לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    פברואר 2004    >>
אבגדהוש
1234567
891011121314
15161718192021
22232425262728
29      

2/2004

קול רנה וישועה באהלי צדיקים


ס'איז מיר אַ כּבוד צו קענען אױסקלאַפּן אױף מײַן װירטואַלן בימה די שמחה פֿון צװײ נײַע בלאָגס אין מאַמע לשון. אײנס, ייִדישער װעלט, איז  א װירטואַלע לוח מודעות פֿון די סאָרט װאָס מען לײענט דער ערשטער האַלב װען מען װאַשט זיך די הענט נאָכן מקווה און דער צװײטער האַלב בשעת די הללויהס. זײַענדיק אינעם עולם הנעץ קען עס לאָזן װיסן פֿון געשעענישן אין דער גאָרער ייִדישער װעלט און ס'דאַרף נישט חושש זײַן אַז מען װעט אַראָפּרײַסן אָדער אָנקאַטשקן די צעטלעך. פֿון צײַט צו צײַט איז דער מלקט מוסיף אַ נופֿך משלו װי אַן אַרײַנפֿיר צו װאָס ער ברענגט צו שלעפּן. אַלגעמײן איז עס אָבער מער אַ װעגװײַזער צו זײַטלעך און אַרטיקלן מיט אַ ייִדישע טעמע. ברם זכור לטוב האי גברא אַז אױף זײַן זײַטל איז ער אַ פּלוראַליסט און איז כּולל אַלע סאָרט און אַלע פֿאַרב ייִדישקײטן װאָס געפֿונען זיך אױפֿן גאָרער װעלט. אײן קשיא האָב איך נאָר פֿאַרװאָס דער כּתיב פֿון זײַן טיטל איז יודישער מיט אַ װאָװ. אפֿשר איז דער פּסוק אין די װאָכעדיקע סדרה, װים לעמודים, צו דעם אַ רמז, אָבער אין לי עסק בנסתרות.

 

והשנית איז אַ זײַטל װאָס האָט נאָר װאָס אױפֿגעשטעלט זײַן קראָם און שױן װײַזט ער זיך אױס אַז ער קען שרײַבן היפּש מער װי שם משמעון. דער בעל־מחבר רופֿט זיך בר־פּחתי. דאָס איז בלשון סגי־נהור פֿאַרשטײט זיך און אױפֿן דרך פֿון תלמידי בעל־שם װאָס מחמת רוב ענותנותם שרײַבן זײ פֿאַר זײערע נאָמן הקטן. אַזױ גרױס װי זײ איז ער אָבער נישט. זײ זאָגן חלילה נישט אַרױס אַ דבר שקר פֿון זײערע מױל און זײערע קטנות איז אמת וּיציב װײַל הודאת בעל דין כּמאה עדים דמי. מה שאין כּן אונזער בר־פּחתי איז יאָ אַ שטיקל בעל מגזים און אױף אים מיז מען זאָגן אין אדם משים עצמו רשע. װיבאַלד איך בין כּלפּי אים אַ נוגע קען איך בלױז זאָגן לײענט אים און באַשליסט אַלײן מה טיבו.

 

זאָל השי"ת העלפֿן אַז ס'זאָלן נתרבה װערן נאָך ספֿסלי בית המדרש און צוזאַמן זאָלן מיר אַרױפֿריקן ייִדיש צו דער אױבן־אָן פֿונעם נעץ.

 

עיקר שכחתי׃ איך װײס נישט װאָס פֿאַראַ פּראָצענט פֿון מײַנע לײענערס זענען נשים צדקניות, כאָטש אױף אַזױ פֿיל װײס איך אַז ס'געפֿונען זיך איטליכע חסידים אױפֿן צװײטן זײַט מחיצה אױך. אפֿשר װײַל זײ קומן װײניקער אין שיל און זײ שמועסן אױך װײניקער װען זײ קומן שױן יאָ קומט זײ נישט אַזױ אױס צו הערן אײנער פֿונעם צװײטן װעגן מײַן זײַטל. דבר אחר אפֿשר װיבאַלד קאָמפּיוטערס געפֿונען זיך מער אין אַרבעטס פּלעצער װי אין הײליקע ייִדישע שטיבער קומט זײ נישט אױס צו גליטשן אַזױ פֿיל. װי נאָר, װאָלט געװען שטאַרק אינטערסאַנט צו לײענען אַ בלאָג אױף ייִדיש מיט אַ קוק װינקל פֿון דער עזרת נשים, פֿון אונטער דער טורבאַן, פֿונעם הענטל פֿון דאָס קינדער װעגעל, פֿונעם צװײטן זײַט מחיצה צו הערן פֿון די װירטואַלע תשעה קבין. איך װיל קײנעם נישט חלילה פּאַטראָניזירן, אָבער שרה אמנו האָט זיך אױך געפֿינען אין דער געצעלט און פֿון דעסטװעגן איז זי געװען אַ גרעסערע מבין אױף פֿאַנטאַסטישע נביאות װי אברהםן. נאָך מער, זי האָט געקענט לאַכן און שפּעטן אױך, איז לאָמיר הערן פֿון אירע אײניקלעך אַביסל.

נכתב על ידי , 23/2/2004 22:59  
27 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



ואלה המשפּטים


פּרשת משפּטים איז אַ פּרשת־דרכים אָדער װי מען זאָגט אױף ענגליש אַ 'טורנינג־פּױנט'. דער יאָר הײבט זיך אָן מיט די שײנע מעשות פֿון ספֿר בראשית װי מען באַשאַפֿט אַ װעלט, מען פֿאַרפֿלײצט אַ װעלט, מען דרײט איבער שטעט און מען מערדערט שטעט. די באַציונגן צװישן די מענטשן זענען אױך געשפּאַנט און אָנגעצױגן. מען האָט חתונה אָן שידוכים, מען קישט זיך אָן חתונה האָבן און מען האָט חתונה מיט צװײ שװעסטערס. טאַטעס שחטן קינדער, קינדער פֿאָפּן אױס עלטערן, טעכטער גנבנען פֿון טאַטעס און זינען ליגן מיט שטיף־מאַמעס. און װען ס'קומן צו ברידערס װערט עס אינגאַנצן יום־טוב. ברידערס הרגענען זיך, ברידערס פֿאַרקױפֿן זײערע ערשט־געבאָרטסשאַפֿט און ברידערס ליציטירן זיך אױף איבײ. אַקיצור אין ספֿר בראשית טוט זיך אַ װעלט און מען לעבט װי גאָט אין פּאַריז. קומט אָבער ספֿר שמות און ס'װערט אַ נײַע פּרשה.

 

ראשית־כּל פּײַניגט מען און מען דערקוטשעט די ייִדן די יאָרן. זײ באַקומן אַ טעם װאָס ס'מײנט צו זײַן גאָטס באַליבטער. און נישט נאָר פֿון זײערע שונאים נאָר אױך פֿון גאָט אַלײן. ס'שטײט אַז פּרעה האָט אָנגהױבן מיט אַ פּה־רך, אַ װײעך מױל. ערשט האָט ער אָפֿערירט באַצאָל און דערנאָך האָט ער זיך באַדינט מיט די בני־ישראל װי קנעכט. להבדיל אלף הבדלות גאָט האָט נישט אַסאַך אַנדערש געטון. װען משה רבינו איז אָנגעקומן קײן מצרים האָט ער געזאָגט אַז מען גײט האָבן אַ פֿעסטיבאַל, חג ה' לנו. ס'װעלן קומן באָסעס און מען װעט פֿאָרן און מען װעט זען און ס'װעט זײַן פֿעסט. זענען די בני ישראל נאָר װאָס געקומן אױפֿן צװײטן זײַט ים־סוף װען מען האָט זיך נישט געקענט מער אױסדרײען האָט מען זײ באַלד מרמז געװען מיט ויאמר אם שמוע תשמע לקול ה' אלקיך פֿון װאָס פֿאַר אַ פֿאָן מען רעדט דאָ. װען אין פּרשת יתרו האָט מען זײ געסטראַשעט אַז מען גײט נאָר װאָס צו צום באַרג איז אחת דתו האָט שױן אַיעדער פֿאַרשטאַנען במה דברים אמורים. צו דעם קומט פּרשת משפּטים מיט אַלע דינים און פּשעטלעך און דער ערשטער פֿון די דרײַ לא תבשל גדיס און אפֿילו די שפֿחה על הים האָט פֿאַרשטאַנען װאָס פֿאַר מילעך און האָניק מען װעט דאָ לעקן.

 

מען קען זיך אָבער נישט צופֿיל אָפּרעדן װײַל פּאָזיטיװע זאַכן װערן אױך אַנטפּלעקט. פֿון משה רבינוס למה הרעותה לערנט מען זיך אױס אַז אונזערע גאָט קען מען באַשולדיקן. זאָל זיך קײנער נישט לאָזן אױסנאַרן פֿון די גם זו לטובה מעשהלעך אַז אונז דאַרפֿן אױסדרײען צו גאָט דעם צװײטן באַק. װען די ייִדן האָבן זיך אָפּגערעדט אַז זײ זענען הונגעריק און דאָרשטיק האָט זײ משה רבינו נישט געזאָגט כּל מה דעביד רחמנא לטב עביד, ער האָט זײ געזאָגט לא עלינו תלונותיכם כּי על ה'. קומטס נישט צו מיר מיט טענות גײטס צו גאָט. אונז האָבן מיר אַ גאָט װאָס מען קען באַשולדיקן, װאָס מען קען קומן צו אים מיט אַ קל־וחומר, הן בני ישראל לא שמעו אלי ואיך ישמעני פּרעה, און ער װערט נישט באַלײדיקט. פֿאַרקערט אַז מען דאַװענט צו אים איז ער גאָרנישט צופֿרידן. משה רבינו האָט געדאַװענט בײַ דער יס־סוף האָט אים גאָט געזאָגט מה תצעק אלי. יעצט איז נישט קײן צײַט פֿון מאַכן מנינים און זאָגן תהילים, דבר אל בני ישראל ויִסעו, געב דיך אַ שאָקל און פֿאַרדרײ נישט אַ קאָפּ. און דאָס מײנט טאַקע דער פּסוק מי כּה' אלקינו בכל קראינו אליו. איז טאַקע דאָ נאָך אַ גאָט װאָס װען מען דאַװענט צו אים זאָגט ער האַק נישט אין טשײניק? סטראַשעט מיך נישט מיט אַ הוק אָפּ פֿון צען צױזענט קינדער זאָגן תהילים װײַל איך האָב צו דעם נישט געדולד. בעסער זאָגט אַביסל המבלי אין קברים במצרים און טוט װי איך אַלײן האָב אײַך געראָטן: מי בעל דברים יגש אלי.

 

**********************************
איך מיז מיך מיט אײַך טײלן מיט אַ װאָרט װאָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן הײַנט אינדערפֿרי. איך קען אײַך זאָגן גענױ װען ס'איז מיר אײַנגעפֿאַלן. מײַן װעקער זײגער האָט אַ דרימל קנעפּל װאָס אַז מען דערלאַנגט עס אַ קװעטש נאָך ס'הײבט אָן צו קלינגן װערט עס שטיל אױף אַ פּאָר מינוט און דערנאָך הײבט עס װידער אָן צו קלינגן. אָנגעפֿער װי די שמועסערס אין שיל נאָך מען זאָגט זײ שאַ שאַ. די פֿינעף מינוטן זענען אָבער נישט אַ געהעריקע שלאָף. בײַ מיר איז עס אַ חשבון הנפֿש צײַט. איז עס טאַקע כּדאי אױפֿצושטײן? װיל איך טאַקע טון װאָס איך טו? אין בעט איז פֿײַן װאַרעם און אינדערױסן איז ביטער קאַלט און מאַכט דען אױס נאָך אַ פּאָר מינוט אין בעט. בדיעבד קען איך לײגן טלית און תפֿילין און אָפּזאָגן די ד' פּרשיות און דאַװענען װעל איך שױן דאַװענען אונטערװעגענס. ביז עס קלינגט נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל און מען געט אַ טאַנץ אַרױס פֿון בעט װי נחשון איז אַרײַנגעטאַנצן אין דער ים־סוף.

 

הײַנט אינדערפֿרי איז מיר אָבער אײַנגעפֿאַלן אַ װאָרט. דער װאָרט גײט אַזױ. די װאָכעדיקע סדרה הײבט זיך אָן ואלה המשפּטים אשר תשים לפֿניהם. איז ידוע דער זוהר הקדוש דין רזא דגולגליא. גולגליא דאָס איז מרומז אױף קדושת יוסף הצדיק װײַל גלגל איז אַ קאָפּ װי ס'שטײט בײַ דער מן עומר לגלגולת. אַ קאָפּ איז מרומז צו יוסף הצדיק װי עס שטײט תבואתה לראש יוסף. קומט אונז דער זוהר הקדוש מרמז זײַן אַז מיט לימוד התורה קען מען מתקן זײַן אױף די האַרבע עבירה. איך האָב געװאָלט בױען אױף דעם אַ בנין מיט אהבתי את אשתי ואת בני אָבער ס'איז שױן געװען צו שפּעט.

 

אַז מען רעדט שױן פֿון ענינים פֿון שובבי"ם איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז טאָמער װיל עמעצער מוחה זײַן אױף דזאַנעט דזאַקסאָנס מעשה פּאַסקוטניע, קען ער פֿאַר דאָס קעפּל פֿון זײַן קול קורא פּאַראַפֿראַזירן דער נביא אין מגלת איכה׃ גם דזאַנעט חלצה שד.

 

*************************************
און אַז מען רעדט שױן פֿון פּרשת משפּטים מעג מען זיך דערמאַנען פֿון משפּטים אין חדר. רש"י זאָגט כּשלחן ערוך װי אַ געלײגטער טיש און דער מױל האָט אָנגעהױבן צו װאַסערן. ביז בגפּו יבא האָט מען שױן לאַנג געהאַט פֿאַרגעסן פֿון געשמאַקע טעמים. דער באַליבסטער חכמה פֿון די מלמדים איז געװען צו פֿרעגן טײַטש פֿון ואם שלש אלה לא יעשה לה. זאָג נאָר די דאָרט װעלכע דרײַ זאַכן? דער עם־הארץ האָט גענטפֿערט שארה כּסותה ועונתה און געכאַפּט פֿאַר דעם װײַל ער האָט נישט אױסגעהערט דער רש"י. די תלמידי חכמים האָבן אױפֿגעהױבן זײערע הענט, אױסגעשטרעקט אַ פֿינגער און עס נאָכמער אױסגעצױגן מיטן צװײטן האַנט און געשריגן אָ אָ אָ רבי רבי אָ אָ. דער רבי האָט געזאָגט לײגטס אַראָפּ די הענט װעמיר זען װיפֿיל עטס קענטס װען מען װעט ענק פֿרעגן, און באַלד האָט ער געפֿרעגט װאָס איז טײַטש ועבדו לעולם. אַ שאָד ס'איז קײנעם נישט אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן צי ה' ימלוך לעולם ועד מײנט אױך ביז יובל. שפּעטער האָט מען געדאַרפֿט געדענקן נזק צער שבת ריפּוי און בושת. דער רבי האָט דערצײלט דער מעשה מיטן לײטער אױף והאלקים אנה לידו װיאַזױ װעם ס'איז באַשערט צו שטאַרבן װעט שטאַרבן. ער האָט ערקלערט פֿאַרװאָס מען באָרט פֿאַר אַ קנעכט זײַן אױער און ס'האָט זיך געהערט אַזױ לאָגיש. און אַז אַ גנב דאַרף צאָלן טאָפּעלט און נישט אַ גזלן װײַל דער גזלן האָט פֿאַרשטעקט סײַ דער באַשעפֿער און סײַ די מענטשן כּלומר ער איז נישט צו גאָט און נישט צו לײַט און דערפֿאַר איז ער גאָר אַ צדיק. גײ פֿאַרשטײ.

 

פֿון די צװײ שענסטע װערטער אין די װאָכעדיקע סדרה געדענק איך נישט אַז מען זאָל האָבן געמאַכט אַן עסק. די תורה זאָגט מען אַז דאַרף אָפּגעבן פֿאַר אַן אָרעמאַן זײַן דאָכענע װײַל 'במה ישכּב'. ס'איז מיט אַ באַזונטערטע זקן קטן און סקלינגט אַסאַך שענער װי די אַנדרע צװײ װערטער אין די װאָך, נעשה ונשמע.

 

נעשה ונשמע איז אָבער דער סוד פֿון ייִדישקײט. אני מאמיןס האָט מען נישט געגעבן אױף באַרג סיני. פֿאַרקערט, נאָך די ייִדן זענען אַרױס פֿון מצרים האָבן זײ זיך געװוּנדערט צי היש ה' בקרבינו אם אין, און ס'האָט זײ קײנער נישט קלאָר געמאַכט. ייִדישקײט איז אָבער נישט װעגן גלײבן נאָר װעגן טון. דערפֿאַר איז גאָט אַזױ צופֿרידן געװען מיטן נעשה ונשמע אַז ער האָט פֿון זײ באַקומן אַן אָפֿענע טטשק אַז זײ װעלן פֿאָלגן צי עס קלאַפּט צי נישט.

 

און איך צאָל אױך אױס אױפֿן טשעק.

נכתב על ידי , 20/2/2004 02:16  
9 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



המקום ינחם...


נישט פֿאַר אײַך געדאַכט בין איך יענער װאָך געװען מנחם אבל זײַן אַ ייִד װאָס דער פֿאָטער איז אים לא עלינו אַװעק. װי דער מנהג איז װען מען קומט אַרײַן צו אַן אבל אין דער הײם, האָט געהערשט אַ שטילקײט. אין דעם פֿאַל איז געזעסן דער אבל אײנער אַלײן מיט די טרײסטערס װאָס האָבן אים אַרומגענומן װי אַ האַלבע לבנה.

 

ס'איז געװען דאָנערשטיק נאַכט װען כּלל ישראל לײגט זיך שפּעט נאָך אַ שיעור אור החייִם הקדוש און אַ טעלער טשולענט. דערצו איז עס אױך געװען דער לעצטער נאַכט װאָס כּידוע האָבן ייִדישע קינדער ליב אַלעס איבערצולאָזן צום לעצטן מינוט, און נאָר פֿאַרדעם האָט מען זײ געהײסן מוסיף זײַן מחול על הקודש װײַל אַז נישט װאָלטן זײ אַלע פֿאַרשפּעטיקט. פֿאַרדעם האָט אױך משה רבינו געזאָגט כּחצות הלילה װײַל שפּילט דען אַ ראָלע אַ פּאָר מינוט בײַ אַ פֿאָלק װאָס האָט געװאַרט פֿיר הונדערט יאָר און װאָס האָט נאָך צו װאַרטן װײס איך װיפֿיל ביזן אלף השישי? און משה רבינו האָט דאָך געזאָגט כּחצות הלילה אױף ערב פּסח װען אַ ייִד לױפֿט אַרום װי אַ הינדל אױף ערב יום כּיפּור מאַכן אַ סיום און אַרײַנכאַפּן דער לעצטער חמצדיקער פֿרישטיק, פֿאַרברענען דאָס חמץ, כאַפּן די קלינערס פֿאַר זײ שליסן, טובלן די נײַע עסצײג, גײן אין מקווה, באַקן מצות, אַראָפּנעמן די הגדות, רײַבן דער מרור און זיך אַריבערציען צום שװער. פֿאַרדעם האָט משה געװוּסט אַז מען קען נישט זײַן צו פּינקטלעך װײַל טאָמער װעט אָנקומן אַ שײנער ייִד װאָס דאַרף אַ פּאָר מצות װעט די חבורה דאַרפֿן באַקן אַ ביסל לענגער און אַלעס װעט פֿאַרשפּעטיקן. און פֿאַרדעם האָבן חז"ל אױך פֿאַרבאָטן חמץ אױף ערב פּסח פֿונעם זעקסטן שעה און װײַטער װײַל װען נישט װאָלט מען געמאַכט דער סעודת בכורים צוזאַמן מיטן עירוב תבשילין. ועל כּולם בנות ישראל החמירו על עצמן אַז מט"ו בשבט ואילך טאָר מען שױן נישט אַרײַן נעמן חמץ אין די קינדער שטיבער.

 

איז געװען דעם ייִדס מזל אַז זײַן שבעה האָט זיך אױסגעלאָזט דאָנערשטיק בײַ נאַכט און ס'איז געװען מײַן מזל אָנצוקומן בלילה ההוא. זענען דאָרט געװען אַ היפּש פּאָר מענטשן. מען זיצט, ס'איז שטיל און מען קוקט זיך אים װאַרטענדיק װער װעט האָבן דער קוראַז צו זײַן דער ערשטער צו װינטשן המקום ינחם אתכם... אַז איך בין אַרײַן געקומן האָבן זיך אַלע אױסגעדרײט און געהאַט אַ פֿרישע זאַך זײ צו אינטערסירן. מען האָט מיך צוגעװיזן װוּ איך קען זיצן. אַז מען האָט שױן געמאַכט הקפֿות מיטן תחת אױפֿן זיץ איז געװאָרן אַ געלעגנהײט פֿאַר אײנער זיך אױפֿצוהײבן און זאָגן המקום, און אַז אײנער זאָגט זאָגן באַלד אַלע און אַזױ איז געװאָרן פּלאַץ. די שפּעטקומערס פֿונעם פֿריערדיקע חבורה האָט עס נישט געפּאַסט אַרױסצוגײן מיט דער חבורה האָבן זײ זיך צוגעריקט צום פֿאָרענט, ואני בתוכם. מען זיצט און מען זיצט און מען זיצט. ערשט באַטראַכט מען יענעמס סאַלאָן, די ספֿרים אינעם שראַנק, די בילדער אױפֿן װאַנט, די טשאַטשקעס אױפֿן זײַט און די האַנטעכער אױפֿן שפּיגל. דערנאָך קוקט מען אַראָפּ אױף דער ערד און מען צײלט די פֿראַנזן אױפֿן טעפּעך און פֿון דאָרט קען מען נישט נישט־באַמערקן און באַװוּנדערן דעם אבלס שטעקשיך.

 

שטעקשיך בײַ הײמישע ייִדן לאו מלתא זוטרתא הוא. װוּ נאָך מאַכט זיך אַז אַ ייִד װאָס לײגט רבינו תם תפֿילין זאָל אָנטון אַ ברױנע לבוש? אָדער אַ לבוש מיט אַ צײכענונג? און װעלכע אַנדרע לבוש פֿאַרלאָזט זיך אַ ייִד װאָס גײט אַיעדער אינדערפֿרי אין מקווה אַז זײַן ייִדענע זאָל עס אים קױפֿן? אמת זי קױפֿט אים אױך העמדער, אונטערװעש און שטרימפּ, אָבער װאָס איז דען דער קונץ? העמדער און אונטערװעש זענען װײַס און שטרימפּ זענען שװאַרץ אָדער װײַס איז פֿאַרשטײט זיך אַז מען קען זיך אױף איר פֿאַרלאָזן. אָבער אַנדרע לבושים? זי קען נאָך אַהײם קומן חלילה מיט אַ העלן רעקל און שמאָלע הױזן װאָס דערגרײכן ביז די שיך. על פּאַנטאָפֿל אָבער לא גזרו רבנן און פֿאַרדעם זען אױס ייִדישע קינדער אַזױ פּאַטעטיש אױף תשעה באב און יום כּיפּור װען זײ שטײן יחיפֿי רגלייִם מיט ברױנע, רױטע, גרינע און פּערפּעלע שטעקשיך. מאַכט זיך לא עלינו ולא עליכם אַן אָבל איז דאָ גענוג צײַט און גאָר װײניק װאָס צו טון ממילא קען מען גוט באַטראַכטן די אָ פּאַנטאָפֿל.

 

אַז מען האָט געענדיקט דאָס צו שטודירן קען מען באַװוּנדערן דער פֿיטער פֿונעם רעקל װאָס װערט אַנטפּלעקט נאָך מען רײַסט קריעה. װער װאָלט געגלײבט װאָס ליגט דאָרט פֿאַרשטעקט. די אױגן פֿאָרן פֿונעם רעקל צום פּנים און מען קוקט אים אַרײַן אין פּיסקל, מען צײלט אים די האָר פֿונעם נאָז און מען דרײט שנעל אַװעק די אױגן װען מען קומט צו זײ אָן. דער אבל מיז נעבעך זיצן װי אַ לינדז אָן אַ מױל און װי אַן אױסלײג אין אַ געװעלב־פֿענצטער װאָס דער װעלט קומט קוקן.

 

ענדליך רופֿט זיך עמעצער אָן 'װי אַלט איז געװען דער טאַטע?' די בענקלעך פֿײַפֿן װען אַלע טרײסטערס בײגן זיך צו צו הערן דער תירוץ אױפֿן קשיא װאָס איז זײ למעשה אױך אײַנגעפֿאַלן אָבער זײ האָבן געמײנט אַז אפֿשר איז עס נישט צו דער זאַך. דאָ הײבט זיך אָן פֿאַרן אבל אַ פֿרישע פּראָבלעם. דער אבל איז אַ געװאָרענע. נישט אַ בעל־תשובה חלילה, באַלײדיקט אים נישט. אָבער למעשה איז הורתו ולידתו שלא בקדושה און זײַן שבעה איז נישט אַזױ װײַט אױף זײַן טאַטע װי אױפֿן שבעה אַלײן, אַז ער דאַרף זיצן שבעה נאָך אַזאַ טאַטע. כּל זמן זײַן טאַטע האָט געלעבט אַז מען האָט אים געפֿרעגט װוּ װױנט דײַן טאַטע האָט ער געענטפֿערט 'אױפֿן איסט־סײַד' און באַלט פֿאַרפֿירט דעם שמועס. יעצט אָבער אַז דער טאַטע לעבט שױן נישט מיז ער אָפּגעבן דין וחשבון, 'װוּ איז ער געבױרן?' 'אַזױ, הײסט עס באַלד נאָכן ערשטן קריג, און אין אַמעריקע? אינטערסאַנט. און פֿון װוּ איז זײַן טאַטע געװען? און זײ האָבן זיך געהאַלטן הײמיש? אַזאַ מסירת נפֿש!' דער אבל זאָגט גאָרנישט און זײַן שטימעניש דינערט אין די אױערן. ס'װערט װידער שטיל און אײנער פֿרעגט צי ער האָט נישט קײן געשװיסטער. יאָ ער האָט אַ ברידער און אַ שװעסטער. די שװעסטער װױנט אין ארץ ישראל און זײַן ברידער איז געזעסן שבעה מיט אים די ערשטע פּאָר טעג. 'װאָס טוט דײַן ברידער?' פֿרעגט אײנער. 'אַ טראָק דרײַװער'. די װערטער זענען געבליבן הױדען אין דער לופֿט װי אױף אַ תליה.

 

אַז מען קען נישט רעדן אױף װאָס מען איז געקומן קען מען רעדן פֿון אַנדרע אבילים און פֿון דעם האָט זיך דער אבל מחייה געװען. מען האָט גערעדט פֿון טױטע און פֿון קראַנקע און פֿון קראַנקע װאָס עד כּדי כּך אַז מען האָט זײ צוגעגעבן אַ נאָמן. (ס'איז צו באַמערקן אַז װען מען זאָגט אַז מען האָט עמעצן צוגעגעבן אַ נאָמן אַנשטאָט זיך צו פֿרײען אַז יעצט װעט ער לעבן װײַל דער מלאך המוות װען נישט געפֿונען זײַן נאָמן אינעם טעלעפֿאָן ביך, קרעכצט מען אַז ס'האַלט שױן אַזױ שמאָל.) דערנאָך האָט מען גערעדט פֿון אַן אַנדרען קראַנקע װאָס זײַן טאַטע איז אים געקומן באַזוכן פֿון אױסלאַנד און דער געזונטער טאַטע האָט מקפּיד געװען אַז דער קראַנקע זין זאָל אים װאָס מער באַדינען. דער טאַטע האָט אַװדאי רעכט װײַל שטײט דען נישט בײַ כּבד את אביך למען יאריכון ימיך?

 

ס'איז װידער שטיל, דער זײגער װײַזט שױן עלעף דרײַסיק אָבער הנה לא ינום ולא ייִשן כּלל ישראל. ייִדן קומן אַרײַן 'ס'איז נישט צו שפּעט? ס'איז נישט צו שפּעט?' נאָך אַזאַ שטילקײט בין איך געװען דער העלד און געזאָגט 'המקום ינחם אתכם... און איר זאָלט נישט װיסן פֿון קײן צער' און אַלע אַנדרע האָבן מיר נאָכגעמאַכט. מיר האָבן זיך אױפֿגעהױבן און די פֿון הינטן האָבן זיך אַרױפֿגעריקט. אַז מיר זענען אַרױסגעקומן אױפֿן גאַס קומט צו לױפֿן אַ ייִד 'מע קען נאָך אַראַנגײַן?'

נכתב על ידי , 9/2/2004 19:48  
17 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



אַ שאלה


פֿאַר אַ פּאָר װאָכן האָב איך אָנגעהױבן אַ נײַע אַרבעט. די פֿירמע איז נישט אַ ייִדישע אָבער פֿרײַטיק לאָזן זײ מיר פֿרי אַהײמגײן.

 

איך שפּיר מיך אַ ביסל שולדיק װײַל װען איך זאָל זײ זאָגן װיפֿיל איך גלײב אָדער װי זיכער איך בין אין דער רעליגיאָן װאָס צוליב דעם לאָזן זײ מיר פֿרי אַהײם גײן װאָלטן זײ אפֿשר נישט אַזױ שנעל מסכּים געװען.

 

מײַן שאלה איז נישט הלכה למעשה װײַל אין דער סביבה װאָס איך און מײַן פֿאַמיליע געפֿונען זיך איז פֿאַר אונז נישט אַנדערש מעגליך. איך בין אױך נישט אַ מחלל שבת בצנעא װאָס מען זאָל קענען זאָגן אַז איך נאַר זײ אױס. מאידך גיסא איז אלמלא שמרו ישראל שני שבתות מיד היו נגאלין ענדלעך פֿאַר מיר צו קינדער אין חדר װאָס פֿלעגן צו זאָגן אַז טאָמער מען קישט זיך דער עלענבױגן אָדער מען ניסט זיבן מאָל נאָכאַנאַנד קומט משיח. איז ממילא פֿאַרװאָס זאָלן אַנדרע זיך מטריח זײַן פֿאַר מײַנע קולטורע לוקסוסן װאָס זענען בײַ מיר נישט געבינדן צו אמונה שלימה? אָדער אפֿשר פֿאַרקערט. רעליגיאָן איז װי ס'האָט עמיצער געזאָגט װעגן געהערן און נישט װעגן גלײבן און אױף דעם זענט איר אַלע עדות אַז געהערן געהער איך װי עס שטײט געבאָטן.

 

איז װאָס פּסקנט איר, טײַערע לײענערס? איך נאַר זײ אױס און בין עתיד ליתן את הדין אָדער איך בין באַרעכטיקט צו פֿאַרלאַנגן מײַנע קולטורע מנהגים?

נכתב על ידי , 6/2/2004 01:30  
22 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 





67,288
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)