כינוי:
מין: זכר
RSS: לקטעים
לתגובות
<<
אוגוסט 2003
>>
|
---|
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
---|
| | | | | 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 | 31 | | | | | | |
| 8/2003
אַ גוטן חודש! ס'איז שױן ראש־חודש אלול אָבער נאָך נישט חודש אלול. מען קען נאָך אַרײַן כאַפּן אַפּאָר עבירהלעך אײדער מען דאַרף אָנהײבן תשובה צו טון. פֿאַרפֿאַלן, הײַנט האָב איך געדאַװענט בײַם כּותל אָבער מאָרגן אי"ה הײב איך אָן אַ נײַע בלעטל פֿון גײן דאַװענען אַיעדן אין דער פֿרי, הערן שופֿר און זאָגן לדוד ה' אורי. הבא לטהר מסייעין אותו און איך בין זיכער אַז גאָט װעט אַרױף דרײען דער הױכקײט פֿון מײַן װעקער זײגער כאָטש איך קען אים נישט צוזאָגן אַז איך װעל בלײַבן אױף די צען קאַפּיטלעך. איך קלער זיך אפֿילו אײַנצושרײַבן אין עפּעס אַ כּולל אױף חודש אלול. אלול איז טאַקע ראשי תיבות אַלע ליטװאַקעס װערן לײַט אָבער חסידים טון בלױז תשובה װײַל לײַט װעט פֿון זײ קײנמאָל נישט װערן. נאָך אַ פֿיל־געשעענישע זומער פֿון אַסאַך אַרום פֿאָרן און די געבורט פֿון אַ בן זכר בין איך ענדלעך צוריק אין דער הײם אין מײַן אײגן בעט, איך קען לײנען אױף מײַן אײגן קאָמפּיוטער און האָפֿענטלעך שרײַבן כּימי קדם. ס'איז דאָ אַסאַך צו דערצײלן און אַזױ װי איך הײב נאָר אָן צו שרײַבן מאַכן זיך מיר אױף די אױגן און איך זע זאַכן װאָס אַנדערש זע איך נישט. די װעלט זאָגט אַז אשרי תמימי דרך איז תמניא אַפּין, אַכט פֿאַכיק, מה שאין כּן אשרי יושבי ביתך איז אײנפֿאַכיק. װאָס איז בעסער? איך האָב פֿײַנט אײנפֿאַכיקײט און פֿון דעם האָב איך לײדער איבערן קאָפּ. אַז מען פֿאָרט אָבער אַרום און מען זעט װאָס טוט זיך בײַ אַנדרע פֿאַרשטײט מען בעסער אַז אדם רוצה בקב שלו יותר מט' של חבירו. ס'איז װיכטיק זיך אומצוקוקן און זען און פֿאַרשטײן װאָס טוט זיך חוץ פֿון אונזערע ד' אמות אָבער אין דער זעלבער צײַט דאַרף מען געדענקן אַז דאָס פּסלט נישט דער אשרי יושבי ביתך. אױף געװיסע ערטער װײַזט עס אױף װאָס פֿעלט אין אונזער לעבן אָבער אױף אַנדרע ערטער מאַכט עס גאָר רײַכער. אַ טאָפּעלטן בעט אױף װאַקאַציע איז מעין עולם הבא און מען קען מקיים זײַן ולנוח בחיבת װי דער מה ידידות האָט געבאָטן, אָבער מען האָט אױך הנאה פֿון אונזער אַנדערשקײט און אַז אַנדרע קולטורן מעגן עקזיסטירן פֿאַרװאָס נישט אונזער? איר װעט מיר מוחל זײַן אָבער איך דאַרף אױספּאַקן די רענצלעך און געבן פֿאַרן קלײנעם זײַן פֿלעשל. כּל התחלות קשות און איך האָב געמוזט עפּעס שרײַבן אױף צוריק אַרײַן צו גײן אין שװוּנג, און אי"ה, בלי נדר יהי החודש הזה...
| |
ברחל בתך הנאַקעטע אַ דאַנק דער ברוך הבא, איך האָב מיך געבענקט צו מײַנע לײנערס און מײַן געשרײַבערײַ פֿיל מער װי זײ צו מיר. איך האָף איר זענט מיר אַלע מוחל אױף מײַן לאַנגע התבודדות, דער קאָצקער האָט מחלל שבת געװען האָט ער זיך אײַנגעשפּאַרט אױף צװײ־און־צװאָנציק יאָר, ק"ק האָט פֿאַרגעסן אַ מנחה איז אים אַ חודש מחוץ למחנה מער װי אַ תשובת המשקל. איך בין אװדאי מוחל מײַנע קריטיקער און בדיעבד אױך די װאָס לױבן מיר אינעם בױדעם אַרײַן. ערענסט אָבער, איך האָב געדאַרפֿט נודד זײַן למרחקים און איך האָב נישט צו דער האַנט אַ קאָמפּיוטער מיט די אותיות װאָס דער באַשעפֿער האָט מיט זײ באַשאַפֿן הימל און ערד. איך האָב מיך מיט עמעצן באַקענטיקט און ער האָט מיר צוגעשטעלט אַזאַ קאָמפּיוטער, האָב איך געקענט באַגרוסן דער עולם. יענער פֿאָרט אָבער אַװעק נאָך שבת און ער װײסט נישט װען ער קומט צוריק. איך װײַטער קום הערשט צוריק נאָנט צו ראש־חודש אלול. יענער מאָל אַז איך האָב געװוּסט אַז ס'קומן שװײַגענדיקע זמנים האָב איך מיט אַ קעפּל געשריבן הדרן עלך, און בפֿירוש געשריבן אַז מיר מאַכן אַ סיום. זענען אָבער געװען חברה װאָס האָבן נישט פֿאַרשטאַנען מיט אַ רמז. דאָס איז אװדאי די זעלביקע װאָס בײַ אַ סיום האָבן זײ זיך געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער װען דער רבי האָט זיך ערלעך געשאָקעלט איבער די פּפּי ברודער, און זײ האָבן פֿאַרגעסן אַז בײַ אַ סיום זאָגט מען הדרן עלך. איז לאָמיך יעצט זאָגן ברחל בתך הנאַקעטע אַז ס'קען מעגלעך זײַן אַז ס'װעט נישט ערשײנען נאָך אַ בלאָג ביז דער זמן װען די פֿיש ציטערן אונטערן װאַסער און אין די היכלות פֿון די ליטװישע ישיבות קלונגט אױס מיטן מרה־שחורהדיקע ניגון 'להתרחײק מין הגײַװאָ ומין הכּאָבײד...' װער נאָך קען װי אַ ליטװאַק אַנטלױפֿן פֿון גאווה און כּבוד? האָטס מיר אַלע אַגוטן זימער. פֿאַר די װאָס װערן געפֿאַלן בײַ זיך נאָך זיך אײַנטונקן אין די װירטואַלע סמבטיונס װאָס װאַרפֿן שטײנער אַ גאַנצע װאָך לאָמיך אײַך דערמאַנען דעם ערשטן סימן אין אורח חיים, 'ואל יתבייש מפּני המלעיגים' מען טאָר נישט איבערגעשראָקן װערן פֿון די װאָס שפּעטן. אונז האָט מען אױסגעלערנט פֿון קינדװײַז אָן אַז װאָס הײליקער אַ צװעק איז די התנגדות פֿון דער סטרא־אחרא אַלץ שטערקער. נאָך פֿלעגט מען זאָגן אַז דוקא אין די נידעריקסטע מצבים װערט געבױרן דער ישועה. והראיה ס'װערט געברענגט אַז תשעה באב נאָכמיטאָג װערט געבױרן משיח. ממילא עם ה' חזקו ונתחזקה, כּל כּלי יוצר עלייך לא יצלח און אם ירצה השם צום נײַעם זמן, צום תקיעת תשר"ק װעט מען װידער לאָזן הערן קול ה' ברמה. װידער אַ פֿרײליכן זומער און פֿאַרברענגטס גוט.
| |
אתקינו סעודתא זאַכן האָבן זיך געטױשט זײַט איך האָב געפּראַװעט צװײ חודשים פּרישות, כּי בקלאַװיאַטרי התחלתי את הבלאָג ועתה הייתי לשלושה מחנות. (די פּעדאַנטן װאָס װילן מיר צוריק שיקן אין חדר און זענען נישט צופֿרידן מיטן 'שלושה', זאָלן מוחל זײַן אַרײַן קוקן אין רש"י אױף המחנה האחת והכהו. ס'איז געװען דער אײנציקסטער דקדוק רש"י װאָס די מלמדים האָבן געקענט פֿאַרשטײן ביזן סוף. און אַז אַ יונגל האָט אַמאָל געפֿרעגט װי קען זײַן אַז מחנה איז בײדע זכר און נקבה האָט אים דער רבי געענטפֿערט 'דו חכם אײנער, ס'האָט אַ מחיצה אין־דער־מיט.) מיר האָבן מיר הײַנט אַ לוקסוס אַז מען קען אָפּלערנען אַ שטיקל ק"ק אחד מקרא ושנים שפֿתי־חכמים. אַז אײַרע קול־קאַרטל פֿונקציאָנירט װעט איר קענען הערן משה אמת ותורתו אמת יעדעס מאָל איר װענדט אײַך צו די נײַע זײַטלעך װאָס װי דער סמבטיון װאַרפֿן זײ שטײנער אַ גאַנצע װאָך און שבת רײַסן זײ אוודאי דעם עירוב. שטופּט אײַך נישט דורך די שטײנער װײַל המן הסלע הזה נוציא לכם מים? אַז איר װילט אײַך אָבער יאָ דערקװיקן זענען דאָ צװײ נײַע זײַטלעך װי ס'פֿליסן מים קרים על נפֿש עיפֿה. אײנס איז אַלף־בית װוּ דער בעל מחבר קען פֿיל מער װי אַן אות, און דער צװײטער איז בײַ ר' שלום בערגער, אַ זעלטענער היכי תמצי פֿון אַ ייִדיש רעדנער װאָס איז שטאָלץ אַרױס צו שטעלן זײַן נאָמן. אױף גאַנץ כּלל ישראל געװוּנטשן. בײַ אלף־בית האָב איך בעסער פֿאַרשטאַנען אתקינו סעודתא. יעדער װאָך װען איך זאָג צווחין אף עקתין, װוּנדער איך מיך װאָס זענען די געשרײַען. האָט טאַקע דער אר"י הקדוש געמײנט די אױ װײען װאָס קומן נאָך יחבק לה בעלה און דעביד נייחא לה? אַז איך לײן אָבער בײַ אַלף־ביתן װעגן ברוסט װי לחם משנה האָב איך געזאָגט ברוך שכיוונתי, נאָך אַ ייִד האָט אױך אַזױ געלערנט פּשט. מעלין בקודש ולא מורידין, און בײַ שלום בערגער װעט איר טרעפֿן
| |
שלום־אַלײַכם שלום־אַלײַכם, אַלײַכם ואַל בנײַכם, כגלײַב עס נישט, ס'איז טאַקע די? שױן אַ שאָק מיט יאָרן דיר נישט געזען, װאָס מאַכט מען עפּעס, באָך השם, הודו לשם, באָך השם מע זעט זעך, שױן זיכער צען יאָר װאָס כאָ דיר נישט געזען, יאָ? נאַ, סאיז אַ גיזמא, ביסט געװען װען ברוך האָט גענימן זאַן ערשטע אײַדעם? אַוודאי בין איך געװען, ני ער'ט יענע װאָך געמאַכט אַ חומש סעודה בײַ זאַן עלטסטער ייִנגל, יאָ, ער'ט אָבער געװאַרט אַ שײַנע פּאָר יאָר ביז ער'ז געהאָלפֿן געװאָרן, מע זאָגט ער'ט געפּױלט בײַ דער אַמשינעװער, אַ שײַנע פּאָר יאָר, כ'בעט דיך, דרײַ יאָר האָט מען נישט קינדער לױפֿט מען אַרים װי אַ פֿאַרסמטן מױז, ס'איז נישט דער פּאָר פֿאָלק די שװיגערס מאַכן זײַ משיגע, שױן אָבער באָך השם באָך השם אַבי מע זעט זיך, װי שטײַסט די אַן? ער האָט טאַקע אַ נײַע הױז, ער'ז שטאַרק מצליח, אַזױ זאָגט מען, אין ביסט דאָ אַלײַן? פֿאַרװאָס ביסט די דאָ? אַזױ אױף משה זלמנאָװיטשס חתונה, װאָס האָסט די מיט אײם? די ביסט אױך דאָרט אַן אײַדעם? יאָ אװדאי כ'דערמאַן מיך, מע'האָט מיך אױך דאָרט אָנגעטראָגן, אין װי האָסט די איבערגעלאָזט די קינדער? װי האַלטס די טאַקע שױן? פֿינעף, װען האָסט די חתונה געהאַט? מעם הײַ, יאָ כ'געדענק טאַקע דאַן אָפֿריף ס'איז יענע שבת געװען איבער צען חתנים, דעמאָלסט איז עס געװען אַ חידוש, האַנט באָך השם צען איז אַ מספּר־קטן, יעדער װאָך האָבן מיר דאָ איבער דראַסיק זכרים און קדײַשים כּנײַנעהאָרע, הײַסט עס האָסט פֿינעף, ני מערטשעם דער אײַבישטער װעט נאָך העלפֿן. שױן ס'איז שפּעט, אפֿשר אַ קאַװע? האָסט שױן געדאַװענט, זריזין מקדימין, איז זאַ געזינט, װי לאַנג ביסט די דאָ? אַ קנאַפּע װאָך, אַזױ שנעל, שױן מע װעט נאָך מערטשעם שמיסן, זאַ געזינט. ס'איז דאָ מילעך?
| |
|