װײַט מזרחדיקע מנהגים בײַ רבן גמליאל אין סוכּה. עולם הערט מיך אױס. װען ס'לאָזט זיך אױס בײַ דער סוכּה װאָלט איך געװען אָפּגעװענדט מכּל וכּל. קוקט אָבער מיט מיר אַרײַן אין אַ ייִדישער סוכּה װאָס שטײט אױף הינערפֿיס מיט צען דרשות און איר װעט באַלד מוזן הײבן צו מיר די הענט. װער זיצט דאָרט? ס'זיצט אַן אושפּיזין און רוקט אַרײַן אַ סעודה. אַזױ, דאָס קען נאָר זײַן אַ ייִדישע סוכּה. אַז אושפּיזין קענען זײַן געסט קען עס נישט אַנדערש זײַן װי אײניקלעך פֿון אַברהם אַבינו. האָט מיר אַלע אַ פֿרײליכן יום־טוב אָן דרשות נאָר טאַקע פּשוטו כּמשמעו.
| |
שובה ישראל עד ה' אלקיך ס'איז צו שפּעט פֿאַר דער שבת שובה דרשה און צו פֿרי אױף דער כּל־נדרי דרשה. מיר האַלטן אין צװישן די צװײ, כּלומר בין־השמשותדיק און דאָ האָט איר מײַן בין השמשותדיקע דרשה. איך װעל אײַך לאַנג נישט אױפֿהאַלטן און בײַ אײַך צוגנבנען אַלעס װאָס איר האָט זיך פֿאַרדינט בײַם קורצן סליחות. דאָס װעט מען אײַך שױן צונעמען בײַ די יעלהס. איך מײן איך האָב אַנדעקט דער סוד פֿון כּרת און איך פֿאַרשטײ מיך מיט דעם בעסער. װאָס איז דאָס כּרת, דער שטראָף װאָס די תורה האָט אַלאָקירט פֿאַר זיך נישט מלען אָדער פֿאַר זיך נישט פּײַניגן אױף יום־כּיפּור און אױף אַ צאָל אַנדרע עבירות? װאָס מײנט דער פּסוק 'ונכרתה הנפֿש ההיא מעמיה' און די זעל װעט פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק, װאָס מײנט דאָס פֿאַרשניטן װערן? די גמרא האָט פּשטים אַז מען שטאַרבט יונג, צי מען שטאַרבט אָן קינדער. קען זײַן, אָבער איך דאַרף קײנעם נישט זאָגן אַז ס'זענען דאָ גענוג ייִדן אָן אַ ברית װאָס ס'פֿונקציאָנירט אַלעס בײַ זײ ברוך השם געהעריק און ס'װערט בײַ זײ געבױרן געזונטע קינדער. איך מײן אַז כּרת מײנט עפּעס אַנדערש אין גאַנצן. כּרת אין נישט אַן אַקט נאָר אַ מצב. כּרת מײנט אַז די תורה זאָגט אַז מיט געװיסע מצוות טאָמער מען האַלט זײ נישט אײַן איז מען אָפּגעשניטן פֿונעם פֿאָלק. גאָט דאַרף גאָרנישט דערצו טון װײַל לאו בגאָט עסקינן. די תורה לאָזט װיסן אַז מיט עסן יום־כּיפּור, מיט זיך נישט מל זײַן, מיט עסן חמץ בפּסח איז מען אַן אָפּגעשניטענער פֿון דעם פֿאָלק. װעט אײנער זאָגן 'און אַז איך בין אָפּגעשניטן איז װאָס? װעם סטראַשעט מען?' דער ענטפֿער איז אַז ס'איז נישט דאָ קײן ענטפֿער. די װאָס זענען שױן אַזױ װײַט פֿאַרקראָכן אַז זײ קענען זיך אָפּשנײַדן פֿון זײערע קולטורע און רעליגיעזע אַרבטײל און ס'רירט זײ נישט גאָרנישט אָן פֿאַר זײ איז עס פֿאַרפֿאַלן. די תורה קען פֿאַר זײ שרײַבן װאָס זי װיל און ס'װעט פּועלן װי טױטע באַנקעס. מיר רעדן פֿון די װאָס זענען יאָ נאָך אָנגעבונדן אָבער בלױז מיט אַ גערער גאַרטל. פֿאַר זײ לײגט דער תורה אַראָפּ מינימום סטאַנדאַרטן אױף צו זײַן אַ חלק פֿונעם פֿאָלק און זיך צו קענען רופֿן אַן אונזערער. איך װײס אַז נישט אַלע מצוות װאָס מען איז אױף זײ חייבֿ כּרת קען מען אַרײַן רעכענען אין דעם קאַטעגאָריע. אױכעט, די סאָרט מצוות װאָס זענען אַזױ פֿונדעאַמענטאַל אַז אָן זײ שנײַדט מען זיך אָפּ טױשן זיך כּסדר און זײ זענען אַנדערש אין אַנדרע געמײנדעס. איך פֿאַרענטפֿער נישט מיט מײַן פּשט קײנע סתירות, איך הענג פּשוט אױף אױפֿן כּרת מײַנס אַ געדאַנק. בײַ מיר איז כּרת אַ שלש־עשרה מדות אָן דער טראַדיציאָנעלן נוסח, פּסח אָן האַנט מצות, ראש־השנה אָן האָניק, הושענא־רבה אָן קלאַפּן הושענות אאַז"װ. בײַ אַנדרע איז כּרת נישט אױסלעקן און אױסשמעקן לולבים צו זיכער מאַכן אַז דער שפּיץ איז נישט געשפּאָלטן. װײַטער בײַ אַנדרע איז כּרת נישט שטיצן מדינת ישראל במחשבה בדיבור ובמעשה אין אַ יעדער מצב. דער יונגערמאַן װאָס האָט זיך צו מיר אָפּגערעדט אַז ער שפּירט שױן מער גאָרנישט אױף די הײליקע טעג און עס שטערט אים, ער לײַדט אױך פֿון אַ סאָרט כּרת. ער פֿלעגט זײַן צוגעבינדן מיט אײַזענע קײטן און יעצט הענגט ער אױף אַ סוכּה שטריקל. ס'איז נישט קײן חילוק װאָס דאָס איז װײַל יעדער מײנט דער זעלבער זאַך. הצד השווה שבהם אַז דער אײבערשטער האָט אין דעם גאַנץ אַ שװאַכער יד. בײַ כּרת שטײט נישט אַז מען שנײַדט זיך אָפּ פֿון גאָט װײַל װער שפּירט דען דעם ואתם הדביקים? כּרת איז ונכרתה מעמיה, װערן אָפּגעשניטן פֿונעם פֿאָלק און פֿון דעם האָב ייִדן מורא. די ייִדישע לעגענדעס זענען פֿול מיט ייִדן װאָס קערן זיך אים צום פֿאָלק נאָך אַ לאַנגע אָפּגעזונדערטן לעבן. װאָס טרײַבט זײ אַז נישט אַ פּחד פֿון כּרת? כּרת איז מײַן גרעסטע פּחד פֿון װערן אַנטפּלעקט אַלץ דער שרײַבער פֿון דעם בלאָג. מײנע קינדער װעלן נישט בלײַבן אױף דער גאַס און מיר װעלן נישט אױסגײן פֿאַר הונגער. אָבער אַז מען װעט מיך אַרױסשטעלן פֿון מײַן קהילה און איך װעל זײַן אָפּגעשניטן פֿון מײַנע מענטשן פֿון דעם האָב איך מורא. דאָס מײן איך האָט דער באַשעפֿער אױך געמײנט אַז מען מעג אים אָפּלאָזן אַבי מען האַלט אײַן זײַנע מצוות. ער האָט אַװעקגעשטעלט צי ס'האָט זיך אַװעקגעשטעלט אַ פֿאָלק און דער פֿאָלק דאַרף אָנגײן. אַז דאָס פֿאָלק בכללות זאָל זײַן אָנגעבינדן אין איר גאָט, אױף דעם זענען דאָ הײליקע ייִדן װאָס האָבן דאָס אין זינען. פֿאַר דער רעשט, פֿאַר זײ איז גענוג זיך צוצובינדן צום פֿאָלק. יעדענס כּרת איז טאַקע עפּעס אַנדערש אָבער פֿאַר דעם איז אױך יעדער צוגעבונדן אױף זײַן באַזונדערן שטײגער. אָט די מאָזאַיִק רופֿט זיך עם ישראל. אַ גמר חתימה טובה פֿאַר אונז אַלע.
| |
הפּותח שער לדופֿקי בתשובה אָדער װי מען װאָלט געזאָגט אױף העברעיש ...לתשובה דפֿוקה. נעכטן בין איך צום ערשטן מאָל אין די עשרת ימי תשובה אַרױסגעקראָכן פֿון בעט צו סליחות. איך בין גאָר געװען פֿון די עשרה ראשונים װײַל איך האָב געמײנט אַז מען הײבט אָן מיט פֿופֿצן מינוט פֿריער. װאָס קען אַ ייִד װי איך טון אין די עשרת ימי תשובה צו װערן אױס בינוני און זיך אַרײַנשװערצן אין די ספֿרן של צדיקים? אין שלחן־ערוך שטײט אַז דער װאָס עסט פּת פּלטר אַ גאַנץ יאָר זאָל עסן ייִדישע ברױט אין די עשרת ימי תשובה. און אַז מען עסט אַ גאַנץ יאָר ייִדישע ברױט? האָב איך מיר געמאַכט אַן אײגענער חומרא אַז אין די עשרת ימי תשובה טרונק איך נישט חלב עכּו"ם. סטאַרבאָקס, סניקערס און ר' בען און ר' דזערי זײַט מיר מוחל, מערטשעם אױף װידערזען ממחרת יום הכּיפּורים. נאָך קען אַ ייִד װי מיר זיך פֿאַרבעסערן אַז אַנשטאָטס זיך מאַכן תמעװאַטע פֿון רבינו תם װאָס זיצט פֿאַרלאָזט אױפֿן לינקן זײַט פֿונעם טלית בײַטל, נעם איך אים אַרײַן אין די הענט, געב אים אַ קיש און בינד אים אַרױף אױפֿן אָרעם און אױפֿן קאָפּ. רבינו תם! רבינו תם! װוּ ביסט דו געװען אַזױ לאַנג? װאָס ביסט דו אַזױ קאַלט? איך בעט דיך האָב אױף מיר נישט קײן פֿאַראיבל. דער דאַװענען איז גענוג לאַנג אָן צו זאָגן נאָך אַ ד' פּרשיות, די קינדער דאַרפֿן פֿרישטיק און גײן אין חדר און שולע. דײַן זײדעס תפֿילין לײג איך טאָג טעגלעך איז שלאָף רוהיג און זײַ צופֿרידן אַז ס'בלײַבט אין דער פֿאַמיליע. שפּעטער איז דאָ דער ייִד װאָס קומט אײנמאָל אַ װאָך קלאַפּן פֿאַר געלט. ער איז אַ שײנער ייִד מיט אַ באָרד װי אַ בעזעם פֿון צװײַגלעך. ער גײט נישט חלילה פֿאַר זיך נאָר ער נעמט צאַם פֿאַר אָרימע משפּחות. אַזױ הײסט עס על כּל פּנים. איך װײס נישט פֿאַרװאָס אָבער עפּעס געפֿעלט ער מיר נישט און איך געב אים קײנמאָל נישט. הײַנט אינדערפֿרי לכּבוד די עשרת ימי תשובה האָט ער באַקומן אַ מתנת יד. אַז אַ ייִד שרײַבט אַ בלאָג קען ער נאָך מער תשובה טון. ס'פֿאַלט אים אײַן געדאַנקן אָבער ער לײגט זײ נישט אַרױס אין די זמנים. יעצט איז נישט אַ זמן מקטרג צו זײַן. עת לבכּות ועת להשליך אַבנים זאָגט אונדז ר' שלמהלע. פֿרעגט מיר בחרם צוּװאָס איך טו דאָס אַלעס. גלײב איך טאַקע אין מער װאָס איך בין אַפֿילו צו מיר אַלײן מודה, איז עס אַ פּחד, איז עס פּראָסטע אײַנגלײבענישן אָדער פּרוביר איך צו קאָמפּענסירן במעשה אױף װאָס ס'פֿעלט מיר במחשבה? און אױב אַזױ פֿאַרװאָס דווקא אין פֿרומקײטן װאָס איך האַלט פֿון זײ אַזױ װײניק? די קשיא איז נישט נאָר אױף מיר נאָר אױך אױפֿן אײבערשטערן. דער גמרא דערצײלט אַז דער אײבערשטער האָט געזאָגט נאָך דער חורבן בית־המקדש 'הלוואי װאָלטן זײ מיר איבערגעלאָזט און געפֿאָלגט מײַן תורה.' פֿאַרװאָס קלערט דער אײבערשטער אַז עמעצער זאָל װעלן האַלטן זײַן תורה נאָך מען האָט אים איבערגעלאָזט? באַשעפֿער, אַז דו האָסט אַ תירוץ טײל דיך מיט דעם מיט מיר.
ס'איז אָבער אַ תשובה דפֿוקה. אין הימל איז מען אין מיר נישט אינטערסירט. איך װײס װײַל זײ האָבן מיר געשיקט אַ סימן. נעכטן בין איך צומישט געװאָרן מיט דער ג' פֿון די עשרת ימי תשובה און דער ד' פֿון דער טאָג פֿון דער װאָך. האַלב װעג דורך סליחות האָב איך באַמערקט אַז איך זאָג די מאָרגנדיקע סליחות. פֿלעכטן שאלות איז נישט מײַן אָקופּאַציע, האָב איך צוריק געבלעטערט דאָס סליחותל און זיך מיטגעכאַפּט מיטן עולם. ס'האָט זיך געשפּירט װי װען מען לײגט אַרײַן די לעצטע פּאָר פּרוטות װאָס מען פֿאַרמאָגט אין אַ פֿאַרקױף־מאַשין פֿון געטראַנקן, מען געבט אַ דרוק דאָס קנעפּל און המאַשין ריק אין בו מים. מים אין בו, די מטבעות שלינגט עס אײַן ולא נודע, ס'מאַכט זיך גאָרנישט צו טון. איך האָב אַרײַן געלײגט מײַנע כּוחות אינעם סליחות, סליחות האָב איך נישט אַרױסגענומן װײַל ס'איז געװען דער נישט גוטער טאָג און מײַנע כּוחות זענען פֿאַרפֿאַלן.
ס'טוט זיך אַ כּפּרות. ס'איז דאָ באַזונדרע אַרײַנגענג פֿאַר מענער און װײַבער. ס'איז מיר אַ פּלא אַז די האָנער און הינער לאָזט מען יאָ אַרײַן צוזאַמן. דאָ איז אײן פּלאַץ װוּ איך האַלט נישט דער מנהג און איך פֿיל נישט קײן שום שולד שפּירונגן. אין מײַנע אױגן איז עס באַרבאַריש און פּרימיטיװ װאָס מען טוט מיט די הינדלעך. איך קען אָבער אױך נישט דן זײַן אינגאַנצן לחובה די װאָס האַלטן יאָ אײַן דעם מנהג. די מענטשן מײנען דעם מנהג נישט די פֿײגל. זײ מײנען אַזױ פֿיל שלעכטס פֿאַר די הינדלעך װי מען מײנט שלעכטס פֿאַר די פֿיש בײַ תשליך. גאָר אַ שװאַכע פֿאַרטײדיקונג, איך װײס, איבערהױפּט װען מען זעט קינדער זיך אַרומװאַרפֿן מיט הינדלעך, אָבער װאָס זאָל איך טון אַז ס'לאָזט זיך נישט מקטרג זײַן. דערצו איז כּפּרות אױך אַ גוטע פּלאַץ געװױר צו װערן װעלכע פֿרױען טראָגן ('שױן װײַטער?') װײַל די טראָגעדיקע פֿרױען פֿירן זיך צו נעמן צװײ עופֿות אין פֿאַל אַז דאָס עובר איז אַ ייִנגל. די שטאַרק פֿרומע נעמן גאָר דרײַ עופֿות אַז אױב ס'איז אַ מײדל זאָל דאָס עובר האָבן אַן אײגענע הינדל. און פֿאַרװאָס דאַרף אַן עובר אַ כּפּרה? ס'איז אַ מנהג ישראל און מען פֿרעגט נישט.
| |
בין טוב לרע יבקר אין מײַן בלאָג 'ליפּא בדרך אָדער על פּרשת דרכים?' האָט 'מינדי' איבער געלאָזט אַן אָפּרוף מיט אַ טענה אַז װאָס דאַרף מען זײַן אַזױ ציניש. זי האָט צוגעלײגט אַז אױף איר זײַטל זענען אױך דאָ איבערבליקן אָבער בײַ איר איז מען מקפּיד אױף לשון־הרע.
איך האָב געהאַט צװײ טעג איבער ראש־השנה איבערצוקײַען איר אָפּרוף און ס'האָט מיר געברענגט אַסאַך צו שמײכלן. װאָס הײסט? מה ענין שמיטה אצל הר סיני, װוּ קומט קריטיק צו איבערבליקן? אַן איבערבליק לשיטתה דאַרף זײַן רײן פֿון אבק לשון הרע. ס'דאַרף זײַן װי אַ טשולענט אָן בונדלעך, װי אַ חופּה אָן אַ כּלה, װי אַ טיש אָן אַ רבי, װי קריאת התורה אָן לשון הרע, װי אַ מוהל אָן אַ מעסער, װי אַ מגיד אָן אַ משל, בקיצור כּגוף בלי נשמה.
און װאָס איז מיט לשון הרע? װעט מען מיר פֿרעגן. דער חפֿץ חיים זאָל רוען אין ליכטיקן גן־עדן, אָבער אין זײַן שמירת הלשון און זײַן אָבסעסיע מיט לשון הרע האָט ער אַװעקגעלײגט די גרונדשטײנער פֿון אַן אינטעלעקטואַלישע אױבערפֿלעכליקײט אין אַקאַדעמישע פֿעלדער און אַ ציבורישע קאָרופּציע אין פּאָליטישע שטחים װאָס מיר זענען אַלע דערפֿון די אָרימע קרבנות. לשון־הרע פֿאַרנעמט אין דער תורה אַ קנאַפּע צװײ, דרײַ פּסוקים. איך זוך נאָך אין משניות אָדער גמרא מסכת, אָדער אפֿילו פּרק לשון הרע. דער רמב"ם האָט ניטאַמאָל אָפּגעזונדערט אַ גאַנצע פּרק אױף די הלכות פֿון שמירת הלשון און אין שולחן־ערוך איז דאָ גענױ נול סעיפֿים אױף לשון־הרע, רכילות, מוציא שם־רע און אַלע אַנדרע הלכות װאָס באַגרעניצן אױסשפּרעך. (בדרך הלצה איז דער אױסלאָזונג אין שלחן־ערוך שטאַרק מערקװידיק װײַל דער שלחן־ערוך דערמאַנט אַלגעמײן נאָר הלכות װאָס גײן אָן בזמן הזה.)
האָט זיך אָנגערוקט דער חפֿץ־חייִם, װאָס לאָמיר נישט פֿאַרגעסן איז געװען אײנס פֿון די גרונדער פֿון אַ פּאָליטישע פּאַרטײַ מיטן נאָמן פֿון אגודת ישראל, און אונדז געשאָנקן נישט אײנס נאָר צװײ גאַנצע ספֿרים אױף לשון הרע און אױף אַלע הלכות צו טון מיט װאָס מען טאָר נישט רעדן. ער האָט אַנטװיקעלט אַ יוריספּרודענץ אין אַ שטח פֿון הלכה װאָס איז קײנמאָל נישט געװען רעגולירט. אַז דזײ. עס. מילס ביך 'אױף פֿרײַהײט' (J.S. Mill: On Liberty) איז דער יסוד פֿון שקלא וטריאס אין דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿטן, איז 'שמירת הלשון' די פֿונדאַמענט פֿון דער טאָטאַליטאַרישער העגעמאָניע פֿון דעת־תורה און אַלעס װאָס צװײַגט זיך פֿון איר אַרױס. און אַזױ װי בײַ מיל איז אַלעס מותר אַזױ איז בײַ דער חפֿץ־חייִם אַלעס אסור, אַפֿילו דאָס װאָס פֿריערדיקע פֿון אים האָבן דערױף נישט מקפּיד געװען.
פֿון נישט קריטיקירן גדולים, צי עס איז הלכה, השקפֿה אָדער פּראָסט פּאָליטיק, איז געװאָרן נישט קריטיקירן פּאָליטיקאַנטן, עסקנים, גבאי צדקה און סתם לײדיגײערס, װײַל זײ זענען שליחים פֿון די גדולי התורה. און אַז זײ זענען נישט שליחים איז דאָס אַלײן אױך אַ לשון־הרע צו דערצײלן אַז זײ זענען שאַרלאַטאַנען אָן אַ הכשר. פֿון דעם איז געװאָרן אַז קײן שום ספֿר טאָר מען נישט קריטיקירן, און אַ תולדה דערפֿון איז אַז אפֿילו אױף אַ סי־די טאָר מען שױן אױך נישט אַרױסזאָגן אַ מײנונג.
אַ פּועל יוצא פֿון דאָס אַלעס איז אַז אין פֿרומע צײַטנונגן איז אַ מנהג אַז מען װיל דער צײַטונג זאָל דריקן אַן איבערבליק פֿון אַ ספֿר מוז מען דערפֿאַר באַצאָלן. װיבאַלד אַז 'איבערבליק' און 'אָן קריטיק' זענען שמות נרדפֿים אײנס פֿון דער אַנדרע פֿאַרשטײט זיך אַז פֿאַר אַ פּאָזיטיװע איבערבליק דאַרף מען נישט באַצאָלן עקסטרע. דאָס איז שױן אַרײַנגערעכט אין דער פּרײַז. דער אבן־עזרא האָט געמעגט שפּעטן פֿון דעם קליר אַז ער דאַװענט צו עלעפֿאַנטן און ער איז געבליבן אבן־עזרא. הײַנט אָבער אַז ס'װעט עמעצער שרײַבן אַז נטעי גבריאל װאָלט געדאַרפֿט קומן מיט אַ געלע דעקל און האָבן אַ סובטיטל 'ייִדישקײט פֿאַר דאָמיז,' אַז על הגאולה ועל התמורה איז נישקשה פֿאַר אַ שלש־סעודות תורה און אַז אױף קהילת יעקב װאָלט געפּאַסט צו שטײן אױפֿגעשריבן, 'פּאַסיק פֿאַר 10-16 יעריגע,' אַז מען זאָל אַזױ שרײַבן װאָלט מען דעם שרײַבער באַשטײנערט. און די ענדע תוצאה איז אַז מען דריקט הײַנט ספֿרים מלא גרײַזן ואין פּוצה פּה.
װײַטער װעגן צינישקײט, װעל איך דערצײלן װוּ מען האָדעװעט ציניקער. מײַן זין איז אַהײם געקומן פֿון חדר דערצײלן אַז ער לערנט שױן אַ מוסר ספֿר. זײ לערנען שער הגאווה אין ארחות צדיקים. פֿאַר צװעלף יעריקע קינדער, פֿאַרשטײט איר מיר, איז זײער װיכטיק צו װיסן װיאַזױ נישט צו זײַן אַ בעל גאווה. פֿיל װיכטיקער װי צום בײַשפּיל זײ אױסלערנען שרײַבן געהעריק לשון־הקודש אָדער ייִדיש.
נו, און אַז מען לערנט מיט קינדער פֿון דער עלטער װעגן גאווה מוז מען דאָך זײ ערקלערן װוּ עס פּאַסט זיך פֿאַר זײער באַגריף. זאָל מען זײ זאָגן װעגן די צװײ־קנעפּעלדיקע פֿראַקן װאָס אפֿילו אַ שמײכל איז אינו לפֿי כּבודם? חלילה, דוד המלך האָט מען געשטראָפֿט װײַל ער האָט געזאָגט זמירות היו לי חקך, דײַנע געזעצן זענען פֿאַר מיר געזאַנגן, איז װי קען אַ גדול װאָס לא פּסיק פּומיה מגירסא חלילה געבן אַ שמײכל? זאָל מען זײ זאָגן פֿון די רבישע קינדער װאָס גאווה טרײַבט זײ אױבֿן אָן אפֿילו אין דער מקווה? עפֿרא לפּומיה, װי טאָר מען אַזױ רעדן אױף ר' ישעיהלעס אַן אײניקל װאָס דער שיויתי שטײט אים פֿאַר די אױגן פֿון מודה אני ביז מודה אני?
שלמה המלך האָט אונז שױן אױסגעלערנט אַז במקום גדולים אל תעמוד, מיט גדולים טאָר מען זיך נישט אָנהײבן. חז"ל האָבן געגעבן אַ טעמא דקרא װײַל זײער ביס איז װי דער ביס פֿון אַ שלאַנג און זײער שטאָך װי דער שטאָך פֿון אַן עקדיש. דאָס אַלײן אַז זײ בײַסן און שטעכן אַזױ איז װײַל װי מיר װײסן די תורה איז תורה אור. איר ליכטיקײט איז װי די ליכטיקײט פֿון דער לבנה אײדער מען האָט דער לבנה קלענער געמאַכט אַלץ אַ שטראָף פֿאַר איר גאווה. אַז אַ פּשוטע לאָמפּ ציט צו זיך צו קלײנע פֿליגן און מאָסקיטן, פֿאַרשטײט זיך אַז די ליכטיקײט פֿון דער תורה ציט צו אַזעלכע פֿֿליגן מיט גאָר שרעקלעכע ביסענס.
װיבאַלד אַז חמירא סכּנתא מאיסורא, אַ סכּנה איז פֿיל האַרבער װי אַן איסור, איז עס נישט ראַטזאַם צו געבן אַ משל פֿון ערלעכע ייִדן. ס'איז בעסער צו נוצן פּשוטי עם פֿאַר אַ בײַשפּיל װוּ צום ערגסטענס איז עס לשון־הרע. דאָרט טאַקע האָט מײַן זינס מלמד געפֿונען זײַן משל.
ער האָט זײ געשילדערט װי אַ ייִד קומט אין שול דעם ערשטען טאָג סוכּות אינדערפֿרי נאָך האָבן אױסגעגעבן אַ שלל רב אױף אַ שײנער אתרוג. אַז מען רעדט צו קינדער װאָלט אפֿשר געװען אַ סברא צו רעדן פֿון באַשײנען די מצוות און פֿון זה קלי ואנוהו. װאָס װעט אָבער זײַן מיט דער ארחות צדיקים? האָט דער רבי געגעבן צו פֿאַרשטײן אַז דווקא דער ייִד װאָס קומט אין שול צופֿרידן און שטאָלץ מיט זײַן אתרוג, אָט ער איז אַ מוסטער און אַ פֿאַרגלידערונג פֿון גאווה.
אַצינד זאָגט איר מיר פֿון װוּ שטאַמט אונזער צינישקײט.
| |
|