כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
אפריל 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | |
| 4/2003
האומר דבר בשם אומרו... ס'האָט לעצטענס ערשײנט שטיקלעך פֿונעם בלאָג אױף אַנדרע זײַטלעך. איר מעגט בכבוד גדול נוצן די סחורה װאָס איר געפֿונט דאָ, איך בעט נאָר איר זאָלט זאָגן פֿון װי ס'קומט און אױב מעגלעך מיטשטעלן דער בלאָג אַדרעס פֿון israblog.co.il/katlekanye. אַז איר דרוקט עס ערגעץ מעגט איר מיר שרײַבן צו זאָגן אַז מען װעט עס דרוקן. און אַז דער זורנאַל איז אַ מרװיחדיקע פּובליקאַציע איז געדענקט מײַן נשמה איז נישט אַ סקלאָטשע.
אַזױ װעט איר מקיים זײַן והייתם נקיים מה' ומישראל, ובני ישראל לא יעשו עוולה און פֿאַרשטײט זיך איר װעט נענטער ברענגן משיחן.
| |
כנגד ארבעה בנים דברה תורה דער בעל הגדה האָט זיך נישט גערעכענט אַז פֿיר קינדער איז גאָרנישט אַזאַ גדולה. דער בן חכםס ערשטע קשיא װאָלט געדאַרפֿט זײַן 'בלױז פֿיר? װי זענען די רעשט' אפֿשר זענען די רעשט טעכטער און זײ טאָרן ניטאַמאָל פֿרעגן 'װאַל װאָס פֿאַרשטײַן זײַ דען?'
כנגד ארבעה בנים איז אָבער מרמז אַז דאָס איז די קינדערס יום טוב. ממילא טוט אַ מצווה און גיט זיך מיט זײ אָפּ. אַז יענקעלע גיסט אױס זײַן בעכער װײַן איז עס נישט 'שױן װאַטער, די שליממזל' נאָר עס מאַכט זיך בײַ יעדען, קוקט אַרײַן בײַ אײַך אין הגדה װעלן צו אײַך אױך שמײכלן אור אַלטע װײַן פֿלעקן. גלײבט מיר אַז ס'איז קײנער נאָך נישט אָפּגעפֿאָרן פֿון עסן מער װי אַ כזית כרפּס איז מעגט איר זײ פֿאַרגינן נאָך אַ רעטעך צי אַ שטיקל קאַרטאָפֿל, אַז ער צי זי װעלן אױסטרונקן זײער טאַץ נאָך דם, צפֿרדע װעלן זײ נישט משוגע װערן, ס'איז נישט נעגל װאַסער, רעגט אײַך נישט אַז מען רעדט אױס צװישן די כזיתים, און אַז איר כאַפּט אַרײַן שטיפּן אין מױל אַ שטיקל מצה מיט מײַאָנעז איז ער דערפֿאַר נאָכנישט אַ מומר להכעיס. ס'איז זײער יום־טוב און לאָט זײ געניסן דערפֿון.
שױן, איך גײ שױן אַראָפּ פֿון דער בימה, גענוג געפּרעדיקט אין די לעצטער פּאָר טעג. נאָר נאָך אײן תורה פֿאַר איך גײ.
אײַער ייִנגלעך װעלן אוודאי האָבן צװישן זײער תורהלעך אַ תירוץ אױפֿן קשיא פֿאַרװאָס װערט משה רבינו נישט דערמאַנט אין די הגדה. נאַט אײַך מײַן תירוץ. דער טעם דערפֿון איז װײַל דאָס אַז מיר זענען אױסגעלײזט געװאָרן פֿון מצרים איז נישט אַ דאַנק משהן נאָר טראָץ משהן. איך מײן לאו דווקא משה אַלײן נאָר די משהס װאָס גאָט האָט אונז צוליב געטון און עמד ושתלן בכל דור ודור. דאָס װאָס מיר האָבן איבערגעלעבט אַלע גליותן איז טראָץ די אַלע שטרױכלונגן װאָס די משהס פֿון אַלע דורות האָבן אונז און טון אונז נאָך אַלץ אונטערשטעלן. און דאָס מײנט דער בעל הגדה 'ואפֿילו כלנו חכמים כלנו זקינים כלנו יודעים את התורה...' זאָלט איר זײַן אַ גדול, צי אַ פּוסק, צי אַ ראש ישיבה, צי אַ בנש"ק, צי אַ רבי אַלײן איז עס אַלץ װערט אַ רעטעך. בזכות נשים צדקניות און נישט אײַך זענען מיר אױסגעלײזט געװאָרן. ייִדישקײט איז אַרום דער שבת און יום טוב טיש בײַ אײַך אין דער הײם מיט אײַער פֿאַמיליע. איז זאָרגט אײַך נישט צי דער מרור איז אַ חזון איש שיעור און צי דער בעכער האָט אַ רביעית נאָר הערט אױס און האָט הנאה מיט אײַער קינדער.
מײַן ייִנגעל האָט מיר געזאָגט אַז זײַן רבי האָט דערצײלט אַ מעשה פֿון דער שפּאָלע זײדע. דער שפּאָלע זײדעס ייִנגל האָט געזאָגט בײַם סדר 'קדש, מען מאַכט קידוש.' פֿרעגט אים דער פֿאָטער 'דאָס איז עס?' זאָגט ער אַז יאָ, דער רבי האָט אים מער נישט אױסגעלערנט. צומאָרגענס, האָט דער שפּאָלע זײדע געמוסרט דעם רבין אַז דער נוסח באַדײַט גרױסע זאַכן. 'פּסח אױף דער נאַכט װען דער טאַטע קומט אַהײם פֿון שול טוט ער זיך אָן דער קיטל און מאַכט באַלד קידוש די קלײנע קינדער זאָלן נישט אײַנשלאָפֿן' איז מרומז אױף דער באַשעפֿער.מיר בעטן אים ער זאָל זיך אָנטון זײַן װײַס קיטל און אונז אױסלײזן כדי מיר קינדער זאָלן נישט אײַנשלאָפֿן און אין אים פֿאַרגעסן. דינגט אײַך אַז איר װילט מיט די רמזים, דער שפּאָלע זײדע האָט אָבער פֿאַרשטאַנען אַז אין אונזער רײַכע טראַדיציע ליגט אונזער גאולה נישט אין האַלאַכיסטישע פּעדאַנטישע קאָפּ פֿאַרדרײענישן. דער פֿליכט ליגט אױף אונז און נישט אױף אַ צװײטן, בײַ אונז און נישט ערגעץ אַנדערש און טאַקע אין דעם אָװענט װען אונזער טראַדיציע איז אין איר רײַכסטן.
עד כאן אומרים, האָט מיר אַלע אַ כשרן און פֿרײליכן פּסח און אַ דאַנק אַלע װאָס האָבן מיר געשריבן און געװוּנטשן. נאָך יום טוב הײב איך אָן אַ נײַע פּראָיעקט און ס'װעט זײַן אַביסל שטילער און אױך היפּש קורצער. זײַט מיר אױף דעם מוחל, ס'איז מיר געװען אַ פֿאַרגעניגן צו שרײַבן און אױך צו הערן פֿון פֿיל פֿון אײַך און כשם שקיבלתי שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפּרישה.
| |
שערי דמעות... ייִדן, איך האָב מיך אױף עפּעס מתוודה צו זײַן. איך האָב אין מיר אַ שװאַכקײט, און װי אַ גרױסע חכם און נבון און זקן און יודע את התורה איך זאָל נישט זײַן קען איך מיך פֿון דעם נישט אָפּשאָקלן. הײסן הײסט עס נישט עפּעס אַנדערש װי פּסח, טאַקע דער זמן חירותינו. װאָס איך טו נישט פֿאַר דעם פּסח איז פּשוט נישט צום גלײבן אָבער איך טו עס אַלץ. די טרערן שטעלן זיך נישט אָפּ און דאָס איז נאָך פֿאַר רײַבן דער מרור. גלײבט מיר װײַל איך טרײַב נישט קאַטאָװעס. דער גלות האָט זיך שױן אָנגעהױבן. מען איז שױן אַרױס פֿון דער קאָך און מען קען עסן חמץ אָן האָבן דעם קאָפּ אַראָפּגעשרױפֿט בלױז אין אַ װינקל ד' על ד' אױף אַ פּלאַסטיק טישטעך פֿון אַ פּלאַסטיק זעקל. דער קאָך האָב איך שױן געמאַכט נעכטן נאַכט, מיט צװײ שרױפֿן־ציערס האָב איך געכּשרט די קראַנען און זײער אָפּגאָס. מײַן פֿרױ האָט מיר געזאָגט אַז איך בין אַ שליממזל װײַל איך ריר מיך נישט גענוג שנעל און איך גיס צו פֿיל װאַסער אױף אײן פּלאַץ. האָט זי גענומן דעם זיעדיקן קעסעל און איבער געגאָסן דער גליעדיקע שרױפֿן־ציער און ס'איז געגאַנגן אַ טששששש װי פֿון אַ לײקװאָדער װען ער הערט אַ הצלה סירענע. מײַן פֿרױ זאָגט מיר זענען 'נאָטס' װײַל מיר לײגן סײַװי אַרײַן אַ שיסל אינעם אָפּגאָס, איך בין מיט איר מסכים אָבער מיר כּשרן װײַטער. װאָס קען איך זאָגן חוץ אלקי הרוחות לכל בשר חוק לעמו מסר. אױף אַזױ פֿיל װײס איך אַז 'מען' איז אַן ערליכער ייִדס גרעסטער אַלײַ און מײַן גרעסטער שונא. אַז מען זאָגט אַז אין חוסט האָט מען געכּשרט װעל איך װעלן אַ מאַרמאָרעשער, אַז אין צאַנז עסט מען נישט מאַשין מצות װעל איך װערן אַ רוזינער, אַז אין אונטערלאַנד האָט מען נישט געבראָקט װעל איך זײַן אַן אױבערלענדער. אָבער אַז 'מען' עסט נישט קנאָבל, 'מען' עסט נישט צוקער, 'מען' עסט נאָר לעבעדיקע פֿיש מיט װעם װעל איך מיך דעמאָלסט קריגן? דאָס מײנט טאַקע דער בעל הגדה 'ולפֿי שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר.' 'ולפֿי שכפֿר בעיקר הוציא את עצמו מן הכלל' לא נאמר ללמדך אַז איר קענט לײקענען אין װעם איר װילט און װיפֿיל איר װילט, אַזױ לאַנג אַז איר טוט װאָס דער עולם, 'מען', טוט זענט איר אָקײ. אָבער אַז איר זונדערט אײַך אָפּ פֿונעם כלל דעמאָלסט אַ שאָס אין די צײן. יעצט אינדערפֿרי בין איך געגאַנגן אײַנקױפֿן אױף יום־טוב. אפֿילו כשרע װאַסער האָב איך געקױפֿט - די רבנים דאַרפֿן אױך מאַכן פּסח. װען איך האָב גענומן די בלעטער האָב איך געשלונגן מײַנע טרערן, די ערשטע פֿון די נעקסטע פּאָר טעג, און איך האָב מיך דערמאַנט פֿון די מעשות װאָס די רביס אין חדר האָבן דערצײלט װעגן די אינקװיזיציע ייִדן װאָס האָבן זיך דערקענט װען זײ האָבן געזען אַנדרע קױפֿן גרינס פֿאַר פּסח. איך פֿאַרקוק דעם יונגערמאַן װאָס האָט געלאָזט זײַן טאָכטער זיך נאָכשלעפּן נאָך אים מיטן שװערן קאָרב װען ער האָט געקליבן די אױבסט און גרינצײג, איך בין מוחל (קױם בדיעבד) מײַנע שכינים װאָס האָבן נישט קײַן זעלבסט רעספּעקט צו זײער שכינות און שטעלן אַרױס אַלע זײער מיסט אױפֿן גאַס. ייִדן, יעצט איז נישט קײַן צײַט פֿון קיטרוג. הללו והללו עובדי עבודה זרה װעלן מיר איבער לאָזן אױף אַ צװײט מאָל. באַלד גײט מען מאַכן בדיקת חמץ. די קינדער װעלן שטײן אַרום װען איך מאַך דער ברכה מיט אַ שעװהנע ליכט אין דער פֿינצטער. זײ װעלן זיך סודעװן װוּ זײ האָבן דער חמץ באַהאַלטן. דער קלײנער װעט מיר נאָך גײן און אױפֿגעהײַטערט װעט ער מיר װײַזן װי דער חמץ ליגט און דער עלטערע װעט שרײַען 'שאַ! דערצײל נישט,' צו מאָרגענץ װעט מען פֿאַרברענען דער חמץ און װידער זיך שטיקן אינעם יהי רצון אַז דער חמץ איז דער בעל דבר און מען זאָל פֿון אים אױך פּטור װערן. סימן תע"ב 'יהיה שלחנו ערוך מבעוד יום' האָב איך שױן יאָרן נישט געלערנט אָבער מען װעט עס מקיים זײַן למעשה, מצות באַק איך טאַקע נישט װײַל...קריטיק אױף אַ צװײט מאָל, אָבער דער ריח פֿון דער לעדער װען איך פּאַק אױף מײַן פֿרױס הגדה איז װי דער ריח פֿונעם קרבן פּסח. שפּעטער אין שול װעט בליטשקן דער לוסטרע אױף די שנײַ־װײַס טישטעכער, אױפֿן פּאָדלעגע קען מען זיך גליטשן אַזױ זױבער װעט עס זײַן, די קינדער רוקן זיך אָן מיט פֿרישע צוקער װאַסער אױף די פּיאות שטאָלץ מיט זײער נײַע מחזורים, די עלטערן זענען טאַקע אָפּגעמוטשעט אָבער ס'קומט נאָך שמונה עשרה און די דרײַ קלינערס, די פֿישערס, די קצבים, די בעקיטשע סוחרים און אַלע אַנדרע בעלי מלאכה שאָקלן אָפּ זײער מידיקײט און טון זיך אָן דער פֿריש גלאַנצעדיקע קלײד פֿון פֿרײַהײַט און פּראָקלאַמירן הללויה הללו עבדי ה', בצאת ישראל ממצרים אַז ביז מען קומט אָן צו מן המצר גלײבט זיך נישט אַז ס'איז אַמאָל ענג. באַשעפֿער טײַערע, אַז דו זיצט טאַקע אין הימעל איז השקיפֿה ממעון קדשך װוּ דו האָסט אַ פּאַַנאָראַמישן אױסבליק און דו זעסט פֿון די פֿיר עקן דײַן פֿאָלק ישראל בכל מקום שהם און שעפּ פֿון זײ אַביסל נחת. זעסט זײ זענען נישט אַזױ געפֿערליך װי דו מײנסט. מעגסט שױן אױסלײזן דײַן קײַלעכדיק װעלטל און געבן דײַנע באַשעפֿענישן גענוג שכל זײ זאָלן זיך קענען לעבן אײנער מיטן צװײטן און זאָל זײַן לשנה הבאה בני חורין. עולם, האָט רחמנות, מײַן קיבאָרד װערט דורך גענעצט...
| |
דרשת מוצאי שבת הגדול׃ עת מלחמה ועת שלום אַז װי איך זענט איר נעכטן געזעסן בײַ אַ שבת הגדול דרשה און אױסגעגהערט אַ פּשעטל אױף מצוות לאו ליהנות נתנו, צי אַ תירוץ אױף אַ סתירה אינעם רמב"ם, צי אַ פּלפּול אױף מצות עשה דתשביתו, און דערנאָך האָט איר געהערט װיאַזױ מען כשרט דער קאָך און אַנדרע הלכות, און דערנאָך האָט מען אײַך מעורר געװען אַז דער אינטערנעט, און טעלעװיזיעס, און סעליולערס זענען אַלע חזיר טרײף, אַז איר האָט דאָס אַלעס מיטגעלעבט איז װעט איר בײַ מיר הערן װאָס איך קען זאָגן מיט זיכערקײט אַז איר האָט אין ערגעץ נישט געהערט. די מראה מקומות װעט איר זען אין אײַער צײַטונג, הערן אױף אײַער ראַדיאָ און אפֿשר אפֿילו זען אױף אײַער טעלעװיזיע.
אַ קוש אױפֿן פּרוכת, אַ טשעפּטשע פֿון אַ תפֿילה און׃
מורי ורבותי! װי איר װײסט אַוודאי טוט זיך אױף די װעלט גרױסע איבערקערענישן. אונזער גרױסע מעכטיגע מדינה נעמט אײַן מדינות און פֿירט זיך אױף די װעלט װי זי איז מושל בכפּה. און זי איז טאַקע מושל בכפּה, כי מי יאמר לה מה תעשה? מיר טון אַנערקענען דעם גענאָד פֿון אונזערע מדינה װאָס האָט צו אונז אױפֿגעמאַכט אַ טיר װען די רוסן האָבן אונז פּאָגראָמירט, װאָס האָט געהאָלפֿן אונז אױסלײזן פֿון די דײַטשע מערדער און װאָס האָט אונז דערנאָך װידער אױפֿגעמאַכט אַ טיר, װאָס לאָזט אונז אָנגײן מיט אונזערע לעבענס שטײגער און באַהאַנדעלט אונז אין גלײַכן מיט אונזערע נישט ייִדישע שכינים, ועל כולם װאָס שטײט צו צו ארץ ישראל מיליטעריש, פֿינאַנצאַליש און דיפּלאָמאַטיש אין אַ װעג װאָס ייִדישע קינדער זענען נישט געװױנט װײַל זײ האָבן נאָך קײנמאָל נישט געהאַט אַזאַ שוצער װי די פֿאַרײניקטע שטאַטן.
ברם אונזערע רעכטן אין אונזערע מדינה זענען נישט דער חסד פֿון אַ קיסר ירום הודו און אױך נישט פֿון אַ צאַר װאָס מיר דאַרפֿן אים קושן און זיך אונטערװאַרפֿן אונטער זײַן יאָך. פֿאַרקערט, אונזער רעכטן נעמן זיך דערפֿאַר װײַל אונזער לאַנד פֿאַרמאָגט נישט אַזאַ מאָנאַרך צי פֿירער. אונזערע רעכטן און אונזערע פֿירערס רעכטן נעמן זיך פֿון דער זעלבע מקור. הײסן הײסט עס דער קאָנסטיטוציע. דאָס באַשליסט אַז מיר זענען אַלע גלײַך און דאָס באַגרעניצט די רעכטן פֿון אונזערע פֿירער. דערפֿאַר די פֿליכטן װאָס מיר האָבן זענען צו דער פֿאָלק װאָס מיר װױנען אין זײער מיטן און פֿון װאָס מיר זענען אַן אינטעגראַלע חלק.
טאַקע פֿאַר דעם אָבער אַז מיר זענען אַן אומבאַזינדערטן חלק פֿונעם כללותדיקע פֿאָלק מעגן מיר זיך אױך קריגן מיט אונזערע פֿירער אינעם פֿירונג פֿון אונזערע מדינה און זאָגן אונזערע מײנונג אױך. מיר זענען אױפֿגעצױגן געװאָרן אין אַ סיסטעם װי דער װעלט איז באַשטאַנען פֿון ייִדן און גױים, פֿרײַע מיט פֿרומע, צדיקים און רשעים, מצוות און עבירות און מיר װײסן װי דאָס באַגרעניצט אונז אין אונזערע צוגאַנג צו דער װעלט. מיר װײסן װי שװער עס איז זיך אָפּצושאָקלן פֿון אַזאַ װעלט בליק און זיך צו אינטעגרירן אין די גאָרער װעלט. איז װאָס דאַרפֿן מיר קלערן װען מיר הערן אונזער פּרעזידענט מאַכט ענדלעכע דערקלערונגן פֿון 'אָדער זענט איר מיט אונז אָדער דערגעגן?' און װאָס זאָלן מיר זאָגן װען אונזערע פֿירער באַשליסן אַז כדי מחזיר זײַן בתשובה דער װעלט װאָס איז קעגן אונז דאַרפֿן זײ פֿאַרגיסן טײַכן בליט. אַבסאַלוטן זענען אַ סכּנה צי זײ קומן אין אַן איצטלא פֿון פֿרײַהײַט, אין אַן איצטלא דרבנן צי אײַנגעװיקלט אין אַן אײ קײ 47. און אַז מען נעמט ׳אמת׳ און מען צװינגט עס אַרױף אױף אַ צװײטע און אַז זײ דאַרפֿן פֿאַר דעם צאָלן מיט זײער לעבן איז מלאך המוות מה לי הכא מה לי התם? דער פּרײַז פֿון דער זרוע נטויה פֿון אױסלײזונג טאָר נישט זײַן דער אָרעםלאָזע עלי ישמעל אַבאַס. מיר זענען מוחל דער שפֿוך חמתך װאָס קען נישט אינטערשײדן צװישן גוטע און שלעכטע.
נײן, דאָס איז נישט אַ לימוד זכות אױף סאַדאַם און זײַנע מערדער, אױף זײ טו איך נישט פֿאַרגיסן קײַן אײן אײנציק טרער. איך האָב געשטוצט דער מלחמה טראָץ מײַנע ספֿיקות. אָבער איך האָב עס נישט געטון צו זען די אידיִיאַלן פֿון פֿרײַהײַט זאָלן פֿאַרשװעכט װען אין אַ שיכּרות פֿון נצחון, אַז די בעלי מאה זאָלן זײַן די אײנציקסטע בעלי דעה. נישט די פּרינציפּן פֿון כל דאלים גבר האָבן אונז געצױגן צו אונזער לאַנד און נישט פֿרעסערדיקע קאָרפּאָראַציעס ציען אונז עד היום הזה.
מיר גרײטן זיך צו פֿײַערן דער יום־טובֿ פֿון פֿרײַהײַט און מיר דאַרפֿן געדענקן אַז מיר זענען נישט די אײנציקסטע װאָס זענען צו דעם מחותנים. ס'דאַרף אונז שטערן װען מיר זען װי אַנדרע זענען און װערן אונטערטעניקט. פּרעה האָט אױך אָנגעהױבן בפּה רך און דערנאָך האָבן מיר געליטן צװײ הונדערט און צען יאָר. אַז מיר ייִדישע פֿאָלק זענען באַרעכטיקט צו אײגענטום און צו אונזערע אײגענע ד' אמות זענען דאָ אַנדרע װאָס עס קומט זײ אױך. מיר האָבן זיך נישט פֿאַרדינט אַ הײמלאַנד צו קענען אַראָפּלײגן דער קאָפּ אױף אַ צװײטענס קישן.
מוּרי ורבותי, איך װיל נישט צופֿיל מאריך זײַן, לאָמיר אַלע תפֿילה טון אַז דער באַשעפֿער אשר גאלנו וגאל את אבותינו זאָל אױסלײזן אַנדרע אױך, דער עושה שלום זאָל זײַן אַ יעשה שלום אָבער אָן דער אשרי שיאחז ונפּץ, ער זאָל פֿירן אונזערע פֿירער בײַ דער רעכטע האַנט און מיר זאָלן אַלע זוכה זײַן צום גאלה שלימה אמן, ועד כאן אומרים במוצאי שבת הגדול.
| |
אחור וקדם דער טעלעפֿאָן קלינגט אין מיטן טאָג, 'האַלו, זיס איז מיסיס ר.', מיסיס ר' איז נישט אַ צװײטע װי מײַן שכנטע זאָל זײַן געזונט. בײַ אונז איז אָבער דער מנהג אַז אַזױװי מען האָט נאָר אױסגעשאָסן אַ פֿרױ די בתולים איז ויקרא שמה מיסיס. דאָס קומט צוזאַמן מיט די לאַנגע מאַנטל און דער טאַש איבערן פּלײצע אַזױ אַז אַ װיזיט צום גראָסערי זעט אױס װי מען גײט צו אַ חתונה. פֿאַרװאָס ס'איז אַזױ איז ראשית־כּל אַ קל וחומר. אַז דער מאַן רופֿט איר הער נאָר, צי מאַמי, צי סתם האַלו װי קען אַ פֿרעמדער מאַן האָבן דער חוצפּה איר צו רופֿן בײַם נאָמן. ס'איז אָבער נישט נאָר אַ װײַבערישע זאַך. װען אַפּאָר פֿון מײַנע פֿרײַנד רופֿן אָן צו מיר אַהײם און מײַן פֿרױ פֿרעגט װער איז, ענטפֿערן זײ אױך מיטן פֿאַמיליע נאָמן. מיסטער איז זײ צו גױיִש און זײרע ערשטער נאָמן צו הײמיש, איז זאָגן זײ ראָזענבערג צי מאָשקאָװיטש וכדומה. דער סיבה מײן איך איז װײַל אַ נאָמן באַדײַט אינדיװידיואַליסטישקײט און זײַן אַן אינדיװידיואַל איז פֿון די גרעסט עבירות װאָס מיר פֿאַרמאָגן. אונזערע הײַזער זענען אַלע קליניש דעקאָרירט אָן אױסשפּרעכן אַן אײגענער טעם, אױפֿן װאַנט הענגן גדולים און די קינדער, נישט עסטעטישע פּרעפֿערענצן, מיר טון זיך אָן די זעלבע נישט אױף צו זײַן מצויינים צװישן די פֿעלקער נאָר אױף נישט צו זײַן מצויינים צװישן אונזערע אײגענע, װען מיר רעדן פֿון אונזערע פֿרױ און קינדער איז עס אַלץ 'מאַן װאַב' צי 'מאַן זין/טאָכטער', בריװן צו צײַטונגן זענען אַלע בעילום שם אַפֿילו װען די געדאַנקן זענען ריאַקצאָנעלע און אַזױ זענען מיר אַלע קלאָנס מיט אַ גינעטישע אָפּשטאַם װאָס איז אַ יתום פֿון טאַטע מאַמע און אַנשטאָט איז עס פֿאַבריצירט אין לאַבאָראַטאָריעס פֿון מרה שחורה אין װיליאַמסבורג און בני ברק. דרך אגבֿ האָט די שכנטע אַ מנהג אַז װען ס'קומט בײַ איר אַרבעטן אַ גױטע מוז זי זיך אָנטון מיט אַ לאַנגע קלײד. ס'קען זײַן אַז ס'איז פֿאַר סיבות פֿון צניעות אָבער ס'קען אױך זײַן אַז עס איז גאָר װײַל אַז זײ האָבן אַ קלײד איז לײַכטער צו זען צי זי גנבט נישט. מען צאָלט נעבעך די גױטעס חי קאַק, מען באַ'אַרבעט זײ אין אלף השישי אַרײַן 'װאַל פֿין װי זײַ קימן איז פֿינעף דאַלער אַ פֿאַרמעגן', אַסאַך לאָזן איבער פֿינעװערס און צענערס װי ברעקלעך בײַ בדיקת חמץ צו זען צי זי װעט עס נישט נעמן און דערנאָך גײט מען איר נאָך צי זי האָט אָפּגעשטױבט דער העכסטער פּאָליצע אין דער װײַטסטער שאַנק און אַלץ װײַל 'זײַ האַלטן נישט באַם אַרבעטן.' אַז איר װילט לקחנען אלפֿים װערט אַ גבאי בײַ ר' מאיר בעל הנס, אַז אַ פֿינעװער איז אײַך גענוג װערט אַ גױטע בײַ אחינו כּל בית ישראל ערבֿ פּסח.
| |
שחרית װען איך בין ברידזעט דזאָנס װאָלט מײַן טאָגבוך נישט פֿיל געװען מיט װיפֿיל ציגאַרעטלעך איך האָב גערײכערט נאָר מיט װיפֿיל שחריתן אין דער הײם איך האָב געדאַװענט. דער מצב זײַט איך האָב דער לעצטער מאָל געשריבן װעגן שחרית איז עולה ויורד. אַפּאָר װאָכן גײ איך אין שול טאָג טעגלעך און דערנאָך װערט שװאַך און עבירה גוררת עבירה. אײן שחרית אין דער הײם אָן אױפֿשטײן צו ברוך שאמר, אָן אָנכאַפּן די ציצית פֿון מהר והבא עלינו ביז נאמנים ונחמדים לעד, אָן תחנון און אָן רבינו תם'ס תפֿילין, אײן אַזאַ שחרית ציט נאָך און נאָך. איך דאַרף מיך אָנכאַפּן און אַרױסציען פֿונעם רעדעל װאָס קען מיך ציען אינגאַנצן אין שאול אַרײַן. מענטשן מײנען אַז מיט נישט דאַװענען שפּאָרט מען זיך אײַן די אַלע עגמת נפֿשן. אַ נעכטיגן טאָג. אַז איר דאַװענט אין גאַנצן נישט זיצט אײַך גאָט אױף די פּלײצע אַ גאַנצע טאָג און בײַ נאַכט קיטשעט ער אײַך אױך 'מדוע באתי ואין איש, קראתי ואין עונה'. אַז איר דאַװענט אין דער הײם איז עס געװענדלעך שפּעט און ער זיצט אײַך אױף די פּלײצע ביז פֿאַר חצות. אַז איר גײט אָבער אַכטע, נײַנע דאַװענען אין שול פּטרט איר אָפּ דעם באַשעפֿער 'פֿירסט סינג אין זע מאָרנינג' און דער רעשט פֿונעם טאָג האָט איר מנוחה. אַ שאָד אַז איך שטרענג מיך נישט אָן אױף מנחה מעריב, און אפֿילו אױף אַ שיעור, װײַל פֿון גײן אין שול האָב איך קײנמאָל נישט קײַן חרטה. די טיפּן װאָס איר זעט אױף אַ פּראָסטע שחרית איז די גרעסטע ראיה װאָס פֿאַר אַן אױסגעװעלטן פֿאָלק מיר זענען. נעמט די איצטיקע קעלטן, קומט אַרײַן אין אַ װאַרעמע שטיבל, װיקלט אײַך אײַן אינעם טלית און חלומט אַביסל אױפֿן עולם. דער שאָקלער׃ זײַנס איז נישט װי דער אַלגמײננער שאָקל װאָס איז װי אַ בױם אין אַ קיל תמוז װינטל. אַביסל צו רעכטס אַביסל צו לינקס, אַביסל אין פֿאָרנט אַביסל זײַטװעגס. כאַפּט מען אַ התלהבות װאַרפֿט מען דער קאָפּ אַביסל צי מען געט דער טיש אַ זעץ. דאָס איז אַלעס נאָרמאַל און מנהג אבותינו בידינו. אין מײַן מנין איז אָבער דאָ אַ קראָנישע שאָקלער. אים קען מען נאָר פֿאַרגלײַכן צו אַ שױבן־װישער. איך רעד נישט װען דער װישער איז אינעם צומאָליקע מאָד, איך רעד װי אַ װישער װאָס װישט װען אינדערױסן כליאַפּעט און דער קאַר שנעלמעטער איז בײַ די גבורות שמונים. אָט צו אַזאַ ריטעם שאָקלט זיך דער שאָקלער. ער האָט קױם אַרױפֿגעדרײט די תפֿילין אױף די פֿינגער בײַ וארשתיך און ער הײבט אָן. צי ער זיצט צי ער שטײט, צי ער נעמט די ציצית בײַ ברוך שאמר צי ער בײגט זיך אײַן בײַ ברכו, צי ער װאַרט אױפֿן בעל תפֿילה זאָל אָנהײבן די הױכע שמונה עשרה צי ער קלאַפּט זיך אָשמנו דער שאָקלן מיז אָנגײן. אַזױ װי װען מען ליגט אין בעט און דער קראַן טראָפּט אינעם װאַנע כן הדבר הזה. דער שאָקל איז דער זעלבער שנעל און דער זעלבער דיגרי מרישא ועד גמירא. פֿאַר דעם אַלײן איז אפֿשר נאָך נישט כדאי צו גײן אין שול. דער שנאָרכצער׃ אַז סגײט אַ קעלט אין דערױסן קענט איר נישט באַשולדיגן אַ מענטש אַז ער געט אַ צי מיטן נאָז. ער קען זיך נישט העלפֿן אַז ס'רינט. זאָל ער נעמן אַ פֿאַטשײלע? דאָס איז הײַנט נישט אַזױ מאָדיש, און דווקא די װאָס טראָגן יאָ טאַשטיכלעך, די זעלביקע װאָס בונדן עס אַרומן האַלץ אױף שבת, די האָב דווקא ליב אַסאַך צו בלאָזן און צו מאַכן דערבײַ אַ קול רעש גדול. װײַטער נעמן אַ פּאַפּירענע טישו, דאָס איז נאָר פֿאַרהאַן שבת און אױך נאָר אײן קאַרגע פּושקע פֿאַר אַ גאַנצע שטיבל. ביז מיטװאָך איז אַפֿילו קײַן זכר פֿונעם לײדיגע פּושקע נישט דאָ. האָט ער אײן ברירה, גײן נעמן אַ שטיקל אשר יצר פּאַפּיר פֿון בית הכבוד. שטײט ער דאָך אָבער באַקרױנט מיטן טלית און תפֿילין און קען אַהין נישט אַרײַן גײן. ממילא געט מען אַ צי דאָ און דאָרט און תפֿילה עושה מחצה און אַזױ װערט מען עס פּטור. דער מדרש זאָגט כל מקום שנאמר חרון אף עושה רושם, און מײַן שנאָרכצער ברענט דער נאָז אַזױ אַז אױ מאַכט ער אַ רושם. דער בעסטע דאָס צו אָבזערװירן איז בײַ דער שטילער שמונה עשרה װען ער האָט אַן אױדיִיענץ פֿונעם גאַנצן קהילה קדושה. בײַ מכלכל חייִם געט ער אַ צי און טאַפּט דער מױל מיטן צונג זען צי ער האָט עס געכאַפּט. אַז ס'גײט נישט געט ער װידער אַ שנאָרכעץ, אַביסל שטערקער, בײַ אתה קדוש. בײַ סלח לנו שפּירט ער אַז דער בחור האָט זיך אַװעק געזעצט פֿון אונטן דאָרט װי דער נאָז און דער האַלץ טרעפֿן זיך. 'אַזױ ער איז אַן עקש,ן' געט ער אַ ניוך בײַ תקע בשופֿר אַז מען מײנט אַז מען האַלט שױן בײַ די שופֿר של משיח. עפּעס רירט זיך און בײַ על הצדיקים געט ער װידער אַ פּרוּװ און ברוך השם דער בחור גיט זיך אַ שאָקל און מען קען אים שױן אָנהײבן צו קײַען. ביז שים שלום איז עס צעקײַט, ער גיט אַ שלונג אײדער ער זאָגט זײַן פּסוק פֿונעם של"ה און ער טרעט אױס עושה שלום. װי ר' חנינא בן דוסא װאָס ער האָט געװוּסט תיכף נאָכן תפֿילה צי מען האָט עס מקבל געװען צי נישט, װײסט אונזער שנאָרכצער פֿונעם שלײַם צי ס'איז פֿאַר אים געװען אַן עת רצון. דער אמן זאָגער׃ ער האָט אַ מנהג אַז ער לױפֿט פֿון מנין צו מנין אַרײַן כאַפּן װאָס מער אמנים. ער זעצט זיך אָבער נישט פֿון אונטן נאָך זאָגן אמן, דאָס קען איך אױך, ער שטײט דווקא בײַם טיר װי מען גײט אַרײַן און אַרױס. ער איז אָנגעפֿער פֿינף און פֿופֿציק, אַ ליטװאַק מיט אַ לאַנגע רעקל אָבער נישט אַ פֿראַק, נישט צו הױך, אַ קלײן געפֿעפֿערט בערדל, אַכציק פּערצענט װײַסע פֿעפֿער און דער רעשט שװאַרצע, אָן אַ גאַרטל, מיט דער טלית קטן אונטערן העמד אָבער צװײ ציצית װאַקסן אַרױס פֿון אַיעדער זײַט פֿון זײַנע הױזן און אַזױ ענטפֿערט ער אמן. ער שטײט מיט אײן האַנט װי אַן L און די דלאָניע פֿון זײַן האַנט האַלט ער װי אַ חסיד װען ער האַלט דער בעכער קידוש צו מאַכן. אינעם דלאָניע האַלט ער נישט אַ בעכער נאָר דער עלענבױגן פֿונעם צװײטן האַנט. אינעם דלאָניע פֿונעם צװײטן האַנט רוט זײַן גאָמבע און מיט די פֿינגערס האַלט ער זײַן באַק און אַזױ ענטפֿערט ער אמן ביז מען ענדיקט די הױכע שמונה עשׂרה און דערנאָך גײט ער צום נעקסטן מנין. איך קען נישט בלײַבן אין שול צו לאַנג, מען האַלט שױן אשרי ובא לציון און לײג מיר צאַם מײַן טלית און תפֿילין און האָטס מיר אַ גוטן טאָג. אַז איר װילט זײַן אַ שײנער ייִד איז װוּנטשט 'אַ גוטן תמיד.' אײדער איך פֿאַרגעס, נעכטן האָט דער בחור לעבן מיר געהאַט אין זײַן תפֿילין באַרטל, לעבן אַ געװוּנטשענער מטבע, צװײ װעלטשענער ניס (wallnuts) אױף שמירה. פֿרעגט מיר פֿאַרװאָס. מן הסתם איז עס געװוּנטשן פֿון אַ רבי װאָס האָט זיך געזוכט אַ נײַע נישע. דאָלערס טײלט דער חבדסקער, אם תמצי לומר אַז ער לעבט, עפּלעך טײלט דער גערער, װאַסער דער אבוחצירא, איז דער נײַע תנא קמא װעט טײלן װעלטשענער ניס. נישט קײַן שלעכטער אידײ. זײַט מיר מוחל, איך דאַרף לױפֿן.
| |
יושב על הגדר איך האָב געװאָלט באַטיטלן דעם בלאָג מיטן קעפּל 'שפּאָרטס אַ מחשבה' נאָכן ענגלישן אידיאָם 'spare a thought'. עס קלאַפּט אָבער עפּעס נישט אױף ייִדיש, און חוץ פֿון דעם האָב איך נישט געװאָלט אַ גאַליציאַנער זאָל זיך אָנרוקן און פֿרעגן 'װאָס אי דאָ צי שפּאָרן? טראַכטן קאָסט דען געלט?' יעצט אָבער אַז איר װײסט װאָס איך האָב געװאָלט זאָגן מעגט איר האָבן אַביסל מיטלײַד מיטן בעל הבלאָג 'יושב על הגדר'. ער שרײַבט אַז ער איז אַ כלי קודש מיט אַ תורהדיקע פּאָסטן, אָבער ער איז אַ כופֿר און אַ פּורק עול. ער האָט געשריבן אַז ער האָט אַלעס אױפֿגעגעבן און ער האָט אפֿילו געגעסן יום כיפּור. ער פֿלעגט צו דערצײלן די פּאָבס װי ער איז געגאַנגן אין תל אביב, און װי ער האָט זיך געטראָפֿן מיט נקבות און צי ער האָט זיך יאָ געקושט צי נישט וכדומה. לפּנים איז ער אָבער געבליבן אַ חרדי למהדרין און ער פֿלעגט שרײַבן פֿון דער סתירה פֿון לעבן אַ דאָפּעלטן לעבן, װי אין בני ברק האָט ער געהײסן אַ חשובע יונגערמאַן, װיאַזױ זײַן פֿרױ האָט ריאַגיערט צו זײַנע מעשים טובים וכדומה. איך פֿלעג אים לײנען פֿון צײַט צו צײַט כאָטש איך האָב געזען װײניק פּאַראַלעלן מיט מײַן לעבן. אײן שײנער טאָג זענען אַלע זײנע בלאָגס נעלם געװאָרן און, װי איר װעט זען בײַ אים, שרײַבט ער אַז מען האָט אים דערװישט און ער איז אױף צרות. איך פֿלעג מיך טאַקע װוּנדערן פֿאַרװאָס ער האָט אַזױ אָפֿן געשריבן. װאָס איז פֿון אים געװאָרן װײס איך נישט. אפֿשר האָבן די בני ברקער מולאַס אױף אים אױסגערופֿן אַ פֿאַטװאַ. אָדער אפֿשר האָבן זײ עס פֿאַרשװיגן כדרכם בקודש װײַל למה יאמרו... טראַכט אָבער אַ רגע פֿון זײַן מצב אין װאָס ער געפֿונט זיך און האָט אים אין זינען בײַ שמע קולנו. איך האָב דעצײלט די מעשה פֿאַר מײַן פֿרױ און איך האָב איר געזאָגט אַז אױב מען װעט מיר דערװישן קען איך פֿאַרלירן מײַן פּרנסה און אונזערע קינדער װעלן זיך טרעפֿן אױפֿן גאַס אָן אַ שולע. זי איז דערשראָקן געװאָרן און האָט מיך געבעטן אַז איך זאָל נישט שרײַבן. איך האָב איר געזאָגט אַז ס'איז אײן זאַך װאָס איך קען נישט. איך רעג מיך גענוג און ס'מאַכט מיר כסדר אומעטיק אַז איך קען מיך נישט טײלן מיטן בלאָג מיט אַלעס װאָס איך װאָלט מיך געװאָלט טײלן, װײַל איך האָב מורא פֿון די מרגלים. ס'דערמאַנט מיך אַז װי פֿרײַ איך זאָל מיך נישט שפּירן פֿון אײן זינען בין איך אָבער אַלץ אינטערטעניקט און איך קען מיך נישט פֿרײַ אױסדרוקן. אַ שאָד אַז אונזערע גאָט פֿאַרזאָרגערס האָבן נאָך נישט געהערט פֿונעם פֿילאָזאָף דזײ. ס. מילס און זײַן באַװוּסטע ממא נפֿשך. איז װאָס מען זאָגט אמת איז דאָך אוודאי גוט. װײַטער איז עס שקר איז לאָז עס װערן געזאָגט און מען װעט עס אָפּװענדן און דערמיט װעט דער אמת נאָך שטערקער װערן. אײַ װעט איר פֿרעגן װאָס איז מיט לצנות? דאָס איז דאָך נישט אמת און נישט שקר. הוא מותיב לה והוא מפֿרק לה. די גאָט פֿאַרזאָרגערס נוצן אױך לצנות װי עס לױנט זײ איז װי קענען זײ עס אָפּהאַלטן פֿון אַ צװײטע? זאָגט דען נישט די גמרא כל ליצנותא אסורא לבר מליצנותא דע"ז?
| |
אַפּיריון נמטייה... להאי צנתר דדהבא, עושה לילות כימים לטובת הכלל און נאָך װיפֿיל זאַבלאָנען איר קענט צאַמשלעפּן, ר'... װאָס ער האָט מחזיר געװען עטרה ליושנה און ער האָט מיר פֿאַרשאַפֿט דעם פֿאַרלױרענער בלאָג. כאָטש ער האָט מיר נישט געבעטן פֿאַרהױלן זײַן נאָמן שטעל איך אים אױפֿן חזקה אַז װיבאַלד ער איז אַ נעץ גליטשער איז ער אױסגעאַרבעט אין די מידה פֿון עניוות און ער װיל נישט מען זאָל פֿון אים װיסן. גענוג שױן מיט לצנות. דער געשיכטע פֿון געפֿונען דעם בלאָג דאַרף אַרײַן גײן אין די אַנאַלן פֿון די לעגענדעס פֿון אונזער הײליג פֿאָלק. נאָר אַ מיטגלידער פֿון דער עם חכם ונבון װאָלט געװען אַ בעלן צו געפֿונען דעם בלאָג פֿאַרשטעקט אין די הרי חושך פֿון דער קעש. ומי כעמך ישראל אַז װען ער טרעפֿט עס שױן זאָל ער עס באַלד אָפּגעבן פֿאַרן בעל הבית. דאָס פּאַסירט נאָר בײַ אײניקלעך פֿון אַברהם יצחק און יעקב, רחמנים און גומלי חסדים. און װי קענען זיך מיר פֿאָרשטעלן די סייעתא דשמיא װאָס עס האָט זיך באַװוּזן אין געפֿונען דעם בלאָג. טראַכט נאָר אַ רגע. קױם אַ מעת לעת נאָכן פֿאַרלירן, און ניטאַמאָל אַ שעה פֿון מײַן האָבן געזאָגט 'אמר ר' בנימין בן יפֿת...' און מען האָט דעם קאָטער געפֿונען. איר זעט װאָס דאָ טוט זיך? ס'איז דאָך ממש אין לשער דער השגחה פּרטית װאָס פֿירט אַלעס בעינא פּקיחא און אפֿילו פֿון אַ בלאָג פֿאַרהױלט ער נישט זײַן אױג. אָקײ, דאָס מאָל טאַקע ערנסט, אַ שײנעם דאַנק ר'... פֿאַר מיר אַרײַן שיקן דאָס פֿאַרלױרענעם בלאָגל. מיר האָט איר זיכער מהנה געװען און איך האָף די לײנערס אױך.
| |
אותיות פּורחות באויר דער בעל הזײַטל האָט אין די לעצטער פּאָר טעג געביטן דער סערװער (באַדינער?) און מײַן לעצטער שטיקל באַקעפּעלט 'ברוך שעשני חסיד' איז נעבעך אומגעקומן אונטערװעגנס. מיר װיסן פֿון די מעשה פֿון יעקב, יוסף און די ברידער אַז השטן איז מקטרג בשעת הסכנה און אַז אַרױסגײן אין אַ װעג איז אַ שעת הסכנה. װען נאָר ער זאָל האָבן געזאָגט ויעקב הלך לדרכו װאָלט אַלעס בעסער געװען. װי מען זאָגט אָבער כּל נדרי בײַ נאַכט אין דער שטיקל זוהר נאָך אור זרוע לצדיק אַז ס'איז דאָ װאָס קומן אָפּ מיט געלט און ס'איז דאָ װאָס קומן אָפּ מיטן לײַב. האָפֿענטליך װעל איך אָפּקומן מיט אַ בלאָג. פֿון דעסטװעגן אַז אײנער האָט עס פּערצופֿאַל קאָפּירט אָדער אַז ס'שעקט אײַך דער שטיקל אין אײַרע קעש טוט אַ מצווה און שיקט עס מיר אָפּ װעל איך עס װידער אַרױפֿשטעלן. און זאָל אױף אײַרע קאָפּ חל זײַן די ברכה ברוך אשר יקום התורה הזאת.
| |
רופֿא כל בשר איך בין געװען בײַם דאָקטאָר און זי האָט מיר געגעבען אַנטי־ברענעװדיקע טאַבלעטן. איך האָב איר געזאָגט אַז איך װאָלט נישט געװען אַ ייִד װען איך זאָל נישט פֿרעגן צי עס קען נישט זײַן אַז עס איז, אױ אל תפֿתח פּה לשטן, כאָב עס מורא אפֿילו אַרױס צו זאָגן װײַל װער װײסט װער פֿון דער פּמליא של מעלה לײנט מײַנע בלאָגס. איר מיזט מיר אָבער מודה זײַן אַז ס'איז נישט דאָ אַסאַך פֿעלקער װאָס האָבן אַזױ ליב צו שטאַרבן װי ייִדן. אײדער איר באַשולדיקט מיר אַז שױן װײַטער בין איך מוציא לעז אױף כלל ישראל איז ראשית כּל קען עס זײַן אַז מיר זענען פּשוט מער צוגעװױנט צו שטאַרבן װי אַנדרע ממילא איבער די יאָרן האָבן מיר זיך צו דעם פֿאַרחשקט. אָבער ס'מוז אין דעם ליגן עפּעס טיפֿערס. לאָמיר נעמן דרײַ גרױסע מאָמענטן אינעם גאָרער ייִדישע לעבן. געבױרן װערן, חתונה האָבן און שטאַרבן. אָן די דרײַ זאַכן קענט איר לײגן אַ שלאָס אױף ייִדישקײט
| |
ברוך שעשני חסיד! ברוך הבא ייִדן! איך האָב שױן נישט געשריבן אַ שטיק צײַט און די בריװלעך קומן אַרײַן בעטן אױף סחורה. װי אַ בעל תפֿילה װאָס זיצט אױף זײַן פּלאַץ און מען שטײט איבער אים 'נו, משה רעטעך, װאָס לאָט איר אַך בעטן? גײַט שױן צי, הײַבט שױן אָן. װאָס האָט איר מױרע, לכה דודי? מע װעט אַך שױן העלפֿן' אַזױ מיז איך זאָגן אַז כאָטש איך זיץ נישט און װאַרט מען זאָל זיך בײַ מיר בעטן איז עס אָבער גאַנץ באַטעמט אַ בליץ פּאָסטל אױפֿן נוסח פֿון צמאה לך נפֿשי. גלײבט מיר אָבער אַז נישט פֿאַרדעם בין איך שטיל. מײַן פֿיס האָט מיר אַביסל װײ געטון. נישט קײן געפֿערלעכע יסורים אָבער איך האָב שױן געזען דער מלאך המוות בײַם טיר. און אַז מען זעט דער מלאך המוות טראַכט מען באַלד װאָס װעלן די מספּידים זאָגן אױפֿן לוייה און װאָס װעלן די טרײסטערס זאָגן בײַם שבעה. אַז ער איז געװען אַ קטלא קניא? איז שױן טוב לו שלא נברא.
ס'שפּילט מיר פֿאַר די אױגן װי צװײ יונגעלײַט סודעװען זיך מיטן באַטעמטן פּײַן פֿון דערצײלן פֿאַרװײטיקטע נײַעס, 'האָסט געהערט?' -- 'װאָס? טאַקע?' -- 'נו, װאָס האָסט די געמײַנט? אַ גרױסע חכם איז ער, ער מײַנט ס'איז חכמות, ער שפּילט זיך מיט פֿײַער' -- 'אין די מײַנסט ער האָט אַלײַן נישט מורא? איך קען די אַלע אױבער חכמים, עפּעס דאַרף נאָר מיט זײ געשען אין באַלד קימן זײַ צי לױפֿן מיט אַ קװיטל אין שיקן אַ מנין צום רבין זי"ע'.
פֿאַרװאָס די מענטשן האַלטן אַז װאָס עס קומט אַרױס אין אַן עת צרה איז דער רײנער אמת איז נישט צו פֿאַרשטײן. לױט זײרע בליק הײסט עס אַז אַ מענטש װאָס דערטרונקט זיך און כאַפּט אָן אַ שטרױ איז עס פֿאַרדעם װײַל טיף אין האַרצן װײסט ער אַז אַ שטרױ אין װאַסער איז װי אליהו הנביאס מאַנטל. אײַ פֿאַרװאָס בױט מען שיפֿן פֿון האָלץ און נישט פֿון שטרױ איז פּשוט װײַל דער יצר הרע האָט אַן אינטערעסע אין דעם. און װאָס מײנט איר, האָלץ שװימט יאָ? די גרעסטער חכמים האָבן אױך אַזױ געמײנט װען זײ האָבן געבױט דער טײַטעניק און מן השמים האָט מען זײ געװיזן. נאָר װאָס דען, מי שאמר לעץ ס'זאָל שװימן יאמר לקש ס'זאָל שװימן און דער אמת װײסט אַ טרונקענדיקע מענטש אױך. און מיט אַזעלכע דיאַלאָגן און אָפֿענע ראיות האַלט מען אין אײן מחזיר זײַן ייִדישע קינדער לאביהם שבשמים.
נאָך אַזעלכע מחשבות װערט מיר דער מצב אומעטיק און איך הײב אָן צו קלערן צי טאַקע פֿאַר דעם בין איך אַראָפּגעקומן אױף דער װעלט. הנה יד ה' הויה ברגלך און מען גײט אין דיר נקמה נעמן. אין אַ מאָמענט פֿון שגעון האָב איך אױף אַלעס חרטה און איך װיל מיך גײן אײַנשרײַבן אין אַ כולל און אָפּמעקן קטלא קניא פֿונעם מפּה װי משה רבינו אין פּרשת תצוה. דער מאָמענט גײט אָבער אַריבער און איך בין מיך מחזק מיטן פּרינציפּ פֿונעם בעל התניא אַז בײַ אַ צדיק איז מוח שליט על הלב.
איך בין געװען בײַ אַ דאָקטאָר אױך אָבער אױף דעם אַ צװײטען מאָל.
פֿון צײַט צו צײַט קױף איך דער ענגלישע המודיע. ס'איז נישט אַזױ פֿאַרביסן װי איר ישראלישע געשװיסטער אָבער לעומת זה איז עס געשריבן אױפֿן 'טשיקן סופּ פֿאַרן נשמה' נוסח װאָס איז הײַנט דער תורה שבכתב פֿון חרדישע/ישיבישע ענגלישע אױסגאַבעס. און אַז איר קענט דער טשיקן סופּ בעל פּה קענט איר אײַך רופֿן קראָן צו פּאַם און איבערנאַכט װערן אַ מגיד מישרים. הקול קול פּסח והמעשות מעשהלעך טשיקן סופּ.
איז נאַט אײַך אַ מעשה פֿון דעם זאַנער פֿונעם ענגלישן המודיע װאָס נאָך עס לײנען האָב איך געדאַנקט ששם חלקי בין החסידים. דער איבערטײַטשונג און די הגהות זענען מײַנע.
'קומטס אַלע אַרײַן אינעם װױן צימער' רופֿט אױס מר. שװאַרץ מיט אַ ברען. די קינדער זענען אַלע געקומן צו לױפֿן פֿון די ד' כּנפֿות פֿונעם הױז. 'װאָס איז, טאַטע?'
(אינעם גײסט פֿון װײַזן װי יעצטיק זײ זענען שרײַבט דער המודיע 'dad', װאָס כאָטש בײַ רוב מנין ורוב בנין פֿון המודיע לײנערס רופֿט מען נישט אַזױ אַ טאַטע, טוט עס באַדײַטן אין זײערע אױגן װי זײרע אידיאַלן װערן אײַנגעהאַלטן אפֿילו בײַ הױך געשעצטע פֿילאָזאָפֿן װי מען רופֿט דער פֿאָטער 'דעד'.)
'לאָמיר מאַכן אַ קאָן, מיר גײן טאַנצן אַ רקידה!' האָט ער אױסגערופֿן. און ער האָט אױסגעבראָכן אין אַ לעבעדיקע סימן טוב ומזל טוב. נישט קײַנע בעלנים זיך אָפּצוזאָגן פֿון אַ ביסל לעבדיגקײט, האָבן די קינדער זיך מצרף געװען צו אַ לעבעדיקע טאַנץ. 'פֿאַרװאָס טון מיר דאָס?' רופֿט זיך אָן עלעף יעריקע פֿײַװל. 'הײַנט בײַ נאַכט מאַכן די פֿרידמאַנס חתונה. כאָטש מען האָט אונז נישט געלײַדענט קען אונז קײנער נישט אָפּהאַלטן פֿון אַנטײל נעמן און זיך טײלן מיט זײ אין זײער שמחה. איז לאָמיר טאַנצן.' וכך הוווה, מען האָט געטאַנצן.'
איך האָב עס אָפּגעלײנט און איך האָב רחמנות געהאַט אױפֿן קינד װאָס װאָלט נישט געקומן צום פֿאָטערס היציקע רוף, איך האָב געװאָלט זאָגן מר. שװאַרץ אַז ס'איז נישט נײטיק זיך עד כדי כך זיך באַלײדיקן אױף נישט װערן גערופֿן צו אַ חתונה, און איך האָב געדאַנקט בשם ומלכות אַז איך בין אַ חסיד...
| |
|