| 8/2005
פון וואס איז אראפאט געשטארבן? עס זענען דא מענטשן וואס לעבן אויף טעאריע'ס.
למשל, ביים עלטער'ן דור קענט איר טרעפן אידן וואס גלייבן (אדער גלייבן נישט) אז מענטשהייט האט קיינמאל נישט דערגרייכט די לבנה, נאר מען האט למען השקר די גאנצע מעשה אהערגעשטעלט אין א סטודיא אין האליוואד. און דאס וואס ניל ארמסטרונג האט דערקלערט "א קליינער טריט פאר א מענטשן, א גרויסן טריט פאר מענטשהייט" האט טאקע מער געמיינט די פילם אינדאסטרי ווי די ספעיס אינדאסטרי.
א שטייגער ווי אונזער אלטער ר' בעריש האט זיך אויסגעדריקט אין מקוה לעצטע וואך הערנדיג פון נאס"א'ס פראבלעמען מיט'ן דיסקאווערי: "נו אוודאי, וואס האבן זיי געמיינט וועט געשען אויב שיקט מען ארויף א ספוטניק ווען די לבנה איז חסר"...
די סיבה פארוואס מענטשן פארגלייבן זיך אין טעאריע'ס איז גאנץ פשוט, ערשטענ'ס גיבט דאס שטאף פאר די וואס דער דמיון ארבעט ביי זיי עקסטערע שעות, און עס מאכט אויך דאס לעבן מער אינטערעסאנט, ווייל א בלויזע טראגעדיע ווי למשל טימאטי מעקוועי'ס אקלאהאמא באמבאדירונג באקומט אן אנדערן פנים אויב מען האט אים געזען מיט אן אראבער הארט פאר'ן אויפרייס, און אז מען גלייבט אז דעמאלס'דיגער פרעזידענט קלינטאן האט געהאלפן דעם אראבער אפטראגען פון אמעריקא - איז דאס ווי זאלץ און פעפער פאר א געלן ראנטאטאש.
דערפאר וועט איר טרעפן מענטשן וואס האלטן אז: * היטלער לעבט נאך, * ראול וואלענבערג שמאכט נאך ערגעץ אין רוסלאנד, * קענעדי איז געהארגעט געווארן דורך (וויצע פרעזידענט) לינדאן דזשאנסאן און (עף. בי. איי. דירעקטאר) עדגאר האווער, * מאניקא לאווינסקי איז גאר געווען א מוסד אגענט, * און דזשארש בוש איז באמת געווען דער וואס האט אטאקירט אמעריקא סעפטעמבער דער עלפ'טער.
לאכט נישט, די טעאריע'ס לעבן, און נאך מער לעבן די מענטשן וואס גלייבן דערין. על פי רוב פארמאגן די אלע חזיונות עפעס אן אחיזה במציאות, און דאס פארשטארקט נאך מער די פאפירענע יסודות אויף וואס די טעאריע'ס האלטן זיך.
צום ביישפיל, אין יארע 1898האט א שרייבער מיט'ן נאמען מארגען ראבערטסאן אפגעשריבן א בוך וועגן א א העכסט מאדערנעם שיף וואס לאזט זיך ארויס פון ענגלאנד קיין אמעריקא און קראכט אריין אין אן אייז בארג אויפ'ן וועג. פערצן יאר שפעטער, לאזט זיך דער היינט שוין באוואוסטער שיף "טיאטניק" ארויס אויפ'ן זעלבן ריכטונג און האט דעם זעלבן סוף ווי דער "טיטאן" שיף אינעם נאוועלע. די ענליכקייטן זענען שטארק אייניג, און דער גורל שפילט אריין אין די הענט פון די וואס זוכען צו גלייבן אין באבע מעשיות.
פאראיאר ווען יאסאר אראפאט איז קראנק געווארן און ענדגילטיג געשטארבן, האט זיך אויך אנגעהויבן א שדים טאנץ מיט מיינונגען וועגן די פונקטליכע סיבה פון זיין טויט. טייל האבן געשריגן אז די ישראלים האבען אים בשתיקה פאר'סמ'ט, אנדערע האבן געזאגט אז ער האט געהאט עידס ר"ל, געווען אזעלכע וואס האבן חושד געווען אז יד חאמאס באמצע, וכהנה וכהנה.
ואני הקטן וועל אייך אצינד מגלה זיין וואס האט באמת פאסירט. היות מיר טרעטן שוין אט ארויס פונעם "יאר", קדיש יתום ווערט שוין צוריק קדיש דרבנן, דאכט זיך אז מען קען זיך שוין ערלויבן, מען קען אייך שוין געטרויען מיט'ן ריינעם אמת.
ובכן, רוקט אייך צו נענטער, שפיצט אן די אויערן, פארמאכט די אויגן און עפנט די נעזער, ווייל אין עטליכע רגעים וועט זיך דער גרויסער געהיימניס אפטאן כאילו לא היה. האספו ואגידה לכם. עס שטעלט זיך ארויס, אז דער סיבה פאר זיין טויט איז נישט געווען עפעס אנדערש, יא יא, איר הערט גיט, און איך קען מעיד זיין אז עס איז באשטעטיגט געווארן פון מערערע פארלעסליכע קוועלער, נישט מער און נישט ווייניגער, נאר אז דער מלאך המות האט ביי אים אפגעשטאט א באזוך... אזוי, פראסט און גראד, אן קיין פאר ווען, און אן קיין פארוואס.
עס איז טאקע שווער צו גלייבן, אבער פאקט בלייבט פאקט. טעאריע'ס וועט איר טרעפן לרחצה, און עס איז צומאל אפילו אינטערעסאנט צו לייענען, אבער טעאריע איז נישט מער ווי טעאריע, און עס איז ווי א קליין ווערימל קעגן פעלזן פעסטע פאקטן.
***
אין די פארגאנגענע צוויי חדשים, זענען - אזויווי כמעט יעדעס יאר ווען דער זוממער קומט אן - ליידער פארגעקומען הארצרייסענדע טראגעדיעס ביי אונז שלומי אמוני ישראל. א שרעקליכער עקסידענט וואס פארשניידט קאלטבלוטיג דריי יונגע לעבנ'ס אין א זונענדיגן ערב שב"ק, א הארץ אטאקע אין וואסער וואס דערטרונקט א מאמע אוועק פון איר משפחה, א ליבליכער אינגערמאן וואס הויכט אויס זיין נשמה על אם הדרך, א מוטער פון דריי פיצקעלע עופה'לעך וואס אויספיעט נישט צו שפייזן איר נעסט גאנצע צוויי וואכן, אאו"ו, צרות צרורות זו לזו כמעט אן קיין צווישענשייד בין עדר לעדר.
דער רמב"ם פסקנ'ט להלכה, אז ווען עס קומען ל"ע אונטער צרות אויף כלל ישראל, איז מען גוזר תענית צו בעטן רחמים, מען איז מחויב מעורר צו זיין אידן לתשובה בכדי אפצוטאן דעם חרון אף. היינטיגע צייטן, ווען דער כהן שבימיך איז קוים א ישראל, עס איז נישטא קיין רועה, עס איז נישטא קיין מנהיג, איז מען נישט בכח גוזר צו זיין א תענית על הצבור. אנשטאט, מאכט מען כינוסי התעוררות ווי עס שטעלן זיך אויף רבנים דרשנים אויפצווועקן די נשמה פון איר שלאף.
דאס כשלעצמו, איז א פארשטענדליכער שריט און איז א זכות פאר די אראגאנאזירער און באטייליגער צוגלייך. דער פראבלעם הייבט זיך אן, ווען דער בעל דרשן המעורר לתשובה, דער עומד ומתריע, נעמט זיך רעדן איבער די פרצות הדור, ער נעמט זיך אויסרעכענען נעמען פון שטרויכלונגען, וואס לויט זיין קאלקולאציע, לויט זיין פריוואטען חשבון מיט'ן בי"ד של מעלה, איז דאס די סיבה פאר די פילע צרות.
לאמיר קלאר מאכן דעם ענין אביסל, דאס איז זיכער אז מיר פארמאגן היינט נישט קיין נביאים, מיר פארמאגן נישט קיין אורים ותומים, מיר פארמאגן נישט בעלי קומה וואס האבן דירעקטע קאמיוניקאציע צום הימל, אפילו אין די צייטן פון גרויסע בעלי מופתים האבן זיי זיך (און אנדערע) נישט איינגערעדט אז זיי זענען בקי בשבילי דרקיע כשבילי דארעא, און ווי געזאגט פארמאגן מיר דאס היינט סייווי נישט, קוים קוים וואס מיר פארמאגן א הייפעלע אמת'ע עהרליכע אידן וואס זייער גאנצער וועזן איז בלתי לה' לבדו.
קומט אויס אז עס איז נישטא דער גברא וואס זאל קענען זאגן מיט זיכערקייט על מה עשה ה' ככה, און אז עמיציר שטעלט זיך אויף און זאגט אז דער אינטערנעט לדוגמא איז דער אבן נגף וואס איז גורם די טראגעדיעס, איז ער א פוסטער חולם חלום, אין ערגסטן פאל א נביא שקר, אין בעסטן פאל א בעל דמיון וואס לעבט אויף טעאריעס.
ווייל סך הכל איז דאס נישט מער ווי א טעאריע.
בכלל איז דער ענין פון מחאה לגמרי ארויס פון יעדן גדר של הלכה אדער נארמאלקייט. עס טוט ליידער שטארק אפשפיגלען דעם אמת'ן פרצוף פון אונזערע אזויגערופענע מוסר זאגער, עס איז געווארן ווי הערנער וואס מען טוט מיט דעם שטויסן דעם צד שכנגד וואס האלט אנדערש. וויאזוי דען קען מען פארשטיין דאס אז א רב א ת"ח זאל זיך אויפשטעלן פאר א ציבור אידן און רעדן כאחד הנבלים בישראל, מיט א שמוציג מויל כהגלות נגלות אחד הרקים, מיט א שנאה כבושה אלעס בכדי מנגח צו זיין אנדערע אידן וואס האלטן אנדערש אין א הלכה שאלה?! אתמהה?!
און דאס איז ליידער בלויז איין עפיזאד פון פילע אנדערע. דערפאר טוט אזוי וויי ווען מען נעמט אזא געלעגנהייט ווען מען דארף מעורר זיין אידן לאביהם שבשמים און מען נוצט דאס אויס אויף אייגענע השערות און אינטערעסן.
לא נביא אני ולא בן נביא, א בר פחתי אפשר, אבער גאט האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיר נישט אריין געשטעלט אין א משפחה פון רע-בנים חלילה, ממילא בין יעך נישט קיין ראוו און אויך נישט קיין זון פון קיין ראוו, און יעך האף קיינמאל נישט אריין צו פאלן אין די תאוה ווייל יעך וויל נישט ביי די ניינציג זיך דארפן שטעלן פאר'ן שופט און אויסגראדן די וואנצעס ל"ע, אבער דאס קאן איך אייך זאגן בנאמנות, אז וואלט יעך ווען געשטאנען דארטן פאר'ן ציבור וואס איז געקומען מיט גיטע כוונות, מיט אפענע און ריינע הערצער, וואלט יעך בלויז געזאגט דאס וואס שטייט אין הלכה אז מען ברויך זאגן: "אומר לפניהם דברי כיבושין".
יעדער איד ווייסט ביי זיך אין הארצן וואס ער ברויך מתקן זיין, יעדער איינער קען זיין אייגענעם נפש און ווייסט אין וועלכען הינזיכט ער ברויך זיך פארבעסערן, מען דארף קיינעם נישט אריין לייגן דאס עסן אין מויל, מען דארף נישט דערנידערן דעם ערך פונעם מעמד דורך אריין לערנען פאלשע פשטים. עס איז א בחינה פון א ניגון, פרעגט די יודע דבר וועט איר געוואר ווערן אז א ניגון אן ווערטער איז סאך סאך טיפער ווי א ניגון מיט ווערטער, ווייל די ווערטער זענען מגביל די עמקות דערפון, והבן.
דורך אריין טייטשן אייגענע דמיונות אינעם דרך התשובה, איז מען מגביל דעם ערך, עס פארלירט דעם טיפקייט, עס צוימט דעם מענטש פון גריבלען אין די טיפענישן פון זיין זעהל בכדי דארטן ארויס נעמען דעם פארגרעסערונג גלאז. עס ווערט פארוואנדעלט צו בלויזע טעאריע'ס, א שטייגער ווי דער אויבן דערמאנטער קלאץ קשיא: "פון וואס איז אראפאט געשטארבן?".
| |
|