כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
יוני 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | | | | | |
| 6/2003
הדרן עלך... רבותי, איך װיל אײַך לאַנג נישט אױפֿהאַלטן אָבער מיר זענען זיך דאָ צאַמגעקומן איבער אַ סיום מסכתא װאָס מיר האָבן אַלע געלערנט בצוותא און װי מיר װײסן איז דיבוק חבירים אײנס פֿון די מ"ח דברים װאָס התורה נקנית בהם. אַז מען רעדט שױן איז שװער צו איגנאָרירן דברים העומדים על הפּרק. מיר האָבן מיר געלײגט אַ נײַע מראה מקום צו אַ זײַטל װוּ איר קענט לײנען װעגן אַ משפּחה פֿון 'סיני ועוקרי הרים' װאָס װילן באַגרעניצן פֿרײַע אױסשפּרעך אױפֿן נעץ. דוד המלך האָט געזאָגט חבר אני לכל אשר יראוך, און מיר זענען מיר שטאָלץ זיך מצטרף צו זײַן צום קאַמפּײן פֿאַר קענען דערצײלן חדר סודות אױפֿן נעץ. ואבקש מכל שוחרי שיחרור שממנו יראו וכן יעשו. בדרך צחות קען מען אױך זאָגן מיטן כלל אַז כל מלתא דאמר רחמנא לא תעביד אי עביד לא מהני, ממילא אַז די גדולי הרבנים והצדיקים שליט"א װאָס זײ שטײן נאָך פֿיל העכער װי רחמנא האָבן געזאָגט אַז גליטשן אױפֿן נעץ איז אביזרייהו דגילוי עריות און כפֿירה, און אַז כל באיה לא ישובון, איז לױט דעם װאָס מען רעדט אױפֿן נעץ װערט בטל ומבוטל כעפֿרא דערעא און ס'קען דערױף נישט האָבן אַ חלות פֿון לשון הרע ודו"ק. ר' חנניא בן עקשיא אומר רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפֿיכך הרבה להם תורה ומצוות שנאמר... ר'קטלא קניא אומר רצה הקב"ה לחוב את ישראל לפֿיכך הרבה להם גדולים וצדיקים כדאיתא ושבתי אני ואראה את כל העשוקים אשר נעשים תחת השמש והנה דמעת העשקים ואין להם מנחם ומיד עושקיהם כח, דניאל חייטא פּתר קרייה... ומיד עושקיהם כח מיד סנהדרי גדולה של ישראל שבאה עליהם מכחה של תורה... (מ"ר ויקרא פּ' לב, ח) קדיש דרבנן׃ אל רבנן ואל תלמידיהון ואל כל תלמידי תלמידיהון׃ די באתרא קדישא הדין ודי בכל אתר ואתר יהא לנא, ולכון שלמא רבא וחנא וחסדא וכו' ומזונא רויחי וכו' ואמרו אמן. פּרטים אױפֿן נײַעם שיעור װעלן אי"ה ערשײנען בײַם פֿריסטן געלעגנהײט. אױף דערװײַל איז עת הזומער הגיע, מען איז מגלה בראש כל חוצות טפֿח וטפֿחיים און ס'טוט זיך אַ פּאַראַד פֿון אבר מן החי. אַז לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב װײַל אין דעם טאָג בנות ישראל יוצאות װאָס פֿאַר אַ יום־טוב דאַרף מען עס רופֿן װען בנות עכו"ם יוצאות? איז גײט אַרױס אינדערױסן, געניסט פֿון די שײנהײטן און זאָגט הױך און קלאָר מה רבו מעשיך ה'!
| |
ויהי בחצי הלילה װאָס איז דער חילוק צװישן משיח און הערי פּאָטער? הערי קומט אָן צום סוף. מען זאָגט אַז הערי אין חלק ה' האָט צוטון מיט מײדלעך. װאָס קלערט איר, די רבנים װעלן עס אַסרן? אָדער װיבאַלד הערי איז נישט אַ רעפֿאָרמער ייִד און אױך נישט אַ גאָדעל װעט די אגודת הרבנים אים לאָזן געמאַך. מאידך גיסא איז אין דער ישיבישע װעלט דער מנהג אַז פֿופֿצן יעריגע בחורים האָבן צו טון מיט בחורים נישט מיט מײדלעך און הערי קען זײ אַלע צו־גרונד לײגן און צושטערן אַ מנהג ישראל מקדמת דנא. די התאחדות הרבנים װעט פֿון דאָ אוודאי אַ ראיה ברענגן אַז אַפֿילו כלומרשטע כשרע ביכלעך זענען אױך חזיר טרײף און טוב שבביכער שרוף. אײן זאַך איז אָבער זיכער אַז נישט די און נישט די װעלן עס לײנען פֿאַר זײ זאָגן אַ מײנונג. דאָס איז אױך מנהג אבותינו בידינו.
| |
לא תבערו אש... אַ מחלוקת האָט אױסגעבראָכן אױפֿן נעץ. די יודעי דבר זאָגן אַז זײַטן קליװער גט און דער װיליאַמסבורגער עירוב האָט נאָך אין כלל ישראל נישט געברענט אַזאַ אש המחלוקת. ועל מה יצא הקצף? אַז איר װעט אײַך מטריח זײַן געבן אַ בליק אױפֿן לינקן זײַט װעט איר זען אַז אונטער דאָס קעפּל וכל המינים זיצן דאָרט חסידיק רעבעל און יושב על הגדר. די זענען די צװײ צדדים פֿונעם ויכוח. די מעשה האָט זיך אָנגעהױבן װען ר' חסידיק האָט געבעטן אױף זײַן בלאָג אַז ייִדן װאָס זענען מיקל און באַנוצן זיך מיט אַ קאָמפּיוטער אױף שבת זאָלן אַזױ גוט זײַן און מיקל זײַן אױף אַן אַנדרן פּלאַץ און מען זאָל נישט ריאַגירן צו זײַנע בלאָגס אױף שבת קודש. ויהי כשמוע ר' יושב את שמע חסידיק איז ער דער ערשטער זאַך אַראָפּ געשפּרונגן פֿון זײַן פּלױט. משנה מקום משנה מזל און ס'האָט זיך אין אים אָנגעצונדן דער אש פֿון קנאות. ער האָט אַוודאי געדרשנט דעם פּסוק פֿון לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת דווקא מושבותיכם ולא מושב אחריני, און ממילא אַז ער איז אַראָפּ פֿון זײַן הײם אױפֿן פּלױט מעג ער שױן ברענען איבערן שבת. ר' יושב האָט באַשולדיקט ר' חסידיק אַז ער איז לקוי אינעם האַרבן עבירה פֿון אײַנטײלן פֿאַר אַנדרע װיאַזױ זיך צו פֿירן. לשיטת ר' יושב איז דאָס גאָר די האַרבסטע עבירה װאָס מען קען נאָר באַשולדיקן אונז פֿרומאַקעס. ר' חסידיק האָט אים צוריק געזאָגט אַז ורמינהוס קען מען טרעפֿן בײַ אים אױך איז ממילא קשוט עצמך תחילה. בקיצור ותיהום כל העיר. בײַ ר' קטלא אין שטיב ערװאַרט מען אַז די צמאים לדבר ה' װעלן באַלד זיך װענדן צום רבין זאָל זײַן געזונט איבער זײַן דעת תורה. חסידים מײנען אַז נאָר זײ מעגן קרעכצן אַז הײַנטיקע רביס זענען נישט װאָס אַמאָל. רביס באַקלאָגן זיך די זעלבע אױף די חסידים. אַמאָל האָבן חסידים אַלײן פֿאַרשטאַנען אַן עסק אַז פֿאַר אַ רבי געבט מען פֿדיונות און מען אַנטלױפֿט צו אים אױף יום־טוב װען די קינדער זענען אין דער הײם און די בני בית פֿאַרלירט איר קאָפּ. אױך האָבן זײ געװוּסט אַז ס'איז דאָ אײן באַשעפֿער און אײן רבי, און אַ קעלבעל װאָס זײגט פֿון צװײ קיען װערט קרעציק. הײַנטיקע חסידים אָבער לױפֿן צו אַ ליטװישן פּוסק פֿֿאַר זײערע הלכה שאלות, צו מקובלים פֿאַר זײערע רפֿואות, ישועות און נחמות און דעם רבין לאָזן זײ איבער אױף מחלוקהלעך, װאָס מען רופֿט דעת תורה בלשון סגי־נהור. יאָ, און אױף שידוכים אױך װײַל ס'פֿאַרשטײט זיך אַלײן אַז בײַ אַ ליטװישן גדול קען מען נישט באַקומן אַ שניר װאָס גײט סימס אין די שטרימפּ, און קל וחומר נישט בײַ אַ ספֿרדישע מקובל װאָס זײ זענען אסורים לבא בקהל חסידים. איך מיז צולײגן אַז חסידים זענען אין דעם נישט די אײנציקסטע. רש"י זעט אױס האָט אױך געהאַלטן אַז פֿאַר משה רבינו פּאַסט נישט אַ טונקעלע פֿרױ, און דערפֿאַר האָט רש"י געטײַטשט על אודות האשה הכושית אַז זי איז געװען שײן װי אַ כושית. ר' קטלא לײגט אָבער אַרײַן יעדער האַנט אינעם אַרבעל פֿונעם צװײטן האַנט און שמײכעלט, 'װאָס האַלט איך? װער בין איך דען? איך מײַן איר װײַסט דאָך אַז איך מיש מיך נישט. איך האָב ליב צי זאַן נוטראַל. אמת, איך האָב מיך צוריבן מיטן מישקאָלצער, צוהאַרגעט מיטן גרױסװאַרדײַנער, צושניטן מיטן סעמפּיעטער, צוקראַצט מיטן ראַװע רוסקער אָבער יעדער כלל מוז דאָך האָבן אַ יוצא מן הכלל און אַלגעמײַן בין איך נוטראַל.' די פּראָסטע חסידים גײן אַרױס מיט התפּעלות אױפֿן עניוות פֿונעם רבין און ממש מען האָט אַזאַ רודף שלום נאָך נישט געזען זײַט אהרן הכהן האָט באַרעדט משה רבינון װעגן דער אױבן־דערמאַנטע אשה כושית. די שטוב מענטשן, די יושבים ראשונה במלכות װילן אָבער הערן װאָס דער רבי האַלט טאַקע. זײ מיטשערן און בעטן זיך ילמדנו רבינו מיט װעמן האַלט דער רבי. בלית ברירה, ממש מעשה שטן רעדט ר' קטלא אינעם באָרד אַרײַן 'איר װײַסט דאָך אַלײַן װי נזהר איך בין אין אש המחלוקת און דאָס איז חוץ דעם טעם הכמוס װאָס איך האָב אױף נישט זיך צו מישן. ממילא בעט איך אַך ברחמים און איך באַשװער אַך בשמתא וארור אַז װאָס מען רעט דאָ גײַט נישט װאַטער װאַל דאָס איז ממש װאָס אין מגלין אלא לצנועים.
'מיר פֿירן זיך אַז שאַפּײַסצינאַכטס אַז דער ליבער שבת קודש גײַט, אַנשטאָט רײַכערן אַ לילקע מעשה בעל שם גײַן מיר אַראַן אין אינזערע קדשי קדשים, װי מען דאַרף אַראַן לײַגן דעם שם ע"ב פֿאַר מען קימט אַהין אָן. מיר װילן מיר זײן װיפֿיל ייִדן מיר האָבן מקרב געװײן לאביהם שבשמים אינעם לעצטן מעת לעת. מיר טרעפֿן אַז כאָטש יעדען טאָג קימן צי גײַן צענדליקע מנינים, אױף שבת קודש קומן אָן אױסנאַם אַ קנאַפּע צװײַ מנינים. מיר הײַבן אָף אינזערע אױגן לשמים װי ר' לוי יצחק װאָלט געטין אין מיר זאָגן פֿאַרן באַשעפֿער 'געב די אױך אַ קיק. האָסט אינז געגעבן אַן עולם הנעץ װאָס איז הפֿקר װי דער װילדער מערב אין פֿין דעסט װעגן טיט דאַן הײַליק פֿאָלק דאַן װילן.' עכלה"ק
לגופֿו של ענין אָבער פֿאַרשטײ איך טאַקע נישט װאָס האָט אַזױ פֿאַרדראָסן ר' יושבן. אַז אױף אַ נאַטוריסטישע ריזאָרט מעג מען בעטן באַזוכערס זאָלן מוחל זײַן און אױסטון די קלײדער, זאָל מען נישט טאָרן בעטן נעץ באַזוכערס זאָלן זיך אײַנהאַלטן און װאַרטן בכדי שיעשה, בתמיה? און איז דאָס טאַקע דער ערגסטער זינד מיט װאָס מען קען באַשולדיקן פֿרומע? איך קען טראַכטן פֿון פֿיל ערעגערע. אָן װעלן מקטרג זײַן מײן איך אַז װערן אױפֿגעװעקט אױף אַ פֿליגער משלים צו זײַן אַ מנין אױף מנחה איז זיכער פֿיל ערגער, און װער רעדט נאָך פֿון די גאָר גרױסע צדיקים װאָס װאַשן זיך נעגל װאַסער אױף זײערע פּלאַץ אױפֿן פֿליגער אַז זײ זאָלן חלילה נישט עובר זײַן אױפֿן מגן אברהםס קאַפּיטאַלע זינד פֿון גײן ד׳ אַמות אָן נטילת ידים. ס׳יז דאָך פּיקוח נפֿש. ס׳יז אמת אַז מיר האָבן ליב בודק זײַן בײַ יענעם די ציצית און מיר ראָטן אין אונזער פֿאָטער אין הימעל אַז װען מיר װילן אײנעם מזכה זײַן טראָגן מיר אים אָן מצוות. פֿאַרדעם אַז מען געבט אַ ייִד אַ פּרוטה לצדקה זאָגט ער אײַך נישט אַ דאַנק נאָר תזכה למצוות. חסידיק האָט אָבער נישט געװאָרפֿן שטײנער אױף פֿאַרבײַ־גײערס און אפֿילו נישט אָפּגעשלאָסן זײַן גאַס. אױך האָט ער נישט געברענגט צו שלעפּן אמנון יצחק פֿאַר אַן אורח הכבוד. סך הכל האָט ער געבעטן אַז אין זײַן װירטואַלן רשות היחיד זאָל מען אים צוליב טון. אױף דעם האָבן מיר אַ כלל אַז כל מה שאומר לך בעל הבית עשה, איז מאי קול רעש?
אַז מען רעדט שױן װעגן די אשה כושית, האָב איך אַ דבר תורה אױפֿן װאָכעדיקע סדרה. אלדד און מידד האָבן נביאות געזאָגט, עפּעס אַ נאַר האָט זײ פֿאַרמאַסערט צו משהן, יהושע האָט געזאָגט 'אַלעדיק זײ' און משה האָט געזאָגט פֿאַר יהושען 'ר ייִד ליװ איט טאָ מי'. רש"י זאָגט אײן פּשט אױף 'כלאם', לײג אױף זײ אַרױף צרכי ציבור און זײ װעלן שױן װערן אַלעדיקט פֿון זיך אַלײן. פֿרעגט זיך דער קשיא אַז מען לײגט אַרױף אױף מענטשן צרכי ציבור װערן זײ דען אַלעדיקט? פֿאַרקערט, ס'איז מעשים בכל יום אַז זײ װערן מיליאָנערן װײַל זײ קענען נאַשן פֿון אַ קאַסע ואין פּוצה פּה. און אַז אײנער פֿרעגט װאָס דאָרט טוט זיך זאָגט מען אים 'די װײַסט װאָס פֿאַר אַ מסירת נפֿש דאָס איז? גײַ זאַ די דער מנהל/גזבר/קאָך לעפֿל/לאַנגע נאָז װעסט די שױן זען װיפֿיל געלט מען מאַכט.' איז שװער װאָס האָט דאָ רש"י געמײנט?
נאָר מען קען אפֿשר זאָגן בדרך אפֿשר אַז אפֿשר איז דער פּשט אַז אין דעם רש"י ליגט דער סוד פֿונעם חקת־בלק געשעפֿט װאָס שטעקט צװישן די גדולים און די עסקנים. די גדולים דאַרפֿן װיכטיג האָבן די עסקנים װײַל אם אין קמח אין תורה און װײַל זײ דאַרפֿן שליחים לדבר עבירה. פֿאַרדעם לאָזן זײ די מאַכערס און די קנאַקערס באַרױבן כלל ישראל װײַל עת לעשות לה' הפֿרו תורתיך. װײַטער די עסקנים אָן די גדולים זענען װי הינט אָן אַ דאָרף. נאָר דער גדול/רב/רבי קען זײ געבן דער גושפּנקא װאָס זײ דאַרפֿן האָבן זיך מתנשא צו זײַן על קהל ה'. מאַכט זיך אָבער אַמאָל אַז בײַ די שײנע ייִדן הײבט זיך אָן צו דאַכטן אַז זײ זענען גאָר דער רבי און דער רבי איז אַ פֿערד װאָס מען קען אים אַרױס ברענגן אין אַן עת צרה צו קלאַפּן אַ מזוזה אָדער אױף צונדן חנוכה ליכט. דער רעשט קען דער גבאי צי דער ראש הקהל טון על דעת עצמו, און אַז עס פֿעלט אױס קען ער אַפֿילו נביאות זאָגן.
אָט אַזױ זענען געװען אלדד ומידד. זײ האָבן אָנגעהױבן אײַנצוטײלן װער ס'װעט זײַן רבי נאָך משהס הונדערט און צװאָנציק. יהושע איז געװען פֿון די גרױסע חסידים און האָט געמײנט אַז דער רבי שװעבט טאַקע אין די הימלען און מיט אים װעט מען אַקעגן גײן משיח צדקנו. ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען דער דינאַמיק אין די באַציאונגן און האָט באַלד געשריגן 'שײגעץ אַרױס', 'כלאם'. משה איז אָבער געװען קליגער און ער האָט געװוּסט אַז דער תיקון ליגט אין זײ געבן אַביסל מער צרכי ציבור. זײ זאָלן קענען נעמן אַביסל העכערע פּראָצענטן, אױסשליסן נאָך אַ פּאָר מײדלעך פֿון אַ סעמינאַר, פּראַװן אַ רשעות דאָ און אַן אַכזריות דאָרט און אַזױ װעלן זײ װײניגער זאָגן נביאות. אָבער זײ פֿאַרלענדן? חלילה, אַז די געגענערס האָבן דתן ואבירםס מוזן די גדולים האָבן אלדד ומידדס. און לאָז זײַן אַז זײ זענען דער כח אונטערן שטיל, אָבער װי פּרעה האָט געזאָגט פֿאַר יוסףן רק הכסא אגדל ממך. כל זמן די עוסקי בצרכי ציבור באמונה געדענקן אַז זײ זענען בלױז משנה למלךס, װעט קײנער נישט קענען הײבן אַ האַנט צי אַ פֿיס אָן זײ, זײ װעלן זיצן על סיר הבשר און די הונגער יאָרן װעלן אָנגײן לעולם ועד.
| |
תפֿילת הדרך שױן װידער באַגראָבט מען טױטע אינעם הײליק לאַנד. די מרגלים האָבן געזאָגט ארץ אוכלת יושביה האָט מען די ייִדן נישט אַרײַנגעלאָזט אינעם לאַנד און זײ האָבן זיך געװאַלגערט אין דער מדבר פֿערציק יאָר. דער אָפֿיציעלע ליניע איז אַז דאָס איז געװען דערפֿאַר װײַל זײ האָבן אױסגעטראַכט בלבולים אױף ארץ ישראל. אפֿשר איז עס אָבער גאָר געװען װײַל זײ האָבן דערצײלט דעם אמת? זײ װאָלט געדאַרפֿט װוּסן פֿונעם גאָלדענעם כּלל אַז אמת קנה ואל תמכור, אמת טאָר מען נישט װײַטער פֿאַרקױפֿן. און װער שטײט בעסער? די מרגלים אַז מען האָט זײ אױסגעשלאָסן אָדער די הײַנטיקע ייִדן אַז מען האָט זײ אײַנגעשלאָסן? דאָס איז אַלעס שװאַרצע יומאָר. די שאלה איז װוּ גײט מען פֿון דאָ? בוש האָט אַהערגעשטעלט אַ װעגן מאַפּע פֿאַר די פּאַרטײַען זיך צו פֿאַרגלײַכן און לעבן אין אײנעם. אַז נישט בשלום כאָטש נישט אײנער בײַם צװײטענס גאָרגל. יש מרבותינו דורשין אותו לגנאי און זאָגן ס'איז אַן עסק בוש, אַנדרע דרשנען לשבח און זאָגן למה אתה בוש לכך נבחרת. איך הער די מערדערישע רײד פֿון עקסטרעמיסטן פֿון בײדע צדדים, איך זע די אַקציעס פֿון בײדע צדדים און איך גלײב אַז ס'איז דאָ אַ בעסערער דרך. אײַ מען האָט שױן פּראָבירט און די פּאַלעסטינער האַלטן אין אײן קאַליע מאַכן, אמת, אָבער כל הדרכים בחזקת סכנה הם און השטן מקטרג בשעת הסכנה. אַמאָל איז דער שטן חאַמאַס און אַמאָל איז ער יגאל עמיר. און דער אומאײַנגענעמענער אמת איז אַז ער קען אױך זײַן אריאל שרון. אײדער איר שרײַבט מיט אַ ויצעקו אַז אין מדמין מילתא למילתא, חאַמאַס צילט אומשולדיקע ציװילן מה שאין כן שרון װאָס צום ערגסטענץ ריזיקירט ער ציװילישע לעבנס, און אַז שרון האָט אַ רעכט, נײן, אַ פֿליכט, צו שוצן אױף דער פֿאָלק װאָס האָט אים דערװעלט. ידעתי בני ידעתי, איך קען די אַלע טענות בעל פּה ישר והפֿוך. איך הער אױך דעם ראַדיאָ און איך לײן אױך צײַטונגן און ס'גרױלט מיר אױך װען איך הער רעדן פֿון חאַמאַסס רציחות און צהלס אָפּעראַציעס בנשימה אחת. דאָס בין איך אָבער נישט אױסן. דער פּרוּװ צו אַסאַסינירן ראַנטיסי איז געװען אַ װילדער טיפּשותדיקער אַקט װאָס איר דורכפֿירונג האָט געקענט האָבן בלױז אײן תוצאה פֿון אױסציען דעם קאָנפֿליקט נאָך לענגער. פֿאַר די װאָס טענהן אַז די זעלבסטמאָרד באָמבע האָט מען שױן געהאַט פּלאַנירט אַסאַך פֿריער, איז תשובתם בצדם׃ די רציחה פֿון ראַנטיסי װאָלט אױך נישט אָפּגעהאַלטן דער באָמבע. ראַנטיסי איז טאַקע אַ רוצח מיט פֿיל בלוט אױף זײַנע הענט און איז אַ בר מוות. שרון װאָלט אָבער געמעגט געדענקן דער ישראלישע סלאָגאַן פֿאַר זיכערהײט אױף די װעגן׃ בכביש תהיה חכם ולא צודק.
| |
הכל מודים דבעצרת בעינן לכם אַז איר װעט פֿרעגן אַ רב אַ קשיא װי קומט עס אַז פּסח װען מען פֿײַערט פֿרײַהײט טוט מען אונדז אָנלאָדענען מיט אַזױ פֿיל מצוות און אַזױ פֿיל אַרבעט, װעט ער אײַך ענטפֿערן אַז דאָס טאַקע מײנט פֿרײַהײט. דאָס װאָס די װעלט רופֿט פֿרײַהײט דאָס איז בבחינת עבדא בהפֿקירא ניחא להו אָבער אונדזער פֿרײַהײט דאָס איז אמתע פֿרײַהײט װײַל אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה. און אַזױ װײַטער. אַז ער מעג אַרײַנלערנען זײַנע פּשטים אין פֿרײַהײט װאָס איז אַ יקר המציאות אין אונדזערע שיכטן, מעג איך אױך אַרײַנלערנען מײַנע פּשטים אין דער יום־טוב פֿון קבלת התורה װאָס איבער דעם האָט ער כּלומרשט אַ מאָנאָפּאָל. איך מײן אַז די סיבה פֿאַרװאָס שבועות האָט אַזױ װײניק פֿליכטן איז מרמז צו זײַן אַז לא נתנה תורה למלאכי השרת, און אין הקדוש ברוך הוא בא בטרוניא עם בריותיו. דער באַשעפֿער האָט אונז געגעבן אַ װעלט און ער האָט אונז אַרײַנגעלײגט דערין אױף אײן צװעק׃ דערפֿון צו געניסן. װען ער האָט געזאָגט פֿאַר אדםן אַז ער טאָר פֿון צװײ בײמער נישט עסן האָט ער אין דער זעלבער צײַט געזאָגט 'מכל עץ הגן תאכל'. װאָס מען טאָר נישט טאָר מען נישט, אָבער װאָס איז מותר דאַרף נישט אַ הכשר און האָט נישט אַ חשש נאָר ס'איז אַ מצווה דערפֿון הנאה צו האָבן. און דערפֿאַר זענען הכל מודים דבעצרת, דער יום־טוב פֿון קבלת התורה, בעינן לכם. לכם ולא להם. אתרוגים סוחרים און מצות בעקערס װעלן איבער אונדז נישט מאַכן קײַן מאַיאָנטיק װײַל לקח טוב נתתי לכם. און װיאַזױ זעט אױס אַ לקח רע? ערב פּסח גײט מען פֿאַרקױפֿן דאָס חמץ און נישט נאָר מען באַקומט נישט דעם פּרײַז פֿונעם מקח נאָר מען צאָלט נאָך דעם רב דערצו. אַז אַ מוכר זאָל דאַרפֿן צאָלן דאַרף מען אַ ייִדישן קאָפּ.
אַז דער רב האַלט נאָך מיט װאָלט איך צוגעלײגט אַז דער לכם דאַרף מען זיך פֿאַרדינען. און איך װאָלט פֿאָרגעלײנט דעם רמב"ם אין הלכות תלמוד תורה פּרק א' הלכה ט. גדולי חכמי ישראל היה מהם חוטבי עצים ומהם שואבי מים ומהם סומין ואף על פּי כן היו עוסקין בתורה ביום ובלילה. והם מכלל מעתיקי השמועה איש מפּי איש מפּי משה רבינו. ער װאָלט אָבער געשמײכעלט. און אין דעם שמײכל װאָלט געלעגן 'װײסט דאָך אַלײן אַז דער רמב"ם איז נישט געװען אַ הײמישער. ער'ז געװען אַ ספֿרדישע און אַ פֿילאָזאָף. מיר הײמישע מאַכן אַ צעװאָרפֿעניש װוּ ס'איז נאָר דאָ סדר און דער רמב"ם האָט געמאַכט סדר פֿון אַ צעװאָרװעניש, דער רמב"ם האָט אַ נאָמן געגעבן זײַן ספֿר יד החזקה און מיר שרײַען כּוחי ועוצם ידי. בקיצור דער רמב"ם איז געמאַכט געװאָרן צו געפֿונען אין אים סתירות און זײ פֿאַרענטפֿערן, נישט אױף אונדז אױסצולערנען װיאַזױ צו פֿירן אונדזער לעבענס שטײגער.׳
איך פֿאַרקריך. שבועות איז אַנדערש פֿון אַנדרע ימים טובים אַז מען פֿאַרגינט אונדז קעז־קוכן און בלינצעס און קעז־דעלקעלעך און קעז־ראָגעלעך אַז ס'לאָזט זיך מאַכן איבער זײ אַן אשר נתן לנו תורת אמת. און אַז די ייִדענע װעט אײַך זאָגן אַז די סמעטענע רונט אײַך אױפֿן באָרד װעט איר מאַכן אַן אשר בחר בנו. סקומן באַלד צװײ תעניתים װעט מען דעמאָלסט אָפּברענען די קאַלאָריען, דערװײַל איז אָבער בשעת חדוותא חדוותא. אױך אַז תיקון ליל שבועות קומט אײַך אָן צו שװער קענט איר מאַכן אַ תיקון פֿונעם תיקון. דער ערשטער בלאַט אונעם לעצטן בלאַט, בײַ די תרי"ג מצוות די ערשטע מצווה און די לעצטע מצווה און געבן אַ קוש לשנה הבאה בירושלים.
פֿאַר איך גײ האָב איך אַן עצה טובה קא משמע לן. טאָמער שטעלט אײַך אָפּ אַ גױ און הײבט אָן מיט תמהין ושיילן ליה 'מנן ומאן הוא רחימך... ארום בגיניה ספֿית מדור אריותא?' זאָלט איר אים נישט ענטפֿערן װי דער בעל אקדמות אַז ס'װאַרט אונדז אָפּ תכתקי דהב פּיזא מיט זיבן שטיגן װאָס אױף זײ װעט מען טרונקן חמר מרת דמבראשית, און אַז דערנאָך װעט מען שפּאַצירן מיטן שכינה אין אַ טענצל װי מיט יונגע מױדן. הײַנטיקע גויים און אױך ייִדן װערן פֿאַר דעם נישט נתפּעל. פֿאַר אַפּאָר צױזענט דאַלער קען מען דאָס האָבן אױף אַ טראָפּישן אינזל און דאָרט איז נישט װי אין גן־עדן װוּ מען האָט צדיקים װאָס נוצן נישט אַנטי־שװיץ ספּרײ פֿאַר שכינים. און אפֿילו די ייִדן װאָס װערן יאָ נתפּעל קענען נישט אַזױ לאַנג װאַרטן אױף אַ פּשעטל צי אַז מען װיל עסן שור הבר נאָך אַ שטיקל לויתן צי מען דאַרף זיך אױסשװענקן דאָס מױל מיט ליקר שקדים. נײן, כאַפּט דעם גױ אָן בײַ די אַרבל און שלעפּט אים אַהײם און װײַזט אים אײַער געלײגטן קידוש טיש װעט ער שױן זען מה זה ועל מה זה. ער װעט שױן דעמאָלסט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס עליונים ששו ותחתונים עלזו...
האָטס מיר אַלע אַ גוטן יום־טוב.
נ"ב איר װעט אפֿשר געדענקן אַז איך האָב געדאַװענט אַ מוסף אין האָב געבעטן אַז אױב ס'קומט נישט אָן זאָל מען עס צוריק שוקן צום 'סענדער'. הײַנט האָב איך באַקומן אַ פּתקא מן שמיא 'װער איז דאָס ר׳ סנדר?' תשובות ביטע אױף אַ פּאָסטקאַרטל. עיקר שכחתי׃ נישט פֿאַרגעסן עירוב תבשילין.
| |
ויהי נועם אַהההההה, דער תענוג פֿון נישט זאָגן ויהי נועם מוצאי שבת. ס'געהער דאָרט מיט נישט לײנען קריאת שמע נאָך די סדרים, נישט זאָגן מזמור לתודה אױף ערבֿ פּסח, נישט קושן די ציצית תשעה באב אין־דער־פֿרי, קריאת התורה אױף פּרשת וילך, סליחות ערב יום כיפּור, חצי הלל, און דאַװענען מיט חסידים אױף מאָנטיק און דאָנערשטיק װען זײ הרגנען עפּעס אַ רבי אַבי נישט צו דאַרפֿן זאָגן תחנון. און װער רעדט זיך אָפּ אַז ס׳יז שװער צו זײַן אַ ייִד? װעלכע אַנדרע פֿאָלק באַקומט פֿון זײער גאָט אַזעלכע פּריװיליגיעס װי אונדז פֿון אונדזערער? ס'איז אין מוקדם ומאוחר און איך הײב אָן בײַ מוצאי שבת װײַל דאָס איז געװען דער הױכפּונקט פֿונעם שבת. דאָנערשטיק האָט אַ ייִד אַ נאָמן געגעבן זײַן מײדל נאָך קריאת התורה. איך האָב געטראַכט אַז דאָס מײנט מען אוודאי װען מען זאָגט אַז בײַ אונדז האָבן פֿרױען אַ ספּעציעלע ראָלע. אַזױ ספּעציעל אַז אפֿילו אַ קידוש איז פֿאַר זײ צופֿיל און אַ נאָמן אױף אַ גרינער דאָנערשטיק איז מער װי גענוג. איך בין שפּעטער געװױר געװאָרן אַז איך האָב געדאַרפֿט מלמד זכות זײַן װײַל הערשט האָט ער יאָ געגעבן שבת אַ קידוש. קײַן גאַנצער חושד בכשרים בין איך אָבער נישט געװען װײַל ער האָט לכתחילה נישט געקלערט צו געבן און ער האָט זיך שפּעטער מיישב געװען. נאָכן דאַװענען זאָגט מיר אײנער אַז ער האָט שװאַרצע פֿאַרב פֿאַר מײַנע רציעות. איך האָב אים העפֿטלעך באַדאַנקט. סאַראַ גומלי חסדים מיר זענען. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בײַ ספֿירה צײלן האָב איך מיך דערמאַנט אַז איך קען שױן נישט צײלן מיט אַ ברכה. אַזאַ אַנטױשונג. צײלן אָן אַ ברכה איז אַ ברכה לבטלה און סתם ליצנות געמאַכט. אַז איך בין נישט מחוייב װעל איך נישט צײלן אָבער טוט מיר נישט קײַן טובות און װאַרפֿט מיר נישט קײַן בײנדלעך. און װאָס פּאַסירט װען איך צײל יאָ מיט אַ ברכה? אַ מלאך װעט געבן אַ ביל 'והיכן צוונו?' װעל איך אים ענטפֿערן 'ואפֿשר צוונו' ס׳יז אַ ספֿיקא דאורייתא. פֿאַרגעסן אַזױ שפּעט איז װי אַ פֿערדל װאָס פֿאַלט בײַם לעצטן גדר. זעט אױס אין הימל דאַרף מען נישט מײַן צײלן. איז נישט. ל. האָט געלערנט אין חדר אַז דער אײבישטער צײלט די ייִדן װײַל ער האָט זײ ליב. ער װיל װיסן אױב ער האָט אונדז אַזױ ליב פֿאַרװאָס לײגט ער אונדז אין גלות. זונטיק האָט דער ייִד קעגן מיר פֿאַרגעסן יעלה ויבא בײַ שחרית. ער האָט זיך נישט דערמאַנט בײַ מודים װען מען איז חוזר לרצה, אפֿילו נישט בײַ עושה שלום װען ער װאָלט געשמונה עשרהט מיטן שליח ציבור. ער האָט זיך נעבעך געכאַפּט װען מען האָט געהאַלטן בײַ יעלה ויבא פֿונעם הױכע שמונה עשרה. זײַן הלל איז געװען אינגאַנצן קאַפּוט. אין מיטן האָט אַ שנאָרער אים געקלאַפּט און ער איז נערװעז געװאָרן און צוריק געקלאַפּט אױף זײַן סידור לאמר 'דו זעסט נישט אַז איך האַלט אין מיטן דאַװענען.' פֿאַר נישט זאָגן ויִהי נועם צאָלט מען טײַער. איך האָב מיך אַהײם געאײַלט און נישט אָנגעיאָגט דאַװענען מוסף אין שול. װען איך האָב שפּעטער געדאַװענט מנחה האָב איך מיך דערמאַנט אַז איך בין נאָך גאָט שולדיג דעם מוסף. אײדער ברענגן צו שלעפּן אַ משנה ברורה נאָך צו קוקן צו מען מעג דאַװענען מוסף נאָך מנחה, האָב איך מיך געשטעלט דאַװענען מוסף און איך האָב אינזינען געהאַט 'if undelivered, please return to sender'. דערװײַל איז עס נאָך נישט צוריקגעקומן. דער אײבישטער באַקומט אָבער אָן אַ שיעור 'ספּעם' און ס'קען זײַן אַז ס׳געדױערט פֿאַרן מלאך גבריאל אַפּאָר טעג אױסצוסאָרטירן גאָטס אינבאַקס.
אױף שבת האָט מיר אַ ייִד דערצײלט אַ מעשה װאָס האָט אַ שײַכות מיט ר׳ שלום בערגערס באַקלערונג אין מײַן לעצטן בלאָג 'ווי אַזוי שטעלט מען זיך אַקעגן די רבנים?' דער ייִד איז געװען אין ירושלים און ער איז געגאַנגן קױפֿן אַ שטיקל זילבערװאַרג בײַ אַ חרדישן געװעלב. נאָכן קױפֿן זאָגט דער מוכר פֿאַר מײַן פֿרײַנד אַז ער װעט אים געבן אַ פֿאָרעם אַז װען ער פֿאָרט אַהײם װעט ער קענען לעגאַל צוריק מאָנען אַ חלק פֿון די שטײַערן . זאָגט אים דער ייִד אַז ס'איז אים נישט נײטיק און ער קען באַשטײן דער געלט זאָל בלײַבן בײַם שטאַט. רופֿט זיך אָן דער ייִד װאָס הײסט 'ס'איז אַ מצווה בײַ זײ צו נעמן װיפֿיל מען קען.' מײַן חבר האָט אים געענטפֿערט אַז אַזעלכע מצוות קען ער זיך האַלטן. עס איז אמת אַז אין חוץ לארץ האָט מען אױך נישט ליב צו צאָלן שטײַער און בײַ אונדז חסידים איז עס אַ מכת מדינה, אָבער דער באַציאונג צו ציבורישע געלטער פֿון רײַסן װיפֿיל מען קען נישט בלױז פֿאַר זעלבסט אינטערעסן נאָר אױך אױף עס צו פֿאַרמײַדן פֿון דער אַלגעמײנער געזעלשאַפֿט דאָס האָב איך נאָך נישט געהערט. איך מײן אַז דער עיקר פּראָבלעם איז דער קולטור קאַמף צװוּשן די חרדים און דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג װאָס אינעם לעצטען פֿאַל דרױערט עס אױף דעמאָקראַטיע און דער געװעלדיקונג פֿון געזעצלעכקײט אין ישראל. דאָס איז אַ פֿיל פֿאַכיקע פּראָבלעם װאָס האָט צו טון מיט היסטאָריע און מיט די אומשטענדן פֿון לעבן אין אַ ייִדישע אָבער נישט פֿרומע מדינה. דער שולד איז אױך נישט בלױז בײַ די חרדים. דאָס אַלעס אױסצוּװאָרצלן פֿונעם חרדישן באַפֿעלקערונג װעט נעמן פֿיל מער װי מעביר זײַן אַפּאָר רבנים. אױף דערװײַל האָט מיר אַלע אַ גוטן חודש!
| |
אין חכמה ואין עצה ואין תבונה... עד היכן תכלית יסורין? װוּנדערט זיך די גמרא, דאָס הײסט װאָס איז דער קלענסטער אָפּקומעניש און ס'זאָל אַלץ הײסן יסורים. די גמרא ענטפֿערט אַז מען לײגט אַרײַן דער האַנט אין קעשענע פֿאַר אַ ניקל און מען ציט אַרױס אַ דײַם הײסט עס אַז מען האָט מיטגעמאַכט. קען זײַן אַז ס׳רעדט זיך װען אַ משולח קלאַפּט אין די אױרן אין מיטן דאַװענען און מען ציט צופֿיל אַרױס, און מחמת בושה געבט מען עס אים װײַל ס׳פּאַסט נישט געבן װײניקער נאָך דעם װאָס ער האָט געזען דער גרעסערער מטבע. אַז דאָס איז יסורים און מיט דעם קומט מען אָפּ אַפּאָר עבירהלעך, בין איך כתינוק שנולד. איך האָב נישט אַרױס געצױגן אַ הונדערטער שטאָץ אַן אײנצער: פֿיל ערגער. נישט מער געדאַכט מײַן קאַר האָט זיך געשטעלט שמונה עשרה. און נישט סתם שמונה עשרה, אפֿילו נישט אַ ראש השנהדיקע מוסף. אַזױ װי די פּגעים װאָס שטעלן זיך דאַװענען שמונה עשרה בײַם טיר װען דער עולם זאָגט עלינו, כן הדבר הזה. עס האָט ניטאַמאָל געגעבן אַ געשרײַ בעת שועם אליו מיר צו װאָרענען װאָס קומט. עס איז געפֿאָרן געהעריג, בײַ מײַן קאַר הײסט דאָס נישט אַ יום־טובדיקער הקל בתעצומות, ס'איז אָבער געפֿאָרן אַזױ װי די װאָכענדיקע הללוקאָס און מיטאַמאָל האַלט עס בײַם ישראל פֿון גאל ישראל און אַזױ אין מיטן שטראָז בלײַבט עס שטײן װי בלעםס אײזל. איך טענה מיך אָבער ס׳מאַכט ניטאַמאָל ׳נו׳. אַ גױ קלאַפּט אָן אין פֿענצטער און װיל מיר געבן אַ שטופּ. איך בין אָבער אַ ייִד, מיר זענען מלומד בנסים און איך דרײ מיטן שליסל אַז אפֿשר דאָך װעט זיך עס דערבאַרעמן. אָבער ס׳גײט נישט. אפֿשר װען ס׳זאָל הענגן אַ צעטל בזה הקאַר לא יבֿא צער װאָלט די זכות מגין געװען. למעשה אָבער װי גוט מיר ייִדן קענען דרײען, פֿאַרשאַפֿן זיצן אױף עראָפּלאַנען װען יעדער זיץ איז באַזעצט, אָנרונפֿן מסוף העולם ועד סופֿו מיט טעליקאַרטן פֿון אמתלאי בת קרנבוי, דינגן קאַרן מיט דיסקאָנטן װאָס אחשורוש האָט אונז געשאָנקן װען והנחה למדינות עשה, בױען פּתום און רעמסס אָן ערלױבערניש, זיך אַן עצה געבן מיט שולע אינספּעקטאָרס, איגנאָרירן פֿײַער רעגולאַציעס, װי גוט מיר קענען דאָס אַלץ װעט עס גאָרנישט העלפֿן אַז דער קאַר פּעקלט זיך און װיל זיך נישט רירן. ס'איז אין חכמה ואין עצה ואין תבונה. װער װײסט צי אַ שיר המעלות ממעקים אָדער אַ ליטװישע משׂכיל לדוד בהיותו במערה װאָלט עס מחיה מתים געװען, איך האָב עס אָבער נישט אױספּראָבירט. נאָך אַ גױ קלאַפּט אין פֿענצטער און צוזאַמן האָבן מיר דעם בחור אַװעקגעריקט אין אַ זײַט און גערופֿן װאָס די קינדער רופֿן אַ שלעפּער טראָק. שטופּענדיק זענען דורך געפֿאָרן אַפּאָר ייִדן און געפֿרעגט צי איך דאַרף נישט הילף. ייִדן װילן שטענדיק העלפֿן. אַז אַ מאָל כאַפּט ער אױס אַ גוטן געשעפֿט, שטופּט זיך אַרײַן אין דער רײַע, לײגט אונטער אַ פֿיס בײַ אַ שידוך איז עס אַלעס יוצאי מן הכלל. אַ גױ אָבער אַז ער העלפֿט איז ער אַן אַנשטענדיקע און אַ פֿײַנע גױ, אַן ערליכע גױ, פֿון די חסידי אומות העולם. און פֿאַרװאָס? װײַל עשו שונא ליעקב. הלכה בידוע. און װער האָט אַזױ באַשלאָסן? ר, שמעון. טאַקע דער זעלבער ר׳ שמעון װאָס איז אַרױסגעקומן פֿונעם הײל און פֿאַרברענט לעבעדיקע מענטשן, ייִדן גראַדע, טאַקע ער איז אַ מבין אױף װיפֿיל די גױים האָבן אונז פֿײַנט. ס׳איז נישט אַ צופֿאַל אַז די װאָס פֿאַרלעדן אונז מיט זײערע קדושה זענען די זעלביקע װאָס פֿאַרקױפֿן אַז די גויִים װילן אונז נאָר אומברענגן. די שמאיס פֿון דער װעלט קאָפּן אַרױס די גויים און זאָגן אַז זײ האָבן אונז פֿײַנט, די הללס װיסן אָבער אַז ואהבת לריעך כמוך קער זיך אָן צו אַלע פֿון גאָטס באַשעפֿענישן. איך דערמאַן מיך אַז פֿאַר אַ פּאָר יאָר האָב איך געהאָלפֿן אַ גױ שטיפּן זײַן קאַר. דערנאָך איז צו מיר צוגעקומן אַ ייִד און ער הײבט מיר אָן צו פֿרעגן היתכן? חסד לאומים חטאת מיט נאָך גמרות װאָס פּאָרן זיך מיט זײן אױסבליק. ער האָט מיך פֿאַרענטפֿערט אַז מחמת קידוש השם האָב איך געמעגט. די פֿראַזן דרכי שלום און קידוש השם זענען נאָבלע אידעען װאָס האָבן אָפֿט מיאוסע אַפּליקאַציעס. אַז מען זאָגט פֿאַר קינדער פֿאַר זײ גײן אין אַ פּאַרק אַז זײ זאָלן מאַכן אַ קידוש השם מײנט עס אַז אין חדר קענט איר שרײַען, קריכן, ברעכן און אַלצדינג אָפּטון אָבער אַז איר גײט צװישן די גויים זאָלט איר אײַך באַנעמן. װײַל למה יאמרו. זאָגט 'גײַ אין דער ערד' אַז עס פֿעלט אױס אָבער פֿאַרגעסט נישט זאָגן 'פּליז' פֿאַר דעם און דערנאָך 'טענק יו'. אַז מען גרוסט דעם גױישען שכן איז עס אױך פּשוט משום דרכי שלום. מילא צו אַ גױישע פֿרױ מעג מען שמײכלן און רעדן צו איר װי אַ בר נש װײַל אַז נישט איז אַ חילול השם, אָבער מיט אַ הײמישע פֿרױ קען מען טון װאָס מען װיל װײַל זי װעט דאָך פֿאַרשטײן אַז װאָס געמײנער מען באַהאַנדלט איר איז עס אַלץ אַ גרעסערע סגולה נישט צו זונדיקן מיט איר. איך בין נאָך אָבער אין מײַן קאַר און מען שלעפּט מיך. נאָך אַזאַ מעשה איז מײַן נשמה אוודאי װײַס װי שנײַ װי אַ חתן ביום חפּתו און מיך פֿירט מען אױך. ס'ברענען אָבער נישט קײַן ליכט. װען איך בין אַ טױטע װאָלט מען אױך געצונדן ליכט. אפֿילו װען מען פֿירט מיך אין תפֿיסה װאָלטן געבליטשקעט פּאָליצײַ לאָמפּן. אינעם גאַראַז אַרײַן מאַכט מען אָבער נישט קײַנע צערעמאָניעס און מען האָפֿט נאָר אַז פּאָליצאַנטן װעלן נישט פֿרעגן קײַן קשיות. ס׳איז שױן האַלב עלעף און געדאַװענט האָב איך נאָך נישט, האָב איך אָנגעהױבן זאָגן ברכות און פּסוקי דזמרה -אָן ברוך שאמר און ישתבח פֿאַרשטײט זיך, דער גאַראַז יאַט קען נישט דער 'נו' שפּראַך- כדי װען איך קום אַהײם זאָל איך קענען גאָט שנעל אַלעדיגן. גלײבט מיר איך האָב נאָך קײנמאָל נישט געמאַכט שלא עשני אשה מיט אַזױפֿיל כוונה װי װען איך בין געזעסן בײַם רעדעל פֿון דעם קראַנקן געשלעפּטן קאַר. אפֿילו פֿאַרברענטע פֿעמיניסטן װאָלטן דערױף געעננטפֿערט אמן בכל כחן.
| |
|