לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

קטלא קניא

אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


<<    מרץ 2003    >>
אבגדהוש
      1
2345678
9101112131415
16171819202122
23242526272829
3031     

3/2003

לכבוד פּורים׃ שירת הדג - דער פֿישס ליד


די פֿאָלגענדע שירה האָט מען געהערט פֿון אַ פֿיש אין װיליאַמסבורג 'רבותי דאָ רעדט אַ פֿיש, אַפּיקורסים און ליצים מאַכט נישט קײַן ליצנות. ס'שטײט אַז צדיקים װערן מגולגל אין פֿיש און די גבאים װערן מגולגל אין פֿישערס.'
 
דער שירה איז ברוה"ק נאמרה און ס'איז כביכול שכינה מדברת מתוך גרונה. ס'זאָל חלילה קײנער נישט מײנען אַז דאָס איז עפּעס אַנדערש װי אַ מחלוקת לשם שמים און מיר קרוצי מחומר דאַרפֿן גלײבן אַז אלו ואלו דברי אלקים חייִם.
 
ס'איז געקומן אַ פֿישל קײַן סקװער
ער'ט געפֿרעגט װי װאָס װען װער
מ'האָט אים געגעבן אַ זעץ
'דו װײסט װאָס דו רעדסט?'
דאָ טאָר מען נישט געבן אַ קלער
 
דער פֿיש האָט געגעבן אַ טאַנץ
דער בעלאַבאָס איז אַרײַן אין אַמבולאַנס
דער פֿיש האָט געשװיגן
גאַנץ סקװער האָט געשריגן
'ס'גײט פֿונעם גאַרטל אַ שװאַנץ'
 
דער פֿישל'ס געװעזן אַ קאַלטס
ס'האָט געזאָגט ס'דאַרף אַסאַך זאַלץ
'ציט מיך אַרױס פֿונעם בלאָטע
איך טו װי מײַן טאָטע
מײַן טלית קטן קומט אָן ביז מײַן האַלץ'
 
דער פֿיש האָט געװײנט אױף אַ תיקון
'איך בעט מ'זאָל מײן נשמה דערקװיקן
מ'האָט מיך נישט געלײגט אין אַ לעדל
מ'האָט געמײנט כ'בין אַ מײדל
װײַל מײן טאַטע'ס געװען צו פרום צו קוקן'
 
דער פֿיש האָט געזאָגט בקול רם
'רבותי איך האָב אַ פּראָגראַם
נעמט געלט פעדעראַלע
טײלט אױס פאַר אַלע
אָבער מיך לאָט צורו אינעם ים'
 
דער פיש האָט געװײנט אױף זײן מיתה
'הרגעט מיך נישט מיט אַ שיסער
טוט מײן נשמה אױסבײלן
איך װעל פאַר הילערי װעלן
אַזױ װעל איך אַרױס פֿונעם תפֿיסה'
 
די פֿישעטע האָט גערעדט אינעם שטעטל
זי האָט געבעטן זי װיל האָבן אַ ברעטל
'אין אַ נוסח פון קלאָגן
װעל איך ויקָרב קץ זאָגן
און אַ היט װעל איך גײן אױפן שײטל''
 
אין סקװער װױנט אַ פרױ זי הײסט בײלא
זי האָט געזאָגט זי האָט אַ פיש לעילא לעילא
אױפן רבין רעדט עס
פונעם רביצן שפּעט עס
זי האָט עס געקױפט בײַ אַ מענטש אַ נבילה (Nivelo)
 
דער פישל טײלט אױך שריים
און לױפֿט אין אַ מקווה פֿון מים חיים
ס'שװימט גאָר גיך
מיט שטיװל אָן שיך
'דער סוף איז שױן דאָ'. לחיים!
נכתב על ידי , 17/3/2003 01:38  
5 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



פּורים תורות


כאָטש שכר מצווה בהאי עלמא ליכא, גײן דאַװענען אין שול שחרית צאָלט דיװידענדן פֿאַר מעטיריאַל פֿאַר מײַן בלאָג. אַז איך גײ שבת אין שול קומט מיר נאָר אױס צו זען דער שול אין אירע שבתדיקע קלײדונג אָן קאַװעס און שמות אױף אַלע טישן. די תורה זורנאַלן װאָס װידמן זיך אַזױ שנעל און פֿיל װי אַ בני ברקער פֿאַמיליע זענען אַלע אױפֿן װאָכעדיקע סדרה צי אױפֿן װאָכענדיקע דף,  און חוץ אַז איך װיל עס געבן אַ נעם װען מײַן שכן זאָגט שמע,זענען זײ אַ יקר המציאות. יעדער דאַרף זײ לײנען מיטצוהאַלטן די מזל טובס פֿון די נדבנים און אױך זען עפּעס אַ מעשהלע צי אַ תורהלע װאָס די באַזאָרגערס האַלטן איז פּאַסיק פֿאַר אנשים פּשוטים כמונו. אין מיטן װאָך אָבער װאַלגערן זײ זיך אױף אַלע טישן מיט הגהות און קאַטשקערײַען פֿון כולל יונגעלײַט װאָס זוכן אַ שעפֿערישן אױסגאַנג, און קײנער קוקט אײַך נישט איבער די איקסל װען איר ענדיקט שױן.
 
אָט אַזאַ בלאַט האָב איך אָנגעטראָפֿן די װאָך אױפֿן דף היומי. געשריבן איז עס אין דער מאָדערנע חרדישע סטיל װי מען געט אײַך קרעדיט פֿאַר דער שכל פֿון תינוקות של בית רבן און טאָמער מען זאָגט אײַך נישט אױף יעדען קשיא אַז ס'איז געװאַלדיג און אױף יעדען תירוץ אַז ס'איז הפֿלא ופֿלא האָבן זײ אַ חשש אַז אפֿשר װעט איר נוצן אײַערע אײגענע פֿאַקולטן ר"ל. די מעשות װאָס זײ שטעלן אַרײַן זענען אַלגעמײן פֿון די סאָרט װי אלמנות קומן צו אַ רב מיט אַ ביטערע געװײן אַז זײ זענען נאַקעט און באָרװעס (אױפֿן רב געװוּנטשן) און דער רב מיט זײַן פֿקחות פֿאַרענטפֿערט אַלע קשיות.
 
אין דעם בלאַט װאָס איך האָב אָנגערטראָפֿן איז געװען אַ פּשעטעל אױפֿן דף פֿון יענע װאָך. בצדק תשפּוט עמיתך. איר קענט אין דעם זען אַ פֿעלער? חלילה, אַ יוניװערסאַלע פּרינציפּ װאָס מאַכט אײַך שטאָלץ צו געהערן צום פֿאָלק פֿון דער אַלטע טעסטאַמענט. והוי דן את כל האדם לכף זכות. אַ פּראַכטיקע מאמר חז"ל װאָס קומט מיר אין מוח יעדעס מאָל איך הער דער ענגלישע אױסדרוק benefit of doubt.
 
געט זײ אָבער איבער פֿאַר אַ האַלאַכיסטישע מפֿלפּל און קוקט צו װי ער מאַכט אַ תל דערפֿון. דערבלאַט האָט אַ שאלה צו אַ קטן דאַרף מען אױך דן זײַן לכף זכות. װאָס איז דער הווא אמינא װוּנדערט איר אײַך, פֿאַרװאָס נישט? איר מוסט אָבער פֿאַרשטײן די מפֿלפּלים. זײ קומן פֿון אַ טראַדיציע װוּ האומר על קן ציפּור יגיעו רחמיך משתקין אותו. און כאָטש ס'איז דאָ אָן אַ שיעור מאמרי חז"ל װאָס נעמען אַ מער יומאַניסטישע צוגאַנג איז הײַנט אָבער מלך דער האַרטע נישט בײגװידיקע פּשט. אין אַזאַ װעלט שטײן מחיית עמלק, עיר הנדחת און דן זײַן לכף זכות אױף אײן פֿלאַך, און אַלעס איז אַ באַפֿעל פֿונעם באַשעפֿער. אָט דאָס איז דער הווא אמינא.
 
ס'איז אַ שאלה למעשה אױך. אַז איר זענט אַ מנהל צי אַ מלמד צי אַפֿילו אַ טאַטע און איר כאַפּט אײַער קינד מיט עפּעס מוזט איר װיסן װיאַזױ אים צו באַהאַנדלן. אַז איר גײט אַרײַן אין זײַן צימער אין דער פֿרי און ס'ליגט נישט נעגל װאַסער לעבן זײַן בעט איז אַ שאלה צי איר מעגט אים זאָגן 'שײגעץ אײנער, װאָס האָסט דו דיך נישט צוגעגרײט נעגל װאַסער' צי איר מעגט קלערן אַז ער האָט עס שױן אַוודאי אױסגעגאָסן.
 
דער דף היומי בלאַט האָט אָבער אַ פּשעטל. אַז איר װילט עס גאָר גוט פֿאַרשטײן איז פֿאָלגט מיר און זאָגט עס מיט אַ גמרא ניגון:
 
 אין דער ספֿר שבילי חיים דרונגט ער זיך אױס אַז װיבאַלד דער חפֿץ חיים האָט זיך געמוטשעט צו טרעפֿן װען מען טאָר נישט רעדן לשון הרע אױף אַ קטן, און ער האָט נאָר געקענט געפֿונען אַ היכי תימצא פֿון אַ קינד אַ יתום פֿון טאַטע מאַמע װאָס װױנט אין דער פֿרעמד און אַז מען װעט רעדן אױף אים לשון הרע קען מען אים אפֿשר אַרױסשטעלן פֿון זײַן הײם, איז פֿון דעם געדרונגן אַז רעדן אױף אַ קינד לשון הרע איז נישט קײַן איסור װײַל אַ קינד האָט נאָך נישט אַ כאַראַקטער װאָס מען קען אױף דעם רעדן לשון הרע און װאָס איז הײַנט אַזױ קען מאָרגן זײַן אַנדערש, ממילא איז דער זעלבע זאַך אױך מיט דן זײַן לכף זכות אַז ס'איז נישט דאָ אַזאַ מצווה פֿאַר אַ קטן.
 
הײסט עס אַז נאָך דעם שמע מינה איז אפֿילו לױטן חפֿץ חיים נישט דאָ קײַן איסור צו רעדן אױף אַ קטן. דער מחבר פֿונעם בלעטל האָט לױט דעם געטון לפֿנים משורת הדין װען ער האָט צוגעלײגט אין אײַגערינגלעכצער אַז מען דאַרף אַלץ נישט זאָגן אױף אַ קינד זאַכן פֿון שאַנד. זײער שײן פֿון אים.
 
דאָס איז דער ערשטער פּורים תורה, דער צװײטער איז מײַן אײגענס.





מאָרגן װעלן מיר זאָגן אין די יוצרות 'ואם כל המועדים יהיו בטילים ימי הפּורים לא נבטלים'.
 
שטעלט אײַך פֿאָר פֿאַר אַ מינוט אַ ייִדישקײט אָן בדיקת חמץ און אָן ערב פּסחדיקע מצות, אָן שבועותדיקע קעזקוכן און אקדמות, אָן שופֿר און תשליך, אָן כל נדרי און על חטא, אָן אַ דופֿן עקומה און אַ יאַנעװע אתרוג, אָן הושענות און חתן כל הנערים, אָן דער בית יוסףס קשיא און מנורות פֿעט מיט שמן זית, אָן אתרוג אײַנגעמאַכץ און אָן מגילה -אופּס, נײן אָן אַלעס חוץ די מגילה װײַל פּורים הײסט עס װאָלט געבליבן. נו, קענט איר אײַך פֿאָרשטעלן אַ ייִדישקײט אָן די אַלע זאַכן און אײן מאָל אַ יאָר װאָלט מען געקומן פֿײַרן מיט די גרעגערס און שלח מנותן װײַל מען האָט אונז געװאָלט אומברענגן. װאָס װאָלט אונז געטױגט בלײַבן אַ פֿאָלק אָן די קרעפּלעך און קנײדלעך, האָניג קוכן און זינגן בבקעך ים סוף. אײנס פֿון המנס גרױסע טענות איז דאָך געװען שה"י פּה"י, איז הגע בעצמך אַז אױב כל המועדים יהיו בטילים האָט המן שױן נישט קײן טענה, דאַרף מען אױב אַזױ נישט אַ נס פּורים.
 
אלא מאי אם כל המועדים... איז דער לשון הקודש עקװיװילאַנט פֿון װען דער באַבע װאָלט געהאַט רעדער װאָלט זי געפֿלױגן.
 
האָטס מיר אַלע אַ גוטן אָץ קוצץ און אַ פֿרײליכן פּורים!
נכתב על ידי , 14/3/2003 15:01  
הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



וקורח שפּיקח היה...


'...דו קטלא קניא ביסט דאָך נישט אַ נאַר װי קומט צו דיר אַזאַ מעשה שטות פֿון זען בלױז דער נעגעטיװער זײַט פֿון אונז חסידים?'

בערך אַזױ האָט מיר געשריבן אַ לײנער, אַ בעל דרך ארץ, װאָס װיל פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס איך פֿאַרב אַזאַ שװאַרצער אומעטיקע בילד פֿון אונזער לעבן.

זײַנע טענות זענען פֿיל. אײנס אַז אונז זענען מיר נישט די ערגסטע און דאָס לעבן שטײגער פֿון די גוייִם איז אױך נישט אַ שטענדיגע גן־עדן, והשנית אַז ס'איז דאָ בײַ אונז אױך שײנע זאַכן װאָס מען קען דערפֿון שרײַבן און איך טו זײ איגנאָרירן און קאָנציטריר זיך נאָר אױף די נעגעטיװע זאַכן. כּיהודה ועוד לקרא האָט ער מיר געבעטן אַז איך זאָל מיך אינטערסירן אין דער אַרבעט פֿון ר' אביגדור מילר. ועל כּולם האָט ער מיר געטענהט אַז איך צוברעך און טו פֿאַרייִאושן יונגעלײַט װאָס לײנען מײַנע בלאָגס. מאידך גיסא װוּנטשט מיר דער שרײַבער 'חזק ואמץ' אין ער דאַנקט מיר אױפֿן אַרבעט 'אױפֿצועפֿענען אונזערע פֿאַרשטאָפּטע מוחות מיט התבוננות'.

שמעו נא רבותי װאָס איך האָב דאָ צו זאָגן. ראשית כּל איז דער מה טובו פֿון מײַן בלאָג אַז בתוך עמי אנכי יושב. איך בין נישט אַ זורנאַליסט װאָס איז היום כּאן און למחר נײַן װערסט אינטער לעמבערג. איך רעפּאָרט נישט װי אַסאַך װאָס מאַכן בײַ אונז בליץ באַזוכונגן, טרעפֿן זיך מיט אַפּאָר װיכטיגע עסקנים און ויסעו. אַזעלכע שרײַבן אָדער כאילו אונז זענען אַזױ עקזאָטיש װי אַ פּאַװע װאָס האָט זיך געשפּרײט די פֿעדער, אָדער קומט זײ צו ברעכן און געבן אונז איבער װי אַ מישונג פֿון ציגײַנער, משוגעים און חיות רעות.

ואני, און איך קטלא קניא, איך בין אַ חסיד, איך אָטעם חסידות און שנײַט מיר אױף װעט פֿליסן פֿון מיר רײן חסידיש בלוט. דאָס מײנט אָבער נישט אַז איך האָב ליב יעדעס װינקל און יעדער שפּאַרע פֿון אונזער לעבן. בפֿירוש נישט. און װײַל איך האָב ליב דער הײמישקײט און װאַרעמקײט מײנט עס אױך נישט אַז איך מיז מיך אױסדרוקן פּונקט אַזױ װי אַסאַך װאָלטן געװאָלט הערן. זאָגט דען נישט דער חכם מכּל אדם 'חושך שבטו שונא בנו'? און זאָגט דען נישט דער פּסוק 'כי את יאהב ה' יוכיח'?

פֿרעגט איר אָבער פֿאַרװאָס זאָג איך נישט מער װעגן די פּאָזיטיװע זאַכן און װעגן דער טעם פֿון אַ טשולנט צי אַ קרעכץ פֿון אַ ניגון. װעל איך דיר דערצײלן מײַן הגדה פֿון אַרמי אובד אבי און האָפֿענטלעך װעט איר דערנאָך פֿאַרשטײן. איך בין אַרױס פֿון ישיבה און חתונה געהאַט כדרך כל הארץ. איך האָב מיך אַרום געדרײט אַהין און אַהער און מקיים געװען לעולם ישליש אדם מעותיו׃ אַ ביסל אין כולל, אַ ביסל אין אַקציען און אַ ביסל אין ריל עסטײט, כּמאמר החכם אַביסל פֿון אַלעס אַסאַך פֿון גאָרנישט. דאָס אַלעס איז פֿאַר מיר נישט געװען קײַן תכלית און איך האָב געשפּירט אַז איך בלאָנדזע. איך האָב אָבער פֿון װײניג געװוּסט.

איך האָב אָנגעהױבן לײנען װעלטלעכע צײַטונגן, הערן דער ראַדיאָ און זיך אינטערסירן אין װעלטליכקײט. ס'איז מיר אונטערגעקומן צו לײנען דײל קאַרניגיס 'װיאַזױ צו געװינען חבירים און באַאײַנפֿלוסן מענטשן' און איך האָב געמײנט אַז דערמיט האָב איך שױן קונה געװען חכמה, בינה און דעת. פֿאַר צװײ סיבות. אײנס, װײַל אױפֿן דעקל פֿונעם ביך איז געשטאַנען אַז איבער אַ מיליאָן מענטשן האָבן עס געקױפֿט. איך האָב געקלערט אַז דער גױישער עולם קױפֿט עס מוז דאָרט ליגן דער גױישער אמת. װײניג האָב איך דעמאָלסט געװוּסט אַז דער דיקאָטאָמי פֿון ייִד און גױ איז אַ ייִדישע ערפֿינדונג, און אַז ס'עקזיסטירט נישט אַ ייִדישע אמת, קל וחומר אױף אַלע פֿאַרשידענע פֿעלקער װאָס מיר האָבן פֿאַראײניגט אונטערן נאָמן גױים. איך האָב אױך געמײנט אַז אין דעם קען איך אָפּלערנען כּל הגױישע תורה כּולה על רגל אחת. דער פּאָפּולערע פּלאַטשיקע סטיל פֿון זעלבסט־הילף ביכער מאַכן אַ שטאַרקע אײַנדרוק אױף פּראָדוקטן פֿון אַ סיסטעם װי מען הײסט נאָר און מען איז װײניג מסביר, און נאָך װײניגער בסבר פּנים יפֿות. פּוק חזי װי מדריכים פּאַפּעגײַען 'מענער זענען פֿון מאַרס, פֿרױען פֿון װענוס' און פֿאַרקױפֿן זיך װי געבילדעטע מבינים אױף שלום בית.

איך בין דאָס שנעל אױסגעװאַקסן און איך האָב אָנגעהױבן לײנען ליטעראַטור בעיקר אױף ענגליש. איך האָב מיך אױך באַקענטיקט מיט װעלטלעכע קולטור װי קלאַסישע מוזיק און טעאַטער. נאָר נאָך איך האָב געפֿונען שלום עליכם האָב איך אָבער געשפּירט אַז אײנער רעדט צו מיר. אַז עמיצער האָט שױן געטרױטן מײַן שטראָז און ער האָט איבערגעלאָזט פֿיסטריט. איך האָב מיך באַליבט אין די ייִדישע קלאַסיקע און איך האָב געלײנט מענדעלע, פּרץ און באַשעװיס זינגער. בײַ זײ האָב איך מיך אױסגעלערנט אַז ס'עקזיסטירט בײַ אונז אױך אַ װערדפֿולע קולטור װאָס מען קען אַנאַליזירן און שײן באַשרײַבן, אַז אױך מיר האָבן אַ שפּראַך אױף דעם און נאָר אונזערע שפּראַך איז פֿעהיג אָנצוקומן צו אונזערע מהות. דאָס האָב איך נישט אַנדעקט אין מײַן קרײַז װי איך האָב געזען אַז אַזױװי אירע װערן 'אױפֿגעקלערט' צו לױפֿן כאַפּן בעלי תשובות אָדער האַקן אין טשײניק מיט כּמו־װיסנשאַפֿטן און כּמו־פּסיכאָלאָגיעס, קאָפּן זײ אין ייִדיש װי אַ מועד און באַנוצן זיך מיט הױכע ענגלישע און העברעישע טערמינען. זײ מײנען אַז דערמיט זענען זײ מסביר גדלות הבורא אָבער אין אמתן זעט מען דערפֿון בלױז זײערע שפֿלות עצמם.

אַרום די צײַטן האָט זיך אָנגעהױבן צו אַנטװיקלן דער נעץ. איך האָב מיך געדרײט אױפֿן עולם הנעץ און דאָרט אױך האָב איך לאַנג געבלאָנדזעט זוכענדיק אַ הײמיש פּלאַץ. דער נעץ האָט מיר געגעבן אַ געלעגנהײט צו טרעפֿן און שמועסן מיט מענטשן װאָס אין מײַן באַגרעניצטן לעבן פֿון דער עולם העשייה איז עס נישט מעגלעך געװען. װי דער באַשעפֿער פֿאַר קבלת התורה האָב איך געשפּירט אַז אױך איך האָב אַ תורה אין מיר און איך האָב באַזוכט בײַ פֿאַרשידענע קרײַזן זען װער װיל עס מקבל זײַן.

 איך האָב מיך געדרײט בײַ מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע זײטלעך און איך האָב באַװוּנדערט זײערע תורה עם דרך ארץ, זײערע פֿעסטקײט אין אמונה און שמירת המצוות צוזאַמן מיט זײערע װיסנשאַפֿט און װעלטלעכקײט. איך האָב באַגעגענט ערנסטע תלמידי חכמים װאָס זײערע אַלגעמײנע בילדונג האָט באַשײנט און באַלאָכטן זײערע תורה קענטעניש. איך האָב בעסער פֿאַרשטאַנען די גמרא אַז דער װאָס זאָגט אַז ער האָט בלױז תורה האָט תורה אױך נישט.

נאָך זיך דרײען אַביסל האָב איך געזען אַז ס'איז טאַקע פֿײַן או װױל אָבער זײערע ייִדישקײט איז נישט דער װאַרעמע חסידישקײט װאָס איך בין צוגעװױנט. זײערע דאגות זענען צו מען טאָר אַרײַנשטעקן אַן עלעקטראָנישן קאַרט אין אַ האָטעל טיר נישט װוּ מען קען קױפֿן אַ שאָצער הושענא. איך זאָג נישט מיר זענען בעסער אָבער דאָרט איז נישט מײַן הײם. אױך האָב איך אַנדעקט אַז זײערע װעלטלעכקײט האָט אױך אַן עק. יומאָר האָב איך דאָרט נישט געפֿונען און איך האָב געזען אַז פֿאַר אַ רב אָדער אַ פּוסק איז רעזערװירט אַַ יראת הכבוד װי פֿאַר גאָט אַלײן. בײַ חסידים זעט מען טאַקע אַזאַ כבוד פֿאַרן אײגענעם רבין אָבער זײ לאַכן כאָטש פֿון אַלע אַנדרע רביס. דאָרט לאַכט מען פֿון קײנעם נישט. האָב איך פֿון זײ געהולכט:

ר' מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע ייִד: אַז איר האַלט אַזױ שטאַרק פֿון די רביס און רבנים קומט קלײַבט אײַך איבער און באָדט אײַך בעפֿר רגליהם מיט אַלע אײַערע גלידער און דערנאָך װעלן מיר רעדן. אָבער אַז איר װױנט אײַך אין אײַערע באַקװעמע אַפּאַרטמענטן, איר געניסט פֿון טעלעװיזיעס און די לעצטע פֿילמס, פֿיר קינדער הײסט שױן בײַ אײַך אַ גרױסע פֿאַמיליע, אײַערע קינדער שיקט איר אין די בעסטע שולן און יוניװערסיטעטן, איר מיט אײַערע פֿרױ און קינדער טון זיך אָן װיאַזױ עס געפֿעלט אײַך און װיאַזױ ס'איז אײַך באַקװעם, אײַערע קהילות פֿירן זיך על פּי רוב דעמאָקראַטיש מיט װאַלן, אײַערע סינאַגאָגן געבן אָפּ יעדעס יאָר אַ דין וחשבון אױף די הכנסות און אױסגאַבעס, און איר זענט אַ שײנע ייִד צו האַלטן פֿון רבנים װאָס װױנען טױזענטע פֿיזישע מײַלן פֿון אײַך און אידיאַלאָגישע ליכט יאָרן אַװעק, איר טוט זיך אָננעמן מיט אײַערע פּערפֿעקטן ענגליש אױף רבנים און גדולים װאָס אַסאַך פֿון זײ פֿירן ישיבֿות װוּ פֿיל פֿון די תלמידים קענען זיך קױם אױסדרוקן אין אַ בריװל, זה בלא. פֿון דעסט װעגן טו איך זײ שאַצן אַז כאָטש איך זע אױס פֿיל מער ייִד פֿון זײ טוען זײ מיר אַלע פֿאַרשטעקן מיט זײערע געטרײַהײט לה' ולתורתו מיט אַ תמימותקײט און אַ פֿאַרשטענדליכקײט װאָס מען זעט צו װײניק אין אונזערע קרײַזן.

האָב איך מיך איבערגעקליבן מיט מײַן תורה צו די ייִדישיסטן. דאָרט האָב איך געפֿונען דער װאַרעמקײט פֿונעם ייִדישן שפּראַך און דער אָפֿענקײט צו דיסקאָטירן און שפּעטן אַלצדינג, און איך האָב דאָרט אױפֿגעשטעלט אַ הײם אױף אַ װײַלע. װיבאַלד רוב פֿון די ייִדישיסטן לעבן נישט אין ייִדיש רעדענדיקע קהילות און זײערע לעבענסשטײַגער איז װײַט פֿון די סממנים װאָס אָן זײ איז ייִדיש װי אַ גוף בלא נשמה, האָב איך געשפּירט אַז מײַן שפּראַך מיט זײ איז אַ באַגרעניצטע. איך בין נישט צופֿיל אינטערסירט אין דער אַקאַדעמישע זײַט פֿון ייִדיש און איך בין נאָך װײניקער אינטערסירט אין די בונדיסטישע פּאָליטיק װאָס האָט זיך אָנגעטשעפּעט אין ייִדיש. איך בין אײנמאָל געגאַנגן אױף אַ בונדיסטישע אסיפֿה און מער בין איך נישט צוריק. דער ענן הכּבוד האָט זיך פֿון דאָרט אױך געהױבן און ס'איז געקומן אַ צײַט זיך צו ציען. איך האָב אָבער דאָרט געמאַכט פֿילע פֿרײַנדשאַפֿטן מיט טײַערע ייִדן װאָס האָב מיך גוט פֿאַרשטאַנען און זײ האָבן מיך פֿיל געהאָלפֿן מיט עצות און חיזוק.

איך האָב נאָך באַזוכט אין ארץ ישראלדיקע חרדישע זײַטלעך אָבער דאָרט האָב איך אױך נישט געטראָפֿן מײַן פּלאַץ. די פּאָליטישע פּראָבלעמן פֿון ישראל גײן מיר נישט צופֿיל אָן, און דער אָבסעסיע מיט חילונים און װיפֿיל 'זײ' האָבן 'אונז' פֿײַנט איז בײַ מיר אַן עקל. אַנדרע זײַטלעך װאָס באַנעמן זיך מיט פֿרומע איז פֿאַר חוזרים בשאלה (אָפּגעפֿאָרענע איז פּאָליטיש נישט־קאָרעקט) אָדער אין גאַנצן אַנטי פֿרום. דאָס אַרומזיכן האָט מיר געמאַכט זיך שפּירן װי אַ יוצא דופֿן. איז טאַקע נישט דאָ נאָך אַ ייִד װאָס האַלט בײַ װײניק אָבער ער איז אינערװײניק און האָט ליב צו לאַכן און שפּעטן? איך װיל רעדן װעגן דער פֿאָלק און זײערע טאָג טעגליך לעבן. איך װיל אָבער שרײַבן פֿון אינערװײניג, איך װיל שרײַבן פֿון דער שטאַנדפּונקט װוּ ייִדישקײט איז אַן עקזיסטענסואַלע מצב, נישט װוּ מען איז אַ מענטש אַ ייִד נאָר װוּ אַז מען איז נישט אַ ייִד איז מען גאָרנישט.

נאָך זוכן אַזױ פֿיל אין דער פֿרעמד האָב איך אײַנגעזען װי ר' אײַזיק ר' יעקעלס אַז דער גאָלד ליגט נישט אין װין אונטערן בריק נאָר בײַ מיר אין קראָקע אונטערן אױװען. איך האָב געזאָגט אלכה ואשובה אל אישי הראשון און איך בלײַב בײַ מײַנע חסידים. װי יתרו װאָס ער האָט געזאָגט עתה ידעתי נאָך ער האָט טועם געװען אַלע עבודה זרהס האָב איך אױך אַנערקענט אַז דאָ איז מײַן הײם. װי װײַט איך זאָל נישט לױפֿן װעט מײַן חסידות מיט מיר מיטקומן, און ממילא איז כּדאי מיט איר שלום צו מאַכן. איך האַלט נאָך אין מיטן טועם זײַן עבודה זרהס, איך גײ מיר מײַן װעג און טו װאָס איך האָב צו טון אָבער בתוך עמי אנכי יושב און פֿון זײ װעל איך געניסן און שרײַבן.

בין איך מיר געגאַנגן אין דער װעג פֿון דער רבישע אײניקל װאָס װען ער געפֿונט נישט אַ שטיבל װוּ מען דאַװענט פּונקט װי זײַן זײדעס נוסח הײבט ער זיך אױף און ער מאַכט אַן אײגענער מנין. אַזױ האָב איך געטון און איך האָב עס אַ נאָמן געגעבן קטלא קניא. דאָ בין איך בעל הבית און דאָ קען איך שרײַבן װיאַזױ דאָ לעבן אַרום מיר זעט אױס פֿון מײַן פֿענסטערל, און דאָ איז אױך אַ פֿענצערל װי דער לאָדן איז נישט פֿאַרמאַכט און דער גאָרער װעלט קען אַרײַנקוקן. צי איך זע מיט רױטע ברילן צי מיט שװאַרצע ברילן אָדער צי איך בין אין גאַנצן בלינד איז נישט פֿאַר מיר צו באַשליסן. איך װײס נאָר אַז דאָס זע איך און דאָס געב איך איבער.

װי אַן אלשיך װאָס הײבט זיך אָן מיט פֿופֿצן קשיות, גיט אַ לאַנגע הקדמה און דערנאָך פֿאַרענטפֿערט ער אַלע שװעריקײטן, װעל איך אײַך אַצינד ענטפֿערן אױף אײַערע פּרטיתדיקע טענות.

איר פֿרעגט פֿאַרװאָס געב איך נישט אַ פֿולן בילד פֿון די גוטע װױלע זאַכן אױך. איר מוזט פֿאַרשטײן אַז איך װיל נישט אין מײַן שטיבל עובר זײַן אױף בעל תוסיף. אַז איר װילט לײנען װעגן דער טיפֿער טרױער װאָס װיקעלט אײַן יהדות החרדית יעדעס מאָל אַן אַלטע פֿאַרץ פּעקעלט זיך, װעגן דער פֿרײד װאָס באַנעמט יעדער נשמה װען אַ בת של קדושים האָט אַ ליל טבילה, װעגען די גמילות חסדים פֿון אַ פֿרישע גמ"ח װאָס באָרגט װינדלעך ערב שבת בין השמשות, אַז איר װיל דאָס אַלעס הערן קענט איר גײן קױפֿן אַ דזויִש אָבזערװער, דער איד, המודיע, דער בלאַט ועוד כהנה וכהנה. איך בין אין דעם נישט אינטערסירט װײַל נישט דאָס איז דער סאַמע פֿון אונזער לעבן. נישט דאָס לאָזט מענטשן נישט שלאָפֿן בײַ נאַכט און נישט דאָס אַנימיערט ר' ישראל און כּל ישראל. טאַקע װאָס איר האָט אַװעקגעמאַכט אין אײַער בריװ, אַ פֿרױ װאָס מפּילט, װײַל לױט אײַך האָט זי סײַװי אַ האַלבע טוץ קינדער אין דער הײם, דאָס און ענלעכע זאַכן זענען פֿון װאָס אונזער לעבן באַשטײט אָבער קײנער װיל עס נישט געבן אַ קול. אַמאָל איז עס גוט אַמאָל איז עס שלעכט, ס'איז אָבער אַלעמאָל װאָס איך האָב געזען און דער מערקונג װאָס עס האָט געמאַכט אױף מיר.

אַז איר זאָגט אַז יונגעלײַט לײנען מיר און װערן מיואש איז עס בלױז װײַל אױך זײ דערקענען דאָס בילד. אם כן קענט איר נישט באַשולדיקן דעם פּאָסטטרעגער. גײט רעט מיט דער בעל הבירה פֿאַרװאָס ער/זײ האַלטן דאָס אױף און זוכן נישט צו ענדערן דער מצב פֿון זיײערע נאָכפֿאָלגער. איך האָב נישט קײַן שום אַזענדע חוץ פֿון װעלן שרײַבן און זיך טײלן מיט מײַן אָבזערװאַציעס. װי אַ רב האָט געזאָגט פֿאַר אַ ייִד װאָס איז אים געקומן זאָגן אַז ער װיל דרוקן אַ ספֿר, 'אַ ס'דרוקט דיר, דרוק'. איך האַלט אָבער נישט אַז טועם זײַן פֿונעם ביטער־זיסן עץ הדעת ברענגט צו ייִאוש. װאָס בײַ אײנעם איז שבירת הלוחות איז בײַ אַ צװײטן יישר כּוח ששברת. דער איש מלחמה איז אױך אַ זקן מלא רחמים. איך בין טאַקע נישט אױסן אײנעם אױפֿצוקלערן אָבער אַז ס'לערנט זיך עמיצער דאָ װיאַזױ צו נוצן דער פֿיגוריטיװע גאָפּל און מעסער צו דער גאָרער װעלט איז הכל ריווח.

ועל מה ששאלת אַז בײַ די גויים איז אױך נישט אײַ יײַ יײַ, טוט מיר אַ טובה. יעקב האָט נישט אַ מאָנאָפּאָל אױף עולם הבא און עשו נישט אױף עולם הזה. װען איך װעל רעדן צו אַ גױישע ציבור װעגן דאָס גױישן לעבן װאָלט עס געװען אַ טענה. איך רעד צו אַ ציבור ייִדן, אָדער הױפֿטזעכטלעך ייִדן, װעגן אַ חסידישע עקזיסטענץ. נו זאָל איך שרײַבן אַז פֿיל פֿון זײערע שולן האָבן נאַרקאָטיקס און געװאַלדערײַען? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? און מיר זאָגן דאָך אתה בחרתנו װײַל מיר דאַרפֿן זײַן אור לגויים איז װאָס פֿאַר אַ תירוץ איז עס אַז בײַ זײ איז אױך דאָ פּראָבלעמן.

אַז איר לײנט װעט איר װיסן אַז דער װעלטלעכע װעלט פֿאַרזוכט צו באַהאַנדלן זײערע פּראָבלעמן מיט אַן אָפֿענקײט װאָס מיר קענען זיך נאָר װוּנטשן. 'פּײטון פּלײס' דערצײלט װעגן אַ פֿאָטערס פֿאַרגװאַלדיגונג פֿון זײַן טאָכטער, דער קאַטױלישע קירכע קלאַפּט זיך יעצט על חטא אױף סעקסואַלישע זינד פֿון גלחים צו קינדער, 'טו קיל ע מאָקינגבירד' שילדערט דער טיפֿער ראַסיסטישקײט פֿונעם דרום אַמעריקאַנעם געזעלשאַפֿט, 'אַנזעלעס אַשן' גיט איבער אַ יוגנט אין אַ צוריקגעבליבענע, פֿאַראָרעמטע און קאַטױלישע אירלאַנד. זענען מיר מוכן צו דיסקאָטירן אונזערע פּראָבלעמן אפֿילו בצינעא צי װילן אונז לעבן װי אַ בת היענה מיט דער קאָפּ אין דער זאַמד און אַלעס איבערדעקן מיט צאי לך בעקבי הצאן? דאָס איז דער פֿראַגע, נישט צי בײַ אַ צװײטן איז נישט בעסער.

אחרון אחרון חביב, װעל איך דיר ענטפֿערן װעגן ר' אביגדור מילר. ס'איז מיר לעצטענס אױסגעקומן צו הערן זײַנס אַ קאַסעט. האָט ער אַזױ אײַנגעטײַטשט דער פּסוק 'ותרא שרה את בן הגר המצרית אשר ילדה לאברהם מצחק'. רש"י זאָגט אַז  מצחק מײנט עבודה זרה צי גילויִ עריות, װאָס װײסט אָבער רש"י קעגן ר' אביגדורן. ר' אביגדור זאָגט אַז מצחק מײנט פּשוט לאַכן. אין זײַנע יעקישע קאַדענצן איז ער מסביר אַז אין דער הײם פֿון אַ גדול בישׂראל איז נישט דאָ קײַן פּלאַץ פֿאַר געלעכטער, און אַז ישמעאל האָט זיך געטרױעט צו לאַכן האָט מען אים געדאַרפֿט פֿאַרשיקן מיטן מאַמן.

איר װעט מיר מוחל זײַן, אָבער קטלא קניא אַפֿילו װען ער זאָל װעלן קען ער דאָס נישט באַװײַזן: אָן לאַכן האָט זײַן קיום כּמעט נישט קײַן װערט.
נכתב על ידי , 13/3/2003 15:31  
2 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 



יסורים של אהבה


ס'האָט אַסאַך פּאַסירט זײַט איך האָב דאָ דאָס לעצטע מאָל געשריבן. איך האָב נישט דער צײַט אַלעס צו שרײַבן, איך האָב אָבער מורא אַז איך װעל גאָרנישט שרײַבן װעל איך עס װידער אָפּשטיפּן און די טעג און װאָכן װעלן דורך פֿליען, ואני אנה הבלאָג שלי בא?
 
אינעם קעפּל מײן איך נישט יענע אהבה. איך מײן טאַקע אמתע יסורים װי ייִדישע קינדער טײַטשן עס אָפּ שױן צװײ טױזענט יאָר.
 
א. דערצײלט אַז זי האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ חברטע, ל.ת., און יענע האָט פֿאַר נישט לאַנג פֿאַרלױרן אַן עיבור. א. האָט איר געפֿרעגט װאָס זי מאַכט און װאָס האָט פּאַסירט. יענע האָט זיך באַלד אױסגעדרײט אַז זי איז שױן פֿאַריבער איר אומגליק און זי קומט שױן צו זיך. נאָך שמועסן אַפּאָר מינוט איז ל.ת. מודה אַז זי עס נאָך גאָרנישט אַריבער און ס'טוט נאָך אַלץ װײ. זי לײגט צו אַז מיט איר מוטער קען זי נישט רעדן װײַל זי פּראָבירט איר אַלץ צו באַרוהיגן אַז זי האָט ברוך השם אַנדרע געזונטע קינדער און זי זאָל זיך פֿרײען מיט זײ.
 
א. זאָגט אַז עס האָט איר דערמאַנט פֿון אַ שמועס װאָס זי האָט געהאַט מין ט. װי ט. האָט זיך אָפּגערעדט אַז זי איז נישט געװען געזונט און אַלץ זענען געקומן נשים צדקניות און איר געטרײסט אַז אַלעס איז באַשערט און אַז איר קראַנקײט איז אַ נסיון. ט. האָט געזאָגט אַז זי האָט זײ געװאָלט אַרױסשלײדערן פֿון איר שטוב. אַ חוצפּה האָבן זײ איר אײַנצוטײלן װען זי װאַלגערט זיך פֿאַר יסורים צי עס איז אַ נסיון צי נישט, דאָס האָט זי געהאַלטן איז פֿאַר איר צו באַשליסן.
 
איך האָב מיך אױך דערמאַנט װען בײַ ד.ל. איז געבױרן אַ קינד אָן פֿינגער האָב איך אים געפֿרעגט װען איך האָב אים אָפּגעגעבן מזל טוב װאָס האָט גענױ פּאַסירט. האָט ער מיר נישט געענטפֿערט און פֿאַרקערט ער האָט מיר געזאָגט ברוך השם דאָס קינד איז געזונט און נאָך אױף דעם נוסח.
 
איך פֿאַרזיך צו פֿאַרשטײן צי דאָס איז פּשוט אַ מיטעל זיך צו קענען אַן עצה געבן מיט אַן עת צרה און צו פֿאַרשטעלן דער פּײַן, אָדער צי דאָס איז אױך אַ מיטל פֿון פֿאַרשטעלן און שיצן דער באַשעפֿער. כלומר, די פּערשױנען האָבן מורא פֿון קלערן װי האָט דער באַשעפֿער אַזױנס געקענט צולאָזן, װײַל זײ פֿאָרכטן די תירוצים װאָס קענען זײ פֿירן אָפּצופֿרעגן זײרע גאַנצע לעבענס שטײגער. דערפֿאַר שיצן זײ דעם באַשעפֿער אױפֿן ציל פֿון זיך צו שיצן.
 
דעם קאָמפּלימענט פֿון אתה בחרתנו קומט אים אָבער װײַל דער באַשעפֿער מוזט איר מודה זײַן האָט נישט געקענט בעסער װעלן. װי װאָלט ער געהאַט נאָך אַ פֿאָלק װאָס נאָך מען האָט זײ חרוב געמאַכט דער בית המקדש, און דווקא צװײ פֿון זײ, און מען האָט זײ פֿאַרשיקט אין גלות אַרײַן אױף צװײ טױזענט יאָר, ועוד ידו נטויה, זאָגן זײ מזמור לאסף? און פֿאַרװאָס, װײַל דער באַשעפֿער איז װױל אַז ער האָט אױסגעשיט זײַן גרימצאָרן אױף האָלץ און שטײנער. װי קען ער פֿאַרלירן? ער זאָל אומברענגן דער גאַנצער װעלט חוץ אײן ייִדל װעט דער ייִד זאָגן הלל שלם אַז ס'האָט געקענט זײַן ערגער אַז אױך ער װאָלט אומגעקומן. אָט אַזאַ סאָרט תפֿילה האָט פּרימו לוי בײַגעזען אינעם לאַגער און ער האָט ער געשריבן אַז װען ער איז גאָט שפּײַט ער אױפֿן תפֿילה.



מײן שװעסטער דערצײלט אַז זי איז געװען אױף אַ בר מצווה און ס'האָט דערצײלט אַ פֿרױ די מעשה װעגן דער רעדענדיקע פֿיש. מײַן שװעסטער האָט נישט געהערט פֿונעם מעשה און זי האָט געזאָגט בײַם טיש אַז ס'איז נאַרישקײטן. דערנאָך קומט צו איר צו אַ פֿרױ װאָס איז אױך דאָרט געזעסן און זאָגט איר אַז זי האַלט אױך אַזױ נאָר זי האָט נישט געהאַט דער קוראַז עס צו זאָגן ברבים.
 
װען מײַן ייִנגעל האָט מיר דערצײלט װעגן דער פֿיש, אַנשטאָט מיט אים אַרײַן גײן אין װיכוחים צי עס האָט יאָ פּאַסירט צי נישט, האָב איך אים געזאָגט דער עלעגאַנטע טענה  װאָס איך האָב מיך אױסגעלערנט בײַם געשמאַקן פֿאַרברענטן אַפּיקורס דוד הום׃ אַ פֿיש קען נישט רעדן.
נכתב על ידי , 10/3/2003 00:09  
2 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט
 





67,270
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , דת , פילוסופיית חיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)