בר פחתיבכלל נישט קיין קטלא קניא... נאר גאר א בר פחתי! |
| 2/2004
 אריינפיר
שלום עליכם, דודו פישר, יום טוב ערליך - נעמען וואס מאנכע וועלן דערמאנען ווען מען טוט רעדן פון אידיש, די אידישע שפראך, דאס אמאליגע אידישע לעבן...
דאס זענען בלויזע עטליכע קארגע משלים. באגעגנט אייך נאר מיט סיי וואספארא איד וואס אידיש איז ביים אים די מוטער שפראך - זאל דאס זיין א פוילישער כופר וואס רעדט א זאפטיגן אידיש און וואוינט היינט אין חיפה, אדער א נעבאכדיגער לאטווישער אידל וואס "א אידישע מאמע" פון יוסל'ע איז ביי אים כל התורה כולה על רגל אחת, אדער א רוסישער תינוק שנשבה וואס איז א 'חאושען פארקוועי קאר סערוויס דרייווער' און "קופיטע קויפטשע פאפיראסען" איז ביים אים מער ווערט ווי א 'טיפ'...
די זענען אבער אזעלכע וואס געהערן צום דור פון פאר'ן קריג, אדער פון די וואס האבן געשפירט אויף די אייגענע הויט דעם פחד פון סטאלין ודוגמתו, מענטשן וואס כאפן זיך נאך אלץ אויף מיט צופויקטע הארץ קלאפעניש אינמיטן בייזע ווינטער נעכט...
פאר די יונגווארג איז אבער פארהאן נייע שטערן, בלעטער פון א נייעם סארט, שוין נישט די זעלבע אויסגעדראשענע מאטריאל, נאר וועב-זייטלעך וואס קענען אנפילן א גאנצען ביבליאטעק, ווערטער וואס באשאפען א נייעם 'בייבעל' אין מושגים פון די אידישע שפראך...
אט פאר די - און טאקע נאר פאר די - איז דער 'בלאג' געווידמעט מיט געפיל, באזירט אויפ'ן דרך פון דער גרעסטער אין דעם געביט וואס פארמאגט שוין באלד אליין א גאנצער אידישער 'בייבעל' שבדה מלבו, דער ארי שעלה מבבל, ויקרא שמו בישראל: "קטלא קניא".
אין די קומענדיגע ארטיקלען, האפען מיר אנצורירען - אפילו נאר מיט'ן שפיץ גאפל - ערנסטע ענינים העומדים על הפרק, בין בגוף בין בממון, בין באונס בין ברצון, בין בשוגג בין במזיד, פארשטייט זיך בדבור ולא במעשה (כאטש מאנכע וועלן טענה'ן אז שרייבן אויפ'ן געוועב איז א מעשה נישט קיין דבור - וועלן מיר דאס איבערלאזן פאר די ליטוויקעס), און אוודאי בגלגול זה ולא בגלגול אחר.
לייענט און האט הנאה!
BP
| |
|