כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
מאי 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | | | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | 31 |
| 5/2003
פּשוט נבילה בשוק... מײַן פֿרױ זאָגט מיר אַז זי שפּירט זיך אַ געפֿאַנגענע בײַ אונז אין דער הײם, װײַל מען האַלט אין אײן קלאַפּן אין טיר. זי װיל װיסן װער דאָס איז אָבער זי האָט מורא אַז ס'איז װידער אַ משולח און זי האָט נישט בײַ זיך אָדער זי האַלט פּשוט נישט בײַם געבן. אַסאַך מענטשן מאַכן סימנים אַז באַקאַנטע קלינגן צװײ מאָל כדי צו װיסן אַז מען קען גײן אױפֿמאַכן. איך קען אײנער װאָס בעט מען זאָל קלינגן דרײַ מאָל. אַז איך װעל אַרױסשטעלן אַ צעטל אױף מײַן טיר 'דאָ טײלט מען נישט צדקה' װען מען מען זאָגן איך בין אַ סדוםניק. װען איך גײ צום טיר און איך האָב צו זײ נישט קײַן כוח זאָג איך אַז איך בין פֿאַרנומן אָדער איך האָב נישט בײַ מיר. פֿאַרװאָס זאָג איך נישט 'איך װיל אײַך נישט געבן, אַ גוטע נאַכט'? אַ גוטע קשיא. איך האָב לעצטענס באַמערקט אַז די משולחים װערן יונגער און יונגער. אַמאָל איז אַ טאַטע געקומן שנאָרן פֿאַר די קינדער אַז ער דאַרף זײ חתונה מאַכן. ס׳יז שװער אים צו זאָגן גײ אַרבעט װײַל ס׳יז שױן צו שפּעט. די צעפּ און די בערד װערן לענגער והנושה בא לקחת, וברם דא עקא שאין הקומץ משביע את הארי... אָבער מיט אַ מאָל הײבן בחורים אױך שנאָרן אַז זײ דאַרפֿן חתונה האָבן. זאָגט מיר רבונו של עולם װאָס פֿאַר אַ סיסטעם איז דאָס װי אַכצן, נײַנצן, צװאָנציק יעריקע ביקעס גײן בעטלן אױף הײַזער אַנשטאָט גײן אַרבעטן און פֿאַרדינען. און װער איז אױף דעם שולדיק? מן הסתם גזירות תשס"ג. פֿאַרשעמטע פֿירערס װאָס האָבן שױן פֿאַרגעסן װאָס דאָס מײנט אַ גזירה און װײַל מען געבט זײ נישט װאָס ס'איז זיך זײ קײנמאָל נישט געקומן דרײען זײ איבער אַ װעלט. גדולה הסרת הקצבאות של טומי לפּיד ואריאל שרון יותר ממ"ח גדולים ואדמורים וראשי ישיבות ור"מים ומג"שים און דער גאַנצער חזירײַ. ס'װעט אױסלערנען די לײדיגײערס אַז װאָס איז גוט פֿאַר ערלעכע ייִדן אין חוץ לארץ, און װאָס איז גוט געװען פֿאַר ייִדן איבער אַלע דורות װעט פֿאַר זײ אױך גוט זײַן. פּשוט נבילה בשוק ואל תאמר כהנמן וקנייבסקי אנא. אפֿשר אַז מען װעט זוכה זײַן װעט דער המודיע װײַזן בילדער װי רב קרנצקי קלאַפּט אָן אַ מזוזה בײַ אַ פֿאַבריק פֿון זײַן אײניקל, רב קלאָפּצקי װעט הײסן רב קלאָפּצקי הסנדלר און די רעשט װאָס װילן זיך ממיתן באוהלה של תורה װעלן האָבן אַ געלעגענהײט מקיים צו זײַן דער מצווה פֿון כך היא דרכה של תורה׃ פּת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן. איך מײן צו אַזאַ לעבן געבט נאָך די רעגירונג גענוג. דערװײַל אָבער זענען די משולחים די ערגסטע אַמבאַסאַדאָרן װאָס ישראל פֿאַרמאָגט. אַז ס'קומט אַן אייראָפּעיִשער ייִד אין בית מדרש פֿרעגט מען װאָס איז דער שמחה. אַז אַ ישראלישע ייִד קומט אָן פֿרעגט מען גאָרנישט װײַל מען האָט מורא ס׳װעט קאָסטן. די נגידים זענען אינטערסירט דאָס אױפֿצוהאַלטן װײַל זײ פֿירן זיך װי פּריצים װאָס מען קומט זײ קושן די פֿיס פֿאַר אַ פּאָר גראָשן. און אַז זײ פֿאָרן קײַן ישראל האָבן זײ דאָרט װידער כבוד. בן גוריון האָט טאַקע געזאָגט ער װיל ייִדישע פּאָליצײַ און ייִדישע גנבים, אָבער פֿאַר ייִדישע נגידים און ייִדישע שנאָרערס האָט ער נישט געדאַרפֿט אַ מדינה. דערװײַל קלינגט שױן װידער דער טיר און די קינדער װילן גײן אױפֿמאַכן און איך זאָג זײ ס'איז נישט נײטיק. אַ לעבן.
| |
חזק חזק ונתחזק! איך האָף דער עולם װעט מיר מוחל זײַן אַז איך ברענג צו שלעפּן אתרוגים נאָך סוכות און איך שרײַב מאָנטיק װעגן שבת. דבר בעיתו איז טאַקע מה טוב אָבער מען איז נישט עובר בל תאחר ביז ס'איז פֿאַריבער שלש רגלים, און לױט מאַנכע כסדרן. איך האָף נאָר אַז מײַנע רעיונות װערן נישט פּסול בלינה. שױן גענוג מפֿלפּל געװען. נאָך אַ שבת, נאָך אַ חזק, הוד איז שױן פֿאַריבער און מען זאָגט שױן װײַטער תחנון, ספֿירה קומט שױן צוביסלעך אָן צום סוף און דער צײַט פֿאָרט װײַטער. ערב שבת בײַ מנחה זאָגט מיר מײַן קלײנער אַז ער האָט געענדיקט דער ערשטער שמונה עשרה. ער מײנט אַז שמונה עשרה איז פֿאָרמיולע אײנץ, זײַן סידור אַ פֿעראַרי און ער מיכל שומאַכער. דער אמת איז אַז ער האָט מיר אַמאָל געפֿרעגט װוּ קומט עס אַז איך ענדיג אײביק שמונה עשרה דער ערשטער אינעם שול. זײַט דעמאָלסט װען ער איז מיט מיר דאַװען איך אַביסל מער פּאַװאָליע אָדער איך טשעפּטשע בײַ שים שלום ביז אַפּאָר אַנדרע האָבן אױסגעטרױטן. בײַ אים איז אָבער געבליבן אַז ער מיז מיר װײַזן אַז יפֿה כוח הבן מכוח האב. איך שפּרונג צו שנעל צו שבת װײַל איך האַלט נאָך בײַם לכו נרננה פֿון מיטװאָך. מיטװאָך אין־דער־פֿרי בין איך געגאַנגן אין שול און איך זע אַז דער עולם האָט זיך נישט געגאָלט. כמעט אַלע ספֿירה בערדלעך זענען נאָך געװען בתפֿארתן. איך האָב מיך געשפּירט װי אַ כהן בבית הקברות. אַז אױף װיאַזױ צו װאַקסן באָרד און פּיאות איז דאָ מנהגים כפֿלייִם כיוצאי מצרים איז אַ דבר פּשוט װאָס יעדער בר בי רב איז אין דעם באַװוּסט. צי די פּיאות מעגן אָנקומן ביז צום גאָמבע אָדער זײ דאַרפֿן דערגרײכן ביז צום נאָפּעל, צי זײ געהערן אונטערן יאַרמולקע, העכער דער אױער צי אַרום דער אױער, צי מען דרײט זײ אַרומן אױער אבג"ד צי תשר"ק (קלאַקװײַז צי אַנטי קלאַקװײַז בלע"ז), צי מען שטעקט זײ אונטער די ברילן, צי מען קרײַזעלט זײ צאַם אָדער צי מען לאָזט זײ סתם הענגן װי צװײ גראָבע לײצעס אַז ר' נחמן זאָל האָבן װאָס צו ציען װען ער קומט אַרױסשלעפּן פֿון גיהינום. און למאן דאמר אַז מען מעג זײ פֿאַרקירצערן, צי מען מעג זײ שנײַדן אָבער מען דאַרף זײ ברענען. פֿאַרדעם זענען מיר חסידים און מיר זענען זיך מוסר נפֿש אױף אַ מנהג.
אָבער אַז אין גאָלן זיך איז אױך דאָ מנהגים און אַז נישט אַיעדע איז צופֿרידן מיטן רמ"א אַז נאָך ל"ג בעומר מעג מען זיך שױן שערן דאָס איז בײַ מיר געװען אַ חידוש. אײן יונגערמאַן איז דאָ װאָס זאָגט מיר שױן אַפּאָר מאָל אַז ער װיל זיך לאָזן װאַקסן אַ באָרד. האָב איך אים געפֿרעגט פֿאַרװאָס ער האָט זיך נישט געגאָלט. האַלט ער אין מיטן פּסוקי דזמרה און ער מאַכט מיטן גראָבן פֿינגער אײ1 כלומר, איך זע אױס גוט? איך האָב אים געענטפֿערט אַז ער זעט אױס גענױ װי דזאָרז קלוני.
די חסידים האָבן אַ כּוח פֿון מאַכן נישט הײמישע זיך שפּירן אינדערױסנדיקע. די אינדערױסענדיקע שפּירן דאָס און פֿילן זיך אױסגעשלאָסן. זײ דאַכט זיך אַז װען נאָר זײ װעלן אױסזען אַביסל מער הײמיש צי זײ װעלן זאָגן 'אָמײַן' אַנשטאָט 'אָמײן' װעט מען זײ האַלטן פֿאַר אַ ברידער. זײ װײסן אָבער נישט אַז אַ באָרד װעט זײ נישט העלפֿן, אַז ס'איז אַ ברכה לבטלה, און װען זײ װעלן דאָס געװױר װערן װעט שױן זײַן צו שפּעט. עס װעט זײ דעמאָלסט נישט פּאַסן זיך װידער אָנהײבן צו גאָלן װײַל דעמאָלסט װעט מען אױף זײ מרנן זײַן. אַזױװי פֿון מיר קען קײנער נישט אַרױס נעמן חסידות אַזױ קען עס קײנער אין זײ נישט אַרײַנלײגן. זײ װעלן אױך שנעל זיך לערנען אַז די חסידים װעלן אױף זײ אַראָפּקוקן אָן בערד. און אַז זײ װעלן זיך אָנטון אַ שטרײַמל װעט מען זײ האַלטן פֿאַר גלאַטע משוגעים. אָנגעפֿער װי ייִדן האַלטן פֿון גרים. פֿון דער גאַנצער װעלט האָט זיך זײ נישט אָנגעשמעקט עפּעס אַנדערש װי דער עם קשה עורף?
דער רמב"ם זאָגט טאַקע אַז יעדער ייִד קען אױסװאַקסן אַ משה רבינו, אָבער משה רבינו איז געװען בלױז פֿערציק טעג אין הימל. אונז חסידים לעבן אָפּ אונזער גאַנץ לעבן אין הימל איז אַ װוּנדער אַז מען דאַרף אױף דעם אַרבעטן פֿון קינדװײַז אָן? משה רבינו האָט זיך אױך נישט אַן עצה געגעבן מיט מלאכים, מיר זענען אָבער פֿיל קליגער פֿון זײ. װען מיר װילן נישט אַז די מלאכים זאָלן אונז פֿאַרשטײן רעדן מיר אױף אַראַמיש. זײ נאַראָנים רעדן אָבער װײַטער אױף לשון הקודש און מיר לערנען זיך באַלד זײערע חכמהלעך צאַמצושטעלן די פֿיס בײַ שמונה עשרה און צו זאָגן קדוש און ברוך השם ממקומו. זײ װײסן אָבער נישט עד היום הזה פֿון קדיש דרבנן, אקדמות און הא לחמא עניא.
און אונזער חכמה שטעלט זיך נישט אָפּ בײַ די מלאכים. מיר רעדן אַזעלכע אידײען װאָס לאו כל מוחא סביל דא און נישט־חסידים מײנען אַז מיר שװעבן אינעם עולם האצילות. זײ זען דעם תענוג װאָס מיר האָבן און װילן דערפֿון אױך גענוסן. ס'איז אָבער װי דער טעם פֿון שבת איז געװען פֿאַר יענער רױמישער קאָנסול, ס׳יז אַ טעם װאָס איז מונח פֿון ערב שבת בין השמשות װען מען האָט עס באַשאַפֿן אין אײנעם מיטן פּי האתון און נישט אַ יעדער איז דערצו זוכה. אַזױ װי דער מלאך װערט נישט אַ מענטש אַפֿילו אַז ער שנײַדט זיך אָפּ די פֿליגל אַזױ קען פֿון קײנעם נישט װערן אַ חסיד סײַדן אַז מען האָט אים געשמיסן בײַ אלף בית, אױסגעצופּט די באַקן איבער ייִאוש שלא מדעת, געשטופּט בײַ טישן, געפֿיטערט מיטן רבינס שירייִם און אָנגעזאַפּט מיט לעגענדעס װאָס אַפֿילו סינבאַד דער שיפֿס קאַפּיטאַן איז נישט געװען קײַן בעלן אױסצוטראַכטן. איז װי קען מען דאָס אַלעס װערן אין אַ טאָג? און בלױז מיט אַפּאָר קאָזמעטישע ענדערונגן? נײן. אַז איר װילט װערן אַ חסיד איז הפֿך בה והפֿך בה דכלא בה, דקולא בה, דkiller בה!
| |
ואמרתם כה לחי... כ׳אָב מיך שױן פֿריזירט און צוגעשטיצט דעם צלם אלקים, געקױפֿט אַ פֿײַל־און־בױגן פֿאַר די קינדער און די קינדער זענען שױן אַװעקגעגאַנגן אין חדר און אין שולע צופֿרידנערהײט. הלואי זאָלן זײ יעדן טאָג אַזױ אַװעק גײן. אַז די קינדער הערן נישט מוזיק אין ספֿירה קען איך נישט הערן אונטער זײער רוקן אָבער הײַנט שפּילט מוזיק שױן װײַטער פֿונעם סטעריאָ. והשיב לב אבות על בנים. כאָב מיך שױן געדינגן מיט די קלײנע. זײ װילן בן דוד און איך װיל ׳ייִדן מיט הערנער׳. יענער װאָך בײַם דאַװענען האָבן בעלי מלאכה אָנגעהאַט אַ ראַדיאָ װי ס׳האָט געשפּילט אַ באַב דילן ניגון. גאַנץ געשמאַק אין מיטן שמונה עשרה. אײנער האָט אָבער אױפֿגעמאַכט דער פֿענצטער און זײ געבעטן אַראָפּדרײען דער מוזיק. איך האָב געמײנט װײַל ער גלײַכט נישט ר׳ באַב. ער זאָגט מיר אָבער ׳ספֿירה׳. ל"ג בעומר האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַ לינקע פֿיס װען איך האָב מיך דערמאַנט נעכטן נאַכט אין בעט אַז איך האָב נאָך נישט געצײלט ספֿירה. איך האָב געמאַכט אַ חשבון אַז ר׳ שמעון האָט געמעגט לערנען אין דער הײל נאַקעט און צוגעדעקט בלױז מיט זאַמד טאָ פֿאַרװאָס זאָל איך נישט טאָרן צײלן ספֿירה אין פּידזאַמעס אונטער דער דאָכענע. מאָרגן װעלן די מגולחים אַלע קומן מיט גלאַטע פּנימער. אונז חסידים אַז ס׳שפּראָצט אײן אײנציג װײַס האָר, שטײט עס באַלד אױס אױפֿן באָרד מודיע צו זײַן פֿאַרן װעלט אַז דער מלאך המוות שפּאַנט שױן פֿערד און װאָגן. און אױף צו להכעיס האָט דער באָרד אַ טבע זיך צו עלטערן פֿאַר די האָר פֿון קאָפּ כאָטש ס׳יז מיט אַ פּאָר יאָר יונגער. פֿרױען קענען אײַנקאַסירן זײער פּענסיע מיט אַ שװאַרצע שײטל און קײנער חוץ די מקווה פֿרױ װײסט דער אמת. און אַז זײ שערן זיך זעט מען אין מקווה אױך נישט. אױף די אָפּגעגאָלטע מענער זעט זיך אױך גאָרנישט אָן. ס׳קומט אָבער ספֿירה האָבן מיר חסידים אַ נקמה. מען זעט אַז מגולחים װערן אױך װײַס. דער ערשטער סימן אַז דער בײזער מלאך איז נישט קײַן חסיד איז אַז ער װערט נישט נתפּעל פֿון געגאָלטע בערד. כאָטש חסידים קענען זײַן בײזע מלאכים. פּ. רעדט זיך אָפּ די לעצטע פּאָר טעג אַז זײַן תלמוד תורה גײט אַסאַך נישט טון און ער גײט בלױז האָבן אַ מסובה. סאָ באָרינג. יעצט קומט ער אַהײם און הערשט האָט ער יאָ הנאה געהאַט. ער זאָגט אָבער אַז זעט אױס אַז אײַז קרעם איז גױיש װײַל הײַ יאָר האָט מען דאָס זײ אױך נישט פֿאַרגינן. און איך שעפּ נחת צוצוקוקן װי מײַן קלײנע אַפּיקורסל שפּראָצט אונטער.
| |
וספֿרתם לכם איך שטײ אין שול יעדער נאַכט און איך פֿאַרשטײ נישט װיאַזױ מען צײלט ספֿירה מיט כוונה. היום אײן און צװאָנציק טעג. אַכּלל איז אײן און צװאָנציק אָבער װאָס איז דאָ זיך צו שאָקלן איבער דער אײן און צװאָנציק, סוף סוף איז עס דאָך בלױז אַ נומער און װיאַזױ טוט עס אינספּירירן. לאָמיר שױן זאָגן אַז מען האָט אין זינען הוד שבנצח, און אױף פּראַכט װאָס איז אין אײביגקײט איז יאָ דאָ װאָס זיך צו װאַרפֿן דער קאָפּ מיט קולות װי אַן עגלה ערופֿה? האָב איך מיר געטראַכט װיאַזױ עס װאָלט אױסגעזען אַז ס׳װאָלט געװען אַ מצות עשה צו מאַכן אַן אַראָפּצײל (קאָנטדאָן בלע"ז). איך קען נישט טראַכטן אױף װאָס מען װאָלט אַראָפּגעצײלט אָבער אַזאַ מציאה װי עומר קען מען לײַכט געפֿונען. לאָז אפֿילו זײַן אױף גאָרנישט און ס׳װעט זײַן אַ חוקה װי פּרה אדומה, און לאָז שױן אױך זײַן װי רש"י זאָגט אַז די גויים און דער שטן װעלן אונז דערקוטשן דעריבער. אײגענטלעך װען איז דער לעצטער מאָל אַ גױ האָט אײַך געפֿרעגט װעגן פּרה אדומה? אָבער רש"י איז ברוח הקודש נאמרה איז מוז מען גלײבן. אַכּלל האַלטן מיר בײַם זעקס הונדערט און פֿערצענטער מצווה פֿון אַראָפּצײל. מתחילין בעשר ופּוחתין והולכין עד אפֿס. הגה זאָגט דער רמ"א ואין אומרים אפֿס אלא טײקאָף. די ליטװאַקעס װאָלטן באַלד געקלערט צי מען איז יוצא צען באַזונדערע מצוות אָדער ס׳יז אײן גרױסע מצוה. און אױך צי נשים זענען מחוייב װײַל זײ זענען דאָך סוף כּל סוף בלױז נשים. אַ פֿאַרברענטער ליטװאַק װאָלט געמאַכט פֿונעם נײַן אַ זײכר זעכער פֿון פּרשת זכור און ער װאָלט געזאָגט נײן נײַן. באַלד װאָלט ער געקלערט צי נײן איז נישט אַ ביטול און אפֿשר קען עס אױסזען װי ער זאָגט ׳נישט נײַן.׳ װאָלט ער געמאַכט אַ הפֿסק אַזױ װי נאָך כי כל אלהי העמים אלילים|וה׳ שמים עשה. דערנאָך בײַ זיבן אינעם אַראָפּצײל װאָלט ער געמאַכט אַזױװי אַן וזכרתם בײַ קרי"ש. זזזזזזזזזזזזזזזזזיבן ן בן בן. די חבדסקע װאָלטן געדונגן טײַמס סקװער צו מאַכן אַן אַראָפּצײל אױפֿן ׳טעפּער׳ און זײ װאָלטן אױך אַלעדיקט אַ רעזולוציע אין קאָנגרעס אַז פּוטין און בוש זאָלן צוזאַמן אַראָפּצײלןַ װײַל ברוב עם הדרת מלך המשיח. אַרטסקראָל װאָלט אַרױסגעגעבן אַן סידורל װאָס חוץ די איבערגעטײַטשטע נומערן װאָלטן זײ אױסגעלײגט דער בלאַט װוּ אײנץ ביז צען לױפֿן קאַפּױר אָבער מיט פֿײַלן אינעם פֿאַרקערטן ריכטונג. עפּעס אַזױ׃ 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 > > > > > > > > > (patent pending) און מײַנע חסידים אחרון אחרון חביב װאָלטן געפֿירט אַ טיש און געגעבן לעקעך און בראָנפֿן און געזאָגט תורות עד לב השמים. אַראָפּצײל דאָס איז ענדלעך צו די גױישע מנהגים און דאָס קומט אונז לערנען אַז ספֿירת העומר װאָס איז מרומז אױף כלל ישראל װערט אַלץ העכער װײַל אַ ייִד װי ער שטײט נאָר װיל ער נאָר שטײגן, אָבער אומות העולם כידוע גײן נאָר אַראָפּ כידוע ואתה תרד מטה מטה און פֿאַרדעם צײלט מען װאָס װײניגער אַזױ װי בית שמאי בײַ חנוכה זאָגן פּוחתין והולכין כנגד פּרי החג, און דאָס איז אױך מרומז אין נאַסאַ װאָס איז אותיות נס װאָס כידוע מאַכן זײ אױך אַן אַראָפּצײל. און דאָס האָט דער רמ"א געמײנט אַז מען זאָגט נישט נול נאָר טײקאָף װײַל אפֿס איז פֿון די קליפּות אַזױ װי די מרגלים האָבן געזאָגט אפֿס כי עז העם אָבער טײקאָף איז װײַל אַראָפּצײלן איז אַ ירידה לצורך עלייה און מיט צײלן מיט די ריכטיגע כוונות קען מען נתעלה װערן איבער אַלע עולמות. און מיט דעם קען מען פֿאַרשטײן דער לשון פֿון טײקאָף און נישט טײקאָפּ, אַז די מלאכים זאָלן נישט פֿאַרשטײן און זאָלן מײנען אַז מען גײט אָף און נישט מעלה מעלה. דער אײבישטער זאָל העלפֿן אַז מיט אַראָפּצײלן מיט אַלע כוונות זאָל מען ברענגן משיח צדקנו במהרה בימינו. דערנאָך װאָלט זיך אָנגעהױבן אַ לשם יחוד מיט אַ ברוך אתה... פּיאות װאָלטן געפֿלױגן, קאַפּעליטשן, -װאָס רעד איך? מען געװאָלט געגאַנגן אין בגדי שבת-שטרײַמלעך װאָלטן געטאַנצן, גאַרטלעך שװענץ געשמיסן, אשר קדשנו... און ענדלעך צום מצווה אַלײן. צען אױ װײַ װײַ נאַן באַשעפֿער טײַערע אַכט אַכט געװאַלדיג געשריגן אין געריפֿן זיבן, זעקס מדת היסוד קדושת יוסף הצדיק, זעקס, פֿינעף, פֿיר רבונא דעלמא כּולא מען האַלט שױן בײַ דרײַ און מען איז נאָך אַלץ נישט בײַם ריכטיגן כוונה, גלוי וידוע לפֿניך אַז מיר קענען נישט צו גאָרנישט צוקומן אָן דיר, צװײַ, מען האַלט שױן בײַם יחוד העליון און די כוונות זענען נאָך אַלץ מבולבל אײנס אױ טײקאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָָפֿפֿפֿפֿפֿף. מען זאָל האָבן געפּועלט אַלץ גוטס!
| |
אַ נײַע ייִנגל אין חדר אָדער װי אין ענגליש זאָגט מען ניו קיד אַן זע בלאַק. הײסן הײסט ער Hasidic Rebel און ער בלאָגט װי איך װעגן װאָס טוט זיך אין שטעטל אָבער אױף ענגליש. ער זאָגט אַז ער װעט מיר אפֿשר איבערטײַטשן אױף ענגליש. פֿון זײַן בלאָג ביז גאָטס אױר. ער שרײַבט אַ נישקשהדיקע ענגליש װאָס װײַזט אַז ער האָט געפּאַשעט אין פֿרעמדע פֿעלדער. אָדער אפֿשר האָט ער װי פֿיל פֿון אונז זיך אַלײן משלים געװען. און ער האָט שױן געװוּנען אַקאָלאַדן אױך׃ דזויִש װיק האָט אים באַטיטלט בלאָג פֿונעם װאָך. אַלע צוזאַמן װעלן מיר האָפֿענטליך מקדש זײַן שם שמים ברבים און אַזױ דורך בלאָגס װעט װערן ומלאה הארץ דעה את ה׳.
| |
אני חוזר בתשובה נײן, נישט יענער סאָרט בעל תשובה װאָס קושט יעדער ספֿר און לעקט יעדער מזוזה, װאָס האַלט זײַן סידור מיט בײדע הענט און שפּרינגט אַ גאַנצע דאַװענען װי בײַ קדוש קדוש קדוש, װאָס ברוך השםט אױף יעדער גרעפּץ און אם ירצה השםט אױף יעדער פֿאַרץ און בײַ װעם אַלעס איז באַשערט אַפֿילו אַז ער גײט אין בית הכבוד און, װי געװענדלעך, טרעפֿט ער נישט קײַן אשר יצר פּאַפּיר. איך בין אױך נישט געװאָרן קײַן משקיע אינעם קירוב אינדוסטרי און כ׳אָב נישט געקױפֿט אַקצן בײַ אײש. פֿון דעסט װעגן נודזעט מיר אַלץ, מתי אעשה גם אנוכי לביתי. איך װער עלטער און ש"ס האָב איך נאָך נישט אַלעדיגט, ד׳ חלקי שלחן ערוך זעט שױן נישט אױס אין דעם גלגול און קױם זעט מען מיר אין שול אױף אַ מנחה מעריב. איך דאַרף אױך זײַן אַ מוסטער פֿאַר מײַנע קינדער. האָב איך מיך גענומן צום דף היומי. ס׳יז נישט אַסאַך און ס׳געדױערט נישט צו לאַנג און ס׳געט אַ געפֿיל אַז איך בין נאָך פֿונעם פֿאַמיליע. דער ניגון װען ס׳קומט אַרױס פֿון מײַן מױל ברענגט צוריק דער ישיבישע טעם און מען דערמאַנט זיך פֿון די טעג װען מען האָט געהאָרעװעט און געװײנט בײַ והאר עינינו. פֿאַרשטײט זיך איך האָב געזאָגט בלי נדר אױף דעם װײַל װען נישט װעל איך דאַרפֿן אַ התרת נדרים װען ס׳װערט צופֿיל. מײַן רבינו תםס זמן און רבינו תםס תפֿילין האָב איך טאַקע אױפֿגעגעבן אָן מתיר נדר זײַן אָבער דאָס איז װײַל יעדער יאָר בײַ שמעון נא רבותי האָב איך נישט דער קוראַז צו זאָגן פֿאַר מײַן ׳בי"ד׳ אַז איך װיל אױפֿהערן אײַנהאַלטן אַזעלכע פֿונדעמענטאַלע מנהגים. מצווה גוררת מצווה און איך גײ שױן אַ גאַנצע װאָך דאַװענען מנחה מעריב. באַשעפֿער אַז דו האָסט אַ מינוט איבעריק טו דײַן הײליק פֿאָלק ישראל אַ מצווה און געב אַ קוק אַרײַן אין אַ שטיבל צװישן מנחה און מעריב. אָפּגעמוטשעטע ייִדן האָבן זיך אַ גאַנצע טאָג געמוטשעט על המחיה ועל הכלכלה און ס׳קומט בײַ נאַכט גײן זײ נישט אין אַ באַר, נישט צו אַ פֿילם, נישט אין בראָדװײ נאָר קומן לערנען אַ פּאָר משנהלעך. דו באַשעפֿער ביסט דאָך יאָ אַ מבין, איז זאָג דו, האָסט נאָך אַזאַ פֿאָלק? אין ביהמ"ד בלא חידוש איז דאָ זענען צװײ חידושימלעך פֿון מײַן נײַע שיעור. ס׳האָט מיר אײביג אױסגעזען מאָדנע אַז ייִדן קענען זיך נישט פֿאַרגלײַכן איבער װען יעזוס איז געבױרן געװאָרן, און האַלטן דערפֿאַר פֿאַרשידענע ניטלס. ס׳יז אַזױ װי אַ כינעזער און אַ מעקסיקאַנער װעלן זיך דינגן צי אַ באָבאָװער זאָגט שמע קולנו פֿאַר אב הרחמן אָדער פֿאַרקערט. איך לערן אָבער אין גמרא אַ מחלוקת צי עובדים לשברים, צי עבודה זרה דינערס דינען צו צעבראָכענע געצן צי נישט. נו, אַז צװיי תלמודיסטן זענען מבינים װאָס געצן דינער טון פֿאַרשטײ איך שױן װיאַזױ יונגעלײַט װאָס קוקן נישט אַרױס פֿון די ד׳ אמות של הלכה קענען װיסן װאָס גויים האַלטן און װאָס גױים טראַכטן און װאָס גויים פֿאַרשטײן. װאָס הײסט ער האָט עס אַלײן געהערט פֿון זײַן ׳פּלאָמבער׳. אַ צװײ בלאַט שפּעטער איז דאָ אַזאַ גמרא. דער כלל איז אַז אַ גױ קען מבטל זײַן זײַן אײגענע עבודה זרה אָבער אַ ייִד קען נישט. אַצינד איז די שאלה װען אַ גױ מיט אַ ייִד האָבן בשותפֿות אַן עבודה זרה און דער גױ איז עס מבטל, צי דער גױס ביטול העלפֿט איבערן ייִדס חלק צי נישט. רבי האָט געהאַלטן אין זײַנע ייִנגע יאָרן אַז דער גױס ביטול העלפֿט פֿאַרן ייִדס חלק אױך און דערפֿאַר איז עס מותר. אױף דער עלטער האָט ער אָבער געזאָגט אַז ס׳פּועלט נישט. זאָגט די גמרא אַז אױף דער יוגנט האָט ער געהאַלטן אַז דער ייִד דינט לױטן גױס מײנונג דערפֿאַר איז דער גױס ביטול גענוג, און אױף דער עלטער האָט ער געזאָגט אַז ער דינט אױפֿן אײגענעם חשבון און ממילא העלפֿט נישט ביטול. זאָג איך לעניות דעתי פּשט אַזױ. װען רבי איז געװען אַ בחורל און אַ יונגערמאַנטשיק איז ער געװען באַאײַנפֿלוסט פֿון די נאַרישקײטן װאָס ער האָט געלײנט אין די פֿרומע צײַטונגן און װאָס ער האָט געהערט בײַ דרשות און ס׳האָט זיך אים געדאַכט אַז װען אַ ייִד האָט אַ מײנונג װאָס איז נישט װי דער כלל, כלומר אַז אַ ייִד האַלט אַז פֿרױען זענען מער װערד װי אונטער־צו־װישן קינדער און אױפֿהײבן טעלעפֿאָנען, אָדער אַז ער האַלט אַז מען דאַרף עפּעס אױסלערנען קינדער, אָדער אַז עגונות דאַרפֿן אַ תיקון, אָדער אַז פּאַלעסטינער זענען אױכעט מענטשן, אָדער אַז שװאַרצע זענען נישט קײַן מאַלפּעס, און ספֿרדים זענען נישט חיות רעות, אַז ער האָט געהערט די זאַכן האָט זיך רבין באַלד געדאַכט אַז אַדעתא דעכו"ם זאָגט דער אױבער חכם אַזױ. אין אמתן האַלט ער װי דער עולם און ער זאָגט נאָר אַזױ װײַל ער װיל געפֿעלן פֿאַר די גויים און פֿאַר די פֿרײַע און פֿאַר די לינקע און סתם װײַל ער װיל זיך באַװײַזן אַלץ אַן אױפֿגעקלערטע. װען רבי איז עלטער געװאָרן האָט ער זיך װײַטער געהאַלטן בײַ זײַנס אַז עבודה זרה טאָר מען נישט דינען און מען דאַרף טראַכטן װי אַ ייִד. װאָס ער האָט אָבער יאָ אײַנגעזען איז אַז אַ ייִד קען אױך האָבן אַ מײנונג כאָטש ס׳איז אַנדערש פֿונעם עולםס. ער קען האַלטן װיאַזױ ער האַלט אָן זיך װעלן חנפֿענען צו גויִים, ער קען דינען עבודה זרה אדעתא דנפֿשיה. ר׳ חנניא בן עקשיא אומר רצה הקב"ה לזכות את ישראל...
| |
אַ גוטן חודש! ראשית כּל בין איך צוריק. איך בין טאַקע פֿאַרנומן אָבער װאָס זאָל איך טון אַז װען איך זיץ מיר פֿאַרטיפֿט אין מײַן אַרבעט און מיטאַמאָל פֿאַלט מיר אײַן אַ דבר תורה װאָס שיסט מיר אַרױס פֿון מײַן בענקל שיקט מיר דרײַ מאָל אַרום דער ביוראָ און איך טרעף מיך אױפֿן צװײטן זײַט פֿונעם געבײדע אָן צו װיסן װיאַזױ איך בין אַהין אָנגעקומן. על כּן אמרתי בליבי אַז איך װעל טון װי דער רבי האָט דערצײלט אין חדר אַז דער חתם סופֿר האָט געזאָגט אַז ער איז געװאָרן אַ תלמוד חכם פֿון מינוטן. ער האָט געכאַפּט אַ פּאָר מינוט דאָ און אַ פּאָר מינוט דאָרט, צװישן מנחה און מעריב און נאָך אַזעלכע לאיבודיקע מינוטן, און פֿון דעם איז ער איז געװאַקסן אַ חתם סופֿר װאָס מען לײַדט פֿון זײַנע אײניקלעך עד היום הזה. מכל מלמדי השכלתי און איך גיב פֿאַר דעם נישט מער װי אַ פּאָר מינוט אַ טאָג און פּרוטה פּרוטה מצטרפת. טאַקע דעם בלאָג האָב איך אָנגהױבן ראש חודש און הערשט יעצט בין איך עס משלים.
ר''ח אייר
א. װעקט מיך אױף און יאָגט מיר אַרױס פֿון בעט איך זאָל גײן אָנטון די קינדער. װי געװענדלעך זאָגט זי מיר אַז ס'איז צען מינוט שפּעטער װי דער אמתער צײַט. ח. האָט אַ קאָפּװײ און ער װעט בלײַבן אין דער הײם. ט. שפּירט זיך נישט גוט אָבער דאָס איז מעשים בכל יום איז דאַרף מען אים אָנטון בידיים. י. װיל זיך סתם אַזױ זיך נישט אָנטון. אױפֿן װעג אין חדר טרעפֿן מיר אַ ייִנגל פֿון ל.ס כתה און איך פֿרעג אים װאָס ער האָט בעסער ליב ייִדיש צי ענגליש. ענגליש. פֿאַרװאָס ענגליש? װײַל בײַ ענגליש קען מען זיך אַרומשפּילן און דער טיטשער טוט גאָרנישט. און בײַ ייִדיש? דער רבי האָט אַ ׳רולער׳. און ער ניצט עס? נײן. דאָ רופֿט זיך אָן ל. און װענדט אים אָפּ אַז ער האָט פּלוני און פּלוני יאָ געשלאָגן. שטעלט זיך אױס אַז דער חבר האָט שױן אױך געכאַפּט נאָר ער זאָגט מיט אַ זיגעדיקע שמײכל אַז ס׳האָט אַפֿילו נישט װײ געטון. שיט! כאָב פֿאַרגעסן יעלה ויבא, בײַם צװײטן מאָל האָב איך געזאָגט בחג המצות הזה און נאָך אַ מזל איך האָב מיך דערמאַנט תוך כדי דיבור. אַ גאַנצע טאָג האָב איך אַ פּאַראַנױע אַז איך האָב נעכטן נאַכט נישט געצײלט ספֿירה און איך זאָג אַ היום, און אַ האַלבע שעה שפּעטער בין איך שױן װײַטער נישט זיכער... שבת קודש שבת זע איך אַ מאה שערימדיקער אין שול. איך געב אַ קוק צי ער גײט נישט אַ װײַסער יאַרמולקע. ער האָט עס גוט באַהאַלטן און קױם די פֿראַנזן שטעקן זיך אַרױס. אונז פֿאַרקױפֿט מען לאָקשן װי מען דאַרף שטאָלצירן מיטן ייִדישער לבוש בײַ די גױים, און דאָ קומט דער פֿון דער קאַלעך־אױבֿן פֿון ייִדישקײט און ער שעמט זיך אפֿילו צװישן ייִדן. שבת אין דער פֿרי און אין שול איז מײַן ברוך הבא אַ גרױסע האַנטוך אױפֿן טיר אַז ס׳זאָל זיך נישט פֿאַרקלאַפּן. מה טובו אוהליך יעקב! בײַם לײנען זענען אַראָפּגעפֿאַלן די קרױנען אין מיטן קריאת התורה. דער גאַנצער עולם האָט געגעבן אַ טאַנץ פֿאָרכטענדיק אַז אַ ספֿר תורה איז אַראָפּגעפֿאַלן. מײַן האַרץ איז מיט געשפּרונגן און אַ קאַלטע שױדער איז מיר דורכגעלאָפֿן. איך װײס נישט צי ס׳יז געװען מײַנס אַ ריפֿלעקס און עפּעס לעבט נאָך דאָרט, אָדער איך האָב מורא געהאַט פֿאַרן ריפֿלעקס פֿונעם עולם און דער מאַס היסטעריע פֿון בודק זײַן מזוזות און העכרונג פֿון נומערן אױף די דעניע פֿון שטרימפּ װאָס ברעכט אױס װען אַ ספֿר תורה פֿאַלט אַראָפּ. א. דערצײלט װעגן אַ חברטע אירס װאָס איר ברודער האָט חתונה געהאַט מיט אַ מײדל. ס׳שטעלט זיך אױס אַז דער מײדל איז קראַנק געװען אָבער די עלטערן האָבן איר געאסרט צו דערצײלן. זי איז אַלץ געװען פֿאַראומעטיקט אָבער ער האָט נישט געטאָרט װיסן פֿאַרװאָס. װען ער איז ענדלעך געװאָר געװאָרן װאָס מיט איר איז האָט זי געטראָגן בשעה טובה ומוצלחת, יעצט איז דאָס קינד געבױרן געװאָרן און, מען רעדט נישט, אָבער אַ גט מיט אַ קינד איז שױן אַ גאַנץ אַנדרע מעשה. זאָל איך זאָגן מזל טוב צי בשורות טובות?
| |
עירוב רב כידוע האָט שלמה המלך מתקן געװען עירובין. אױף אױסצוטרעפֿן אַז מיט אַ שטריקל קען מען טראָגן איז נישט גענוג סתם אַ ייִדישן קאָפּ, נאָר טאַקע ר' שלמהלע אַלײן. און װײסט איר פֿאַרװאָס? װײַל װען נישט דער עירוב װאָלט ער געהאַט טױזנט װײַבער זיצנדיק אין דער הײם גאַנץ שבת נאָכמיטאָג. פֿאַרשטײט זיך אַז נאָכן טיפֿן שלאָף װאָס קומט נאָך אַ טעלער טשולנט און האָבן מקיים געװען קדושת הזיווג װאָלט ער זיך געשײלט אַן עפּל, געגעסן אַפּאָר טרױבן, געלײגט דער האַנט אױפֿן מזוזה און אױסגעשריגן 'מאַמי, איך גײַ צים פּירקע אָװעס שיר' און פֿאַרקלאַפּט דער טיר אין די פּנימער פֿון די טײַערע שעפֿעלעך זאָגענדיק 'גײַ צי מאַמי'. דער חכמה קען סתם אַ ייִד אױך. דער חכם מכּל אדם האָט אָבער געמאַכט אַ חשבון װאָס דאַרף איך פֿאַרלאָזן דער שטוב און נישט האָבן װוּ צו גײן, לאָמיך מאַכן אַן עירוב און זאָלן די נשים צדקניות אַלע אַרױסגײן מיט די קינדער װײַזן דער גאַס זײער נײַע פּערעגאָ צי מעקלערן װעגעלע און איך װעל בלײַבן אין דער הײם. און אַז ער װיל קען ער אַזױ אַפֿילו אַרײַן לאָזן דער בת פּרעה פֿונעם הינטערשטן טיר. אַז איך רעד פֿון אַן עירוב מיז איך קלאָר מאַכן אַז איך בין נישט אַ בן יואל און נישט אַ בן משה, נישט אַ בן ליפּא און נישט אַ בת פֿיגא און קל וחומר נין ונכד של קל וחומר נישט קײַן אַרױני און נישט אַ זאַלױני. נאָר װאָס בין איך יאָ. ר' ייִד איך פֿרעג שױן אַלײן דער פֿראַגע איטליכע דרײַסיק יאָר און בין נאָך אַלץ בײַם קשיא. אינעם קאָנטעקסט פֿונעם עירוב אָבער, כאָטש איך בין נישט אַן אַרױני צי אַ זאַלוני בין איך אָבער יאָ אַ באַלױני. װען איך בין געװען אַ ייִנגל פֿלעגט צו קומן אין מײַן קעמפּ אַ ייִד װאָס האָט ליב געהאַט צי װײַזן זײַנע חכמות פֿון דער הײם. אײנץ פֿון די חכמות איז געװען אַז נאָך ער האָט אָפּגעגעסן װאָס ער פֿלעגט צו רופֿן אַ 'סטריקי' (קאָרן־אָן־זע־קאָב בלע"ז), פֿלעגט ער נעמן אַ שטריקל און צובינדן צום 'קאָב' און דרײען װאָס שנעלער ביז ער האָט עס געגעבן אַ לאָז אױס אַז ס'איז געפֿלױגן. אַזױ דער שיטה פֿון אַ באַלױני איז צו נעמן בײדע די אַרױנים און די זאַלױנים, זײ אַלע צובינדן מיט אַ גאַרטל און דרײען פּאַמעלעך, פּאַמעלעך, אַרום און אַרום ביז זײ הײבן זיך אַלע, און דערנאָך דרײען אַביסל שנעלער און שנעלער און נאָך שנעלער, שנעלע... שנעלע... שנעל...שנע... שנע ... שע שע שע שע שע און געבן אַ לאָז אױס אַז זײ זאָלן אַלע אַרױף פֿליען און צוזאַמן זײַן חקוק אינעם כסא הכבוד אין אײנעם מיט יעקבֿ אבֿינו. דער סאָרט מיתת בית דין הײסט עירוב פּרשיות און איז שטאַרק צוגעפּאַסט צום ענין.
פֿאַר איר באַשולדיקט מיך מיט װעלן באַגײן אַ גרױזאַמן מאַסן מערדער, װעל איך אײַך זאָגן אַז ס'איז נישט אַזױ געפֿערלעך װי איר מײנט. אַז יעדער אײנער פֿון זײ זאָל לעבן מיט גאָטס גענאָד און חתונה מאַכן די קינדער און דערנאָך די אײניקלעך און אפֿילו האָבן אַ מצווה טאַנץ מיט אַן איר אײניקל און דערנאָך אױסאָטעמן זאָגענדיק שמע ישראל מיט אַ מנין אַרום זײַן בעט, אַז ס'זאָל אַזױ צו יעדער פֿון זײ פּאַסירן װי לאַנג װעט מען אױף זײ קלאָגן? אײן טאָג אין יאָר אױפֿן יאָרצײַט. מאַכט אײַך אַצינד אַ חשבון אַז די תלמידי ר' עקיבא װאָס האָבן זיך אױך אַרומגעריסן בײַ די בערד און פּיאות און מען האָט זײ אַלעדיקט אױף אַן ענדלעכן אופֿן װאָס איך שלאָג פֿאָר, און מען קלאָגט אױף זײ יערלעך צװײ טױזנט יאָר שפּעטער דרײַ און דרײַסיק טעג, ולהמחמירים גאַנצע זיבן װאָכן. פֿון ר' עקיבאס יאָרצײַט האָט מען אינגאַנצן פֿאַרגעסן אָבער אױף זײַנע גאַטשעלאַבעס קלאָגט מען נאָך. איז זאָגט איר װאָס לױנט זיך בעסער. אײַ װעט איר פֿרעגן װאָס האָבן נעבעך זײער פֿרױען און קינדער געזונדיקט? דער אומאײַנגענעמענער תירוץ איז אַז זײ װעלן נישט אַסאַך פֿאַרלירן. די קינדער װעלן מער נישט דאַרפֿן ציען זײער פֿאָטערס האַנט שבת נאָכן דאַװענען װען ער שטײט פֿאַרטיפֿט אין די לעצטע לשון הרע שמועסן אַרום די בימה אינעם פּאָליש 'קים שױן טאַטי' און דער טאַטע זאָגט 'מיטשע נישט, הער שױן אָף צי פּגערן, מען גײַט שױן', און די פֿרױען קענען סײַ װי נישט אַסאַך רעדן מיט זײער מענער װעגן זײער װײַבערישע משוגעתן אַז די קינדער דאַרפֿן נײַע שיך, און מען דאַרף נעמן די קלײנע צום צײן דאָקטאָר װײַל ער דאַרף רעדן דברים העומדים ברומו של עולם װאָס חיים יאָקל האָט געזאָגט פֿאַר משה זרח. ס'קען גאָר זײַן פֿאַר אַ באָנוס אַז די פֿרױען װעלן זיכער מאַכן אױסצולערנען די קינדער צו לײנען און שרײַבן און אַ פֿאַך. אױף דעם איז אָבער דאָ חילוקי דיעות. אײן הבטחה קען איך אָבער געבן װאָס װעט פֿאַרזיכערן אַז די פֿרױען זאָלן מסכים זײַן׃ מען װעט דערצו נישט ניצן דער עירוב שטריק. דאָס װעט בלײַבן במקומה עומדת.
| |
|