לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    נובמבר 2003    >>
אבגדהוש
      1
2345678
9101112131415
16171819202122
23242526272829
30      

11/2003

תפּוחין קדישין


לעצטער שבת האָב איך אונטערגעהערט װי יונגעלײַט שמועסן װעגן זײערע חדר יאָרן. עס האָט עמעצער דערצײלט אַז ער האָט געהאַט אַ רבי װאָס פֿלעגט עסן יעדן טאָג אַן עפּל אין קלאַס. ס'האָט מיך שנעל צוריקגעפֿירט צו מײַנע קינדער יאָרן.

 

אין כּתה האַלט מען פּרשת נח און דער רבי זאָגט:

 

- 'אײַלע, די זענען'

 

די קינדער זאָגן נאָך אין אַ קאַפּעלע׃

 

- 'אײַלע די זענען'

 

רבי׃ 'תולדות נח, די קינדער פֿון נח'

 

קינדער׃ 'תולדות נח, די קינדער פֿון נח'

 

ר׃ 'נח, נח'

 

ק׃ 'נח, נח'

 

ר׃ 'איש צדיק, אַ מענטש אַ צדיק'

 

ק׃ 'איש צדיק, אַ מענטש אַ צדיק'

 

און אַזױ װײַטער די װערטער פֿונעם פּסוק מיט טײַטש, אָן באַדײַט.

 

דער רבי ענדיקט אַפּאָר פּסוקים און ער הײסט איטליכע ייִנגלעך איבערזאָגן די פּסוקים  מיטן טײַטש. אין כּתה איז שטיל חוץ פֿון דער מאָנאָטאָנישע קול פֿון דער ייִנגל. מען איז שױן טיף אין האַרבסט, די בלעטער פֿאַלן אַראָפּ פֿון די בײמער און דער רעגן ענטפֿערט דער אײַנלײַדענונג פֿון 'אף ברי' און 'בעבירו אל תמנע מים.' טאַקע פֿאַרדעם לערנט מען װעגן דער מבול אין די טעג. די ימים טובים זענען שױן פֿאַריבער און חנוכּה איז װײַט אַװעק, און דערװײַל איז מען אין אַ כּיתה װוּ דער געלער קאַלעך װאָס בעט זיך שױן יאָרן אױף אַ פּנים חדשות איז אױפֿגעלאָכטן פֿון אַ געלע פֿלאָרעסענט װאָס ציטערט אױך פֿון דעם רבינס בײזע אױגן.

 

צו דער קול אינערװײניק פֿון הבל תינוקות של בית רבן און דאָס זומזערײַ פֿון דער לאָמפּ הערט מען פֿון דערױסן װי קאַרס פּליושקן דורך אָזערעס און דער װעלט פֿאָרט אַ שטײגער. אַמאָל הערט מען צװײ מענטשטן שמועסן און אַז מען הערט די װערטער װערט אין כּתה אַ געלעכטער. אַמאָל הערט זיך דער סירענע פֿון אַ פּאָליצײַ קאַר, אַ פֿײַער לעשער, אַן אַמבולאַנס אָדער לא עלינו ולא עליכם אַ הצלה אַמבולאַנס און די ייִנגלעך לעבן דער פֿענצטער הײבן זיך צו כאַפּן אַ בליק. דער רבי געט אַ שרײַ, 'נו, װאָס טוט זיך דאָ?' און לױפֿט צום פֿענצטער אַלײן זען װאָס דאָרט טוט זיך.

 

אַז זאַכן װערן װידער רויִק זעצט זיך דער רבי צוריק אױף זײַן פּלאַץ, מאַכט זיך אױף זײַן טאַשקע װאָס װער װײסט סאַראַ אוצרות ליגן דאָרט און נעמט זיך אַרױס אַן עפּעל און שטעלט עס אַװעק אױפֿן טיש. דער רבי איז נישט אַ גראָבער יונג און בײַסט חלילה נישט אַרײַן אין אַן עפּעל. ער מאַכט אױף דעם לעדל אין זײַן טישל און נעמט אַרױס אַ מעסער װאָס ער האָט געלקחנט פֿון דער עס זײַל און ער נעמט זיך צום עבודה פֿון שײלן.

 

וכּך היה קולף. דער עס מעסער שנײַדט אַרײַן אין דער שאָלעכץ און מחמת דער שטומפּיקײט פֿון דער מעסער שנײַדט עס ברײטע, גראָבע פּאַסן. בשעתן שײלן קוקן די ייִנגלעך צו װי דער לאַנגער געקרײַזעלטע שאָלעכץ טײלט זיך אָפּ פֿונעם פֿרוכט. זײ גאַפֿן צו זען װען ס'װעט זיך אָפּהאַקן דער שטריקל און צי דער רבי װעט קענען שנײַדן אײן לאַנגע שאָלעכץ פֿון דער גאַנצער עפּל. זײ באַװוּנדערן דער שנײ װײַסער קאָליר פֿון דער פֿלײש פֿון דער עפּל נאָך מען שינדט עס דער הױט און װערן אַנטױשט אַז װען דער רבי ענדיקט שײלן איז שױן דער אױבישטער חלק פֿונעם עפּל ברױנלעך. דערנאָך צושנײַדט דער רבי דעם עפּל אין פֿיר, און פֿונעם פֿערטעל עפּל װאָס איז גרױס װי אַ לבנה בײַ קידוש לבנה שנײדט ער אַרױס אַ צורה פֿון אַ לבנה דער גרײס װי בײַם מולד.

 

נאָך דער גאַנצער עבודה ציט ער זיך אַראָפּ דעם אַרבל אינעם דאָלינע אַרײַן, לײגט דער אָרעם אַרױף אױפֿן יאַרמולקע און מאַכט אַ בורא פּרי העץ. די ערלעכע ייִנגלעך װאָס נעמן נישט אַראָפּ די אױגן פֿונעם רבין ענטפֿערן שטיל אמן. לעומת זה נוצן די נישט ערלעכע ייִנגלעך אױס דער צײַט צו שיקן צעטלעך אײנער פֿאַרן צװײטן און אױפֿהײבן זײערע שפּילערײַ װאָס זענען אַראָפּגעפֿאַלן אין מיטן לערנען. װען דער רבי זאָל זײ כאַפּן איז אחת דתם, יעצט איז ער אָבער פֿאַרנומן מיט תפּוחין קדישין.

 

דער רבי מאַכט זיך אױף דער מױל און עס װערן אַנטפּלעקט געלע צײן װאָס עס זעט אױס װי עס װאַקסט פֿון זײ אַרױס די האָר פֿון זײַן װאָנזע. ער לײגט אַרײַן אײן פֿערטל עפּל מיט אַ מאָל. די צײן מאַכן זיך צו, אַביסל פֿון דער װאָנזע כאַפּט זיך אױך אַרײַן, דער רבי דערלאַנגט אַ ביס און דער דאָס כראָמטשע קלינגט אױס אין דער כּיתה און װעקט אױף דעם עולם. זאַפֿט פֿונעם עפּל שפּריצט דעם רבין אױף די לאַנגע האָרעלעך אינעם גריבל אונטער דעם אונטערשטערן ליפּ און אַ טראָפּ פֿליט אים אױך אַרײַן אינעם נאָז. ער ציט אַרױס זײַן טאַשטיכעל פֿונעם קעשענע, געבט אַ ברײטן װיש װאָס איז כּולל דער באָרד, די ליפּן מיטן נאָז ביחד און ברימט 'נו' צום ייִנגל װאָס האַלט אין מיטן זאָגן, 'נו, װאָס שסטעלסט דו דיך אָפּ?' אַ שטיקל עפּל פֿליט אַרױס פֿון דעם רביןס מױל און דער ייִנגל זאָגט װײַטער:

 

'... שלשה בנים, דרײַ זינען

 

את שײַם, דער שײַם

 

את חם, דער חם

 

ועעעת יפֿת, און דעעער יפֿת'.

 

איך האָב מיך פֿאַרקלאָצט צוזאַמן מיט דער כּתה באַטראַכטענדיק װי דער רבי שײלט אַן עפּל און איך האָב פֿאַרגעסן אַז איך האַלט אין מיטן אונטערהערן אַ שמועס פֿון יונגעלײַדט.

 

דערצײלט װײַטער דער יונגערמאַן אַז זײַן רבי פֿלעגט יעדען טאָג שײלן אַן עפּל און איבערלאָזן דער שאָלעכץ אױפֿן טיש. אַז ס'איז געקומן סוף טאָג האָט ער ארױפֿגערופֿן דעם ייִנגל װאָס האָט דער בעסטער געלערנט אין יענעם טאָג און אים געשאָנקן פֿאַר אַ באַלױנונג דער שאָלעכץ פֿונעם עפּל.

 

און װער זאָגט אַז שכר מצווה בהאי עלמא ליכּא?

נכתב על ידי , 20/11/2003 12:57  
35 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



עקידת יצחק - מדרש לענאָרד



נכתב על ידי , 14/11/2003 01:21  
12 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



בן שבע־עשרה לשידוך


די תנאים פֿון מײַן שכן דער חתן פֿון אַ פֿריערדיקן בלאָג האָט מען געהאַט אָפּגעשטופּט אױף נאָך די ימים טובים. פֿאַרשטײט זיך אַז איך בין געגאַנגן אָפּגעגעבן אים און זײַן פֿאָטער מזל־טוב. ס'שטעלט זיך אױס אַז ס'איז גאָר אַ פֿײַנער שידוך װײַל ער איז אױך נאָך נישט קײן אַכצן. אַז אױף אַן אַלטער בחור זאָגט מען אַז ער דאַװענט אַ לאַנגע שמונה עשרה מוז זײַן אַז אונדזער חתן דאַװענט אַ תפֿילה קצרה.

 

דער פּאַסיקקײט פֿונעם שידוך ענדיקט זיך נישט דאָרט. זי האָט נישט אַ באָרד און ער אױך נישט, נאָך נישט. זי גײט דיקע שטרימפּ און ער װעט צו דער חופּה אױך אי"ה גײן. לױט רש"י איז זי ראוי לביאה זײַט די דרײַ יאָר אַלט און אױף אים קען מען זאָגן אַז ער איז פֿון די ממהרים לבֿא. װעלכער װעג מען דרײט נאָר דעם שידוך איז עס אַ צוגעפּאַסטער. זײ זענען בײדע יוצא בסימנים און ס'איז ממש ענבי הגפֿן בענבי ראָזינקעס.

 

פֿאַר די װאָס האָבן נישט געקענט אַנטײל נעמן װעל איך אױסמשלן דעם חתן. ער האָט אױסגעזען װי אַ מישלינג פֿון אַ בר־מצווה בחור און אַ פּדיון־הבן קינד. אַ בר־מצווה בחור װײַל װען זײַן טאַטע האָט מיט אים גערעדט האָט זיך עס געהערט װי מען רעדט צו אַ דרײַצן יעריקע, ער איז געזעצן צוגעקלעבט צום בענקל װי אַ דרײַצן יאָריקע, זײַן גאָמבע האָט קױם דערגרײכט דעם טיש װי אַ דרײַצן יעריקע און דער שמחה האָט זיך געטון בלױז אַרום אים טראָץ אַז ס'איז געװען װעגן אים. דאָס איז אַלעס גענױ װי אַ בר־מצווה.

 

װײַטער ער האָט מן הסתם באַקומן אַ גאָלדענע זײגערל און אַ פּדיון־הבן קינד איז אױך באַצירט מיט גאָלד און תכשיטים, ער איז געװען אַזױ זיס און זײַן קאָפּ און פּנים אַזױ רײן פֿון האָר װי אַ דרײַסיק טאָגעדיקע קינד, און דאָס קינד ברענגט מען אַרײַן אױף אַ טאַץ און אױך ער איז געזעצן און זיך מחייה געװען מיט די אָנלענערס פֿון זײַן בענקל. מצד זײַנע חבירים איז ער אױך װי אַ פּדיון הבן ייִנגל. אַסאַך פֿון דער קינדס חבירים זענען נאָך אינעם װאַרעמקײט פֿונעם טראַכט מיט די אױגן פֿאַרמאַכט און צוגעבינדן צום מאַמן מיט אַ גאַרטל און דאָס קען מען אױך זאָגן אױף אַסאַך פֿון דעם חתןס חבירים. אײן קלײנע חילוק איז דאָ אַז דער פּדיון הבן קינד איז יצא מכלל נפֿל און איך װײס נישט צו מען קען דאָס זאָגן אױף חתן דינן. דאָס איז אָבער אַ קלײניקײט װאָס נעמט נישט צו פֿונעם אַלגעמײנעם פֿאַרגלײך.

 

איך האָב דעם חתן געזען צום ערשטן מאָל אױפֿן שבת נאָכן שידוך. איך װײס נישט װען חתן דינן איז אַהײם געקומן פֿון דער ישיבה. ס'קען לײַכט מעגלעך זײַן אַז ער איז אַהײם געקומן דאָנערשטיק אינדערפֿרי און ער איז אַ חתן געװאָרן יענע נאַכט. זײַן מאַמע האָט מן הסתם בודק געװען דער מײדל פֿאָרױס זיכער צו מאַכן אַז זי איז געמאַכט פֿון בשר ודם און אַז דער נאָז געפֿונט זיך בײַ איר אין מיטן פּנים. דער חתןס טאַטע האָט אַוודאי זיך אינפֿאָרמירט אױף דער מײדעלס ברודערס דערפֿאַר װײַל די תורה דערצײלט אונדז אַז אלישבע איז געװען אַ שװעסטער פֿון אהרן. נאָך די אָ חקירות ודרישות האָט מען שױן למעשה געקענט טון דעם שידוך.

 

אײן קלײניקײט האָט נאָך געפֿעלט׃ דער טשאַטשקע אַלײן. ערשט האָבן די עלטערן געדאַרפֿט אַריבער גײן אים באַזוכן. דער כּלה'ס מאַמע האָט געדאַרפֿט זען צי ער פּוצט זיך זײַנע שיך און דער כּלה'ס טאַטע האָט געדאַרפֿט רעדן מיט אים אַזױ אַביסל אין לערנען אָדער אַ חסידישע מעשה. דערנאָך קען מען שױן גײן צום ייִחוד העליון און צאַמברענגן דעם בחור מיט דער מײדל זיכער מאַכן אַז זײ קענען רעדן פֿאַר צװאָנציק מינוט אָן אַ הפֿסק. זי זאָל אים קענען דערצײלן אַז זי איז אַ לערערן און ער זאָל איר קענען זאָגן אַז זײַן שװעסטער איז אױך אַ לערערן. דאָס אַלעדיקט און מ'קען ברעכן טעלער. נו, אױף דעם דאַרף מען צושטערן דעם בחורס אלול זמן אױף מער װי אַ טאָג? אַז ער איז אַהײם געקומן דאָנערשטיק איז מיר נישט קײַן פּלא אַז איך האָב אים נישט געזען פֿאַר שבת.

 

ס'קען אָבער זײַן אַז ער איז אַהײם געקומן אָנהײב װאָך. בײַ אונדז איז דער מנהג אַז װען אַ בחור קומט אַהײם פֿון ישיבה אױף אַ שידוך שװאַרצט מען אים איבערן שװעל אַזױװי אַברהם אבינו האָט אַרײַן געשמוגלט שרה קײַן מצרים, כאָטש נישט פֿאַר דער זעלבער סיבה. אברהם האָט מורא געהאַט אַז מען װעט שרהן פֿאַרכאַפּן. די עלטערן האָבן פֿאַר דעם נישט מורא. װאָס מער מען שלאָגט זיך איבערן בחור איז הכּל ריווח. דער כאַפּער װעט מוזן צאָלן אַ העכערע נדן, איז אדרבה קומטס כאַפּן. אײגענטלעך האָט אברהם אבינו אױך געזאָגט למען ייִטב לי בעבורך איז אפֿשר באַהאַלטן גאָר אַ סגולה אױף געכאַפּט צו װערן.

 

די אמתע סיבה איז אָבער װײַל זיך טרעפֿן מיט אַ מײדל אָן ס'זאָל זיך אױסלאָזן מיט אַ שידוך איז אַ חרפּה און בושה. ס'איז הײסע נײַעס אַז אַ בחור טרעפֿט זיך און ס'װערט גאָרנישט דערפֿון. זיך אײַנצושאָפּרן די בושות באַהאַלט מען דעם בחור פֿאַרן שידוך אַז קײנער זאָל נישט װיסן, אַזױ װי בײַ לוטס טעכטער, װען ער קומט און װען ער גײט. לוי יצחק בן שרה סאָשע שרײַבט מען אָבער נישט אױף בײַם שמוגלערײַ װײַל דאָס שרײַבט מען נאָר אױף זיך צו היטן פֿון גױישע מוכסין. ס'שטײט אין ערגעץ נישט אַז ס'קען אױך פּועלן אָפּגעהיטן צו װערן פֿון ייִדישע רכילות מעקלערס און ממילא איז עס אַ חשש פֿון אַ סגולה לבטלה.

 

אַכּלל, װיאַזױ עס זאָל נישט זײַן איז ער בשעה טובה ומצלחת אַ חתן געװאָרן און איך בין געגאַנגן אַנטײל נעמען און זײַן שמחה. ס'זענען געװען באַזונדערע אַרײַינגעגג פֿאַר מענער און פֿרױען מיט אַ צעטעל אױפֿגעשריבן 'אנשים' און 'נשים'. ס'איז חלילה נישט געװען אַ בילד פֿון די צורה פֿון אַ פֿרױ און אַ מאַן װי מען זעט אױף טירן פֿון בתי כּבוד. אײנס, װײַל אַזעלכע סימנים זענען חוקת הגױ װײַל בײַ דער עם קדוש קומן זיך מענען און פֿרױען קײנמאָל נישט אַזױ נאָנט צוזאַמן אַז מען זאָל זײ דאַרפֿן זאָגן װעמענס בית הכּבוד איז װוּ. ס'פֿאַרשטײט אַיעדער אַלײן אַז אַ מאַן נוצט נישט די בתי כּבוד לעבן דער װײַבער שול שבת אינדערפֿרי און אַ פֿרױ נוצט קײנמאָל נישט די װאָס זענען לעבן דער מענער שול. איז סימנים למאי?

 

צװײטענס אַ גראַפֿישע בילד פֿון אַ פּערשױן מיט אַ קלײד אָדער פֿון אַ פּערשױן װאָס װי רש"י זאָגט איז שמאָל פֿון אױבֿן און ברײט פֿון אונטן קען חלילה אָנברענגן מחשבות זרות, ואם כּן מה הועילו חכמים בתקנתם? נישט נאָר איז אַ באַזונדערע אַרײַנגאַנג מיט אַ סימבאָל פֿון אַ מאַן און אַ פֿרױ אַ מצווה הבאה בעבירה נאָר ס'איז אױך אַ טובל ושרץ בידו. מחמת אַ חשש אַז אפֿשר װעט ער געניסן פֿון אַ בלאָנדער שײטעל און זעכציק דעניערדיקע באַשטרומפּטע פֿיס מוז ער קוקן אױף אַ נקבישע פֿיגורין צו װיסן װוּ צו גײן. לפֿיכך שרײַבטֿ מען אױף אנשים און נשים. ס'איז טאַקע  מער װערטער אָבער װי מיר װײסן טוט דער פֿסוק זאָגן אשר לא טהורה אַנשטאָט טמאה בכדי נישט צו זאָגן אַ מיאוסע װאָרט איז קל וחומר בן בנו של קל וחומר אױף אַ װיזיואַלע רײצונג װי אַן אילוסטראַציע פֿון אַ נקבה.

 

איך בין ענדלעך אַרײַן אינעם זײַל און צוגעביסן אַ שטיקל קרעם קוכן, געטרונקן אַ לחייִם, געװנטשן דעם טאַטן און דער כּלהס טאַטע און דעם חתן אַלײן און אַ גוטע נאַכט. אַרױסגײענדיק הער איך װי דער חתן פֿרעגט זײַן טאַטע װוּ דער עולם איז, ס'איז שױן געװען נאָך עלעף, און דער טאַטע האָט אים געזאָגט אַז זײ האָבן זיך שױן אַװדאי געלײגט װײַל זײ דאַרפֿן מאָרגן אױפֿשטײן. װידער אַ גוטע נאַכט און כּל טוב.

נכתב על ידי , 13/11/2003 18:21  
8 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



כּל הנהנה מסעודת קטלא ומשמחו...


 

אחד המרבה...

(לויטן אַלף בית)

 

אברמל דער יידישיסט

א גרויסע און בערצליכן וונש לאורך ימים ושנים.אזוי ווי נח האט איבערגעלעבט דער געוואלדיקן מבול, וועט איר זוכה זיין ארויס צו געבן איירע-אונזערע ק"ק צו לאנגע יארן, טראץ די אלע מלעיגים און מלעיזים. זייט געשטארקט און געבענטשט בזכות זיכוי הרבים.

 


God ,
I, God, the Supreme Court, the Rabies of all generations, the thirty six hidden holies existing ever since, Rabbi Nachmen Bresllever who like me created the ten commandments, the Lubavitcher Rabbi should live like me forever, the rebbe z”l, herby grant to


Katle Kanye


Many years to came, life long, life of peace, life of good, life of blessing, life of pornoose, life of strong bones, life that contains in it fear from heaven and fear from sin, life of abundance and dignity, life that contains in it love for torah and fear from heaven, a life that I should fill all his wishes to good, in the merit of multiple praying (some say in the merit of ROV) Amen


Yours truly
GOD


היושב על הגדר


וכך נכתב בעיתון החרדי:


"אוי מה היה לנו, אחרי שבדורות האחרונים לקחו לנו הציונים את לשון הקודש וחיללו אותה בדברי חולין, התנחמנו ביידיש שהייתה לשפה השולטת בין אנ"ש והאדמורים שליט"א.


והנה שוד ושבר! מהומה ומבולקה! יש מי שכותב ביידיש ולא דברי תורה!


מאמרים ביידיש ולא פלפולי דאורייתא! פנינים ביידיש ולא שיחות קודש!


אנו יוצאים בזה בקול קורא למחבבי התורה והקדושה! להחזיר עטרה ליושנה!


נלמד בערבית! ונהיה קדושים כמו הרמב"ם.."


נכתב בעיתון החרדי הסגור: "על הגדר"

 


Isaac ,


In the style of a Brooklyn pashkvil...


B"SD.


Kol Koreh Le-Tshuvoh.


It is with great trembling and sadness that we have learned that a cancer (r"l) is growing in our very midst. A "maysis umediach" has taken root in our Torah-True (TM) community, who's aim is to contaminate that which we consider holy and to pervert our dear children. This parasite appears to the untrained eye as an "ehrlicher yid," but do not be fooled.


This menace, who calls himself "Katle Kanye" has established a "home page" on the internet, where he spews hate and apikorsus. True yirei shomayim know to avoid his "mokom tumoh" in particular and the internet bichlal, but some of our weaker children are in grave danger of being nichshol. This is because the yetzer horah has wrapped himself in the language of the "daled amos shel halochoh."


We all know of terrible things that have befallen our community, of parents brought to misery, of childern lost. Who knows if Katle Kanye is not responsible.


We therefore urge all members of our community to guard their families against the perils of this perverted web site, as well as all other perversions of olom hazeh. In that zchus, may we be zocheh to arichus yomim and zaroh chayoh vekayamah.


Vaad lehorodas Katle Kanye


 


ללא שם


לחיים! טייערער רבי, מיין הארץ פרייט זיך מיט דיר, עס איז דאך ששון ושמחה אין אלע עולמות עליונים ותחתונים און בעיקר אין דעם "ווירטואלן" וועלט.


ובכן, זיי מקבל מיינע הארציגע ברכות און וואונטשען. איך טוה אויסשטרעקן די הענט כלפי מעלה צום הימל, אויסצושרייען מיט פרייליכקייט א שבח והודאה צום בורא כל עולמים, שהחיינו וקימינו והיגיענו לעת כזאת, אז מיר האבן זוכה געווען לגמרה של תורה, מיטן אפצייכענען און פייערן דאס ערשטען יאר-טאג פון דעם עקזיסטענץ פונעם "בלאג" וואס שרייט בקול חוצב און מתריע ומוכיח בשער, ווי א נביא, אויף די חטאי ופשעי הדור, משולב מיט דברי חכמה המושכים את לב השומע. די שועלים קטנים לויפן ארום מאוימדיג צו די רבנים די מנהיגי הדור חלילה זיי אנהעצן מיט ביליגע אנגרייפנגן וואס טייטשט אפ דיינע מאטיווען, אז דאס קומט רח"ל פון געמיינע חוצפה זיך צו פארמעסטן מיט כל הקודש לנו פון טויזנטע יארן.


שומו שמים אויף אזעלכע שרעקליכע בלבולים.


צו דיר קטלא שריי איך אויס זאל דיין הארץ זיין שטארק ווייטער אונז לערנען את החיים הריאלים. סאיז געווען די גרעסטע פארגעניגן וואס דו האסט געקענט צושטעלן דעם עולם. חזק לבך! גיבור ישראל מיר אלע אטעמן דיין ווייטערדיגע הצלחה זאל דאס טאקע זיך פארשטערקענן און פארבעסרען.


אכי"ר.


 


קטינא
אתר די בה יחדון רוחין ונפשין
ויזמרון לך שירין ורחשין
ובאתרא הדין יהא לכון שלמא רבא חנא וחסדא ורחמין וחיין אריכין ומזונא רויחי ואמרו אמן


 


שלום בערגער


פֿון דער „מעלות“־רובריק „חנוך לנער“ [כּלומפּערשט]


מאמר כ´ – קריגערייען צווישן קינדער


פראגע: איך האב צען קינדער בלע"ה, און זיי שלאגן זיך ווייניק. לעצטע חודש האב איך נאר געדארפט שמייסן פינף פון זיי, און דאס צוליב א קלייניקייט. מיין מאן לערנט שטענדיק אין כולל און העלפט אסאך אין שטוב, למשל ווען ער עסט אלץ אויף זיין טעלער און מאכט ווייניקער חוזק פון מיין מאמע. (אמת, מיין מאמע טראגט א שייטל וואס פאסט ניט צו איר קאפ, און עס באמבלט אהין און צוריק ווי א טרייפע לולב, נאר זי קען דאס ניט העלפן.) כ´דאנק דעם אויבערשטן פאר זיין חסד.


אבער לעצטנס קען איך זיי ניט קאנטרלירן, ניט מיט גוטנס און ניט מיט שמייסן אויך ניט. אנגעהויבן האט זיך עס פון דער רגע, ווען מיין מאן האט אריינגעבראכט אין שטוב א נייעם קאמפיוטער. ער האט געזאגט, אז ער געפינט הונדערער הערליכע שיעורים אן ליין וואס מע קען ניט הערן אין ברוקלין. איך ווייס ניט פאר װואס ער דארף פארמאכן די טיר זיך צוצוהערן צו זיי, נאר ס´איז דאך א מצוה.


ניין, די פראבלעם שטעקט אין עפעס א ווונדערבארן שיעור וואס הייסט "קאטלע". ער רעדט כסדר וועגן דעם, און די קינדער האבן זיך אין דעם אנגעכאפט. זיי ווילן לייענען זייער "קאטלע" יעדן טאג, און עפעס וועגן דעם איז זייער קאמיש, איך פארשטיי ניט פאר וואס. כ´פארשטיי ניט דעם קאמפיוטער און כ´וויל פארשטיין מיט וואס מע עסט דאס דעם קאלטע.


ענטפער: אײער הייליקע שליחות ווי א מאמע און א פרוי איז צו העלפן אויפציען די קינדער אין די תורהדיגע דרכים. קאטלע קאניע איז איינער פון די סגולות בדוקות צו האלטן אייער קינדער אויפן דרך, און ארויסצוהעלפן אייער מאן מיט מצוות תלמוד תורה.


וועגן די אנדערע פראבלעמען וואס איר האט דערמאנט, צום ביישפיל דאס שייטל וואס באמבלט אהין און צוריק, האבן מיר שוין געשריבן וועגן דעם אין חנוך לנער. ביטע קויפט דעם נומער פון תשרי תשסב.


 


Sholem Berger


[excerpted from Aish HaTorah]

The wonders of Hashem - A Personal Testimony

by Collin (now Yekusiel) McDonague

 

I was just another Brooklyn hooligan, tooling around on the streets and waiting for the next "hit" of "stuff" from my "friends". My life was an endless saga of broads, booze, and something else that begins with "b." I lived in a stupor, a haze. I wanted only pleasure. But I thought, deep in my heart of hearts, isn't there something more?

 

My father, when he cursed at me and hit me over the head with his cask of whiskey, had always muttered something about "your crazy Jew mother." Little did I know that Hashem, whose wisdom exceeds human understanding, put that curse into his mouth, that I should know the true glory of my heritage!

 

Then I found a printout on the street.  It was in Yiddish, which I didn't understand, but the arrangement of the letters, those 22 spidery objects, was so entrancing, I decided to learn the language. After many years of self-study and training in yeshiva, I began to be able to decipher the writings of someone called Katle Kanye. He told me all I needed to know about Hashem and his ways in the world.

 

I drink no more and I attend Torah study daily. I am also single, 35-40, 5 foot 3 inches, with a long red beard. I play the bagpipe and curse more than I should, but that is a mida (attribute) that I hope to fix, with Hashem's help.

 

Thank you Hashem for Katle Kanye!

 

...ואחד הממעיט


girl!


congratulations on the most clever blog in existence. no drushe or muser shmies; i leave that up to you
mazal tov!



ישמחו במלכותך קוראי קטלא! אַ דאַנק אײַך אַלעמען וגם את אשר איננו פּה פֿאַר די װאַרעמע װערטער און מערטשעם איבער אַ יאָר אין פֿרײדן.

נכתב על ידי , 6/11/2003 16:49  
6 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



במטותא מינייכו


מורי ורבותי! ס'איז שױן דורך די שבעת ימי משתה פֿון דער ערשטער געבורטסטאָג פֿון דער אתרא קדישא הדין און מיר װילן מיר װאַרעם באַדאַנקן דער וועד השמחה װאָס האָט צוגעשטעלט מילים כּדרבונות און מער װי אײן עט סופֿר מהיר. ר' אײַזיק, ר' קטינא, ר' יושב על הגדר וכל הקהל הקודש וגם לרבות דער כּביכול אַלײן האָבן זיך אַלע אָפּגערופֿן מיט אַ ברײט האַרציקײט און אונדז מהנה געװען בטוב לבם מיט חידודי דאורייתא. אַ דאַנק אױך פֿאַר די װאָס האָבן אַרײַנגעשיקט פּריװאַטע חידושים. איך װאַרט נאָך אױף אײן הבטחה און מיר װעלן אַלעס מערטשעם אָפּדריקן.

 

ישלם ה' פּעלם ותהא משכּרתם שלימה און אם ירצה ה' בײַ אײַך אַלע, כּולל דער פּה מפּיק מרגליות, ר' יאַנקל, אױף שמחות בקרוב ובניקל, און צו ר' יאַנקל בפֿרט זאָג איך כּל המתפּלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה.

 

עהעם העם. מורי ורבותי מיר האָבן טאַקע צוגעזאָגט אַז מען מאַכט נישט קײן אַפּיעל אָבער, אַנטשולדיקט איר קענט בלײַבן זיצן, אָבער עת לעשות לה. איך װעל אײַך לאַנג נישט אױפֿהאַלטן און מען גײט שױן טײלן דער פֿלײש אָבער הערט אױס נאָך אַ מינוט.

 

מע דערצײלט אַז דער הײליקער רבי ר' זושא זכיסע יאָגן אָלײַנע האָט אַמאָל אױפֿגעהױבן די אױגן צום הימל און געזאָגט 'זישע דאַרף געלט'. ס'איז נישט דורך אַ שיעור הילוך מיל און ס'האָט זיך אױפֿגעמאַכט דער דאַך און ס'איז אַרײַנגעפֿאַלן אַ זאַק גאָלדענע מטביעות. מיר זענען לײדע נישט שטיב מענטשן בײַם פּמליא של מעלה און מיר מיזן זײַן אַ תובע בפּה אױף אַן העפֿטלעכערער אופֿן. מיר פֿאַרמאָגן אױך נישט אַ ברודער װי דער נועם אלימלך װאָס זאָל אײַנטײַטשן לײַכטע פּסוקים צו מאַכן שװערע קעשענעס. (זעט נועם אלימלך פּר' קורח אױף לא חמור אחד נשאתי מהם.) הרבה דרכים למקום און מיר מײנען בײדע דאָס זעלבע, ממילא הײבט זיך אָן אונדזער בקשה מיט ברם דא עקא אין הקומץ משביע את הארי וכו' וכו'

 

נמנו וגמרו אַז טוב לא לאדם שלא יכתוב משיכתוב ועכשיו שכּותב ימשמש בכּיסו ואיכּא דאמרי יפּעטשע מעטשע בכּיסו. ואם אין אתה נותן בגיני תן בגין אשתי ואם אין אתה נותן בגין אשתי תן בגין בני ובנותי אָבער אַעיקר תן און אחד המרבה ואחד הממעיט... וכל המוסיף מוסיפֿין לו.

 

מורי ורבותי, מען טײלט שױן אָט אָט דער פֿלײש, מיר װילן נאָר קודם װאַרעם באַדאַנקן די מיטאַרבעטער פֿון דער באַװעבטער ייִד כּל אחד בשמו הטוב יבורך װאָס טון זיך מטריח זײַן צאַמצונעמען די הבטחות פֿאַר אונדזערט װעגן. די װאָס װילן זײַן אַ מתן בסתר קענען אָנזאָגן מיט זײערע פּדיון אַז מען זאָל נישט אַרײַן טראָגן צום רבין זײערע נאָמן און ס'װעט שטײן אױפֿן קװיטל בלױז עבדך בן אמתיך.

 

אין דעם זכות זאָלן מיר זיך קענען מחזק זײַן און שרײַבן בלאָגס עד בלי די װי די משנה זאָגט אם אין פּײפּאַל אײן בלאָגס, אם אין בלאָגס אין פּײפּאַל.

נכתב על ידי , 4/11/2003 14:42  
9 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 





67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)