לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

בר פחתי

בכלל נישט קיין קטלא קניא... נאר גאר א בר פחתי!

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


 
הבלוג חבר בטבעות:
 
2/2004

פראפיל: "קטלא קניא"



אויב זענט איר ווי מיר, איז דער אופן וויאזוי איר זענט אנגעקומען צו "קטלא קניא" נישט קיין צופאל. איר האט זיכער געשמועסט מיט עמיצין, א פריינט, א קרוב. איר פארציילט א שטיק נייעס, יענער א שטיקל פאליטיק. איר האט געזען א בילד דערוועגן אויפ'ן געוועב, ער האט געזען אויך א ווידעאו קליפ. דער שמועס ציעט זיך, מען רעדט פון געוועב זייטלעך, מען רעדט פון בלאגס ווי דער עולם דרייעט זיך, איר זאגט היידפארק, יענער זאגט האסידיק רעבל, איר זאגט אז HR איז נישט שלעכט, יענער זאגט אז "קטלא" איז נאך בעסער, דער שמועס ענדיגט זיך, די צוויי אידן צושיידן זיך, יעדער גייט לדרכו תחת גפנו און עס ווערט נאכט.

אפאר שעה שפעטער, איר נישטערט דורך דעם געוועב וועגן די לעצטע נייעס, איר דערמאנט זיך פונעם שמועס, פינגערס קלאפן, וועבזייטלעך שפרינגען, און פאר אייערע אויגן אנטפלעקט זיך: "קטלא קניא, א טאג א מלאך, א טאג א גלח - יהי רצון ס'זאל זיין תמיד א געלעכטער".

איר הייבט אן לייענען מיט שפאנונג, דער מח קאנצענטרירט, דא און דארט באווייזט זיך א שמייכל אויף אייערע ליפן, די קישקעס טאנצן, ע"פ רוב זענען די ווערטער דברים של טעם, דאן דאכט זיך אייך אז עס גאר ליצנות, דערנאך הייבט איר אן טראכטן אפשר איז דאס גאר כפירה (ר"ל). איר מישט אויף אן ארכיוו, ווידער א שמייכל, דא קוקט איר שוין אויף תגובות - וואס זאגן אנדערע אויף דעם, דער רעדט זיך אפ אויף לשון הקודש, 'קוטשמע' איז פארנומען מיט 'גיד הנשה', א דריטער שרייט ער וועט אונטערברענגן קטלא, א פערדער שפאקולירט אז ער ווייסט ווער דאס איז, איר קוקט נאכאמאל אויפ'ן קעפל: "א טאג א מלאך, א טאג א גלח - יהי רצון ס'זאל זיין תמיד א געלעכטער", און איר שמייכלט צום זיבעטען מאל.

דאס איז בעצם דער כח פון קטלא. ער איז אן איש בתוכינו, וואס איז געווארן אויפגעצויגן אויף אונזער שויס בדרכי רבותינו, א מוח'ל האט ער אלץ פארמאגט, דער 'סיסטעם' האט אים איינגעצוימט, זיינע הרגישים כסדר געווארן אונטערדריקט. גיין פארקערט אינגאנצן האט אים נישט געשמעקט, הלמאי? וואס וועט זיין מיט טשאלענט און 'אווערניייט' קוגל? מקוה נייעס און חינוך על טהרת הקודש? ניין, ער בלייבט א חלק פונעם סיסטעם.

די יארן לויפן, חתונה געהאט, קינדער, ארבעט, דער באן פארט ווייטער, געוויסע מחשבות פאלן אוועק, געוויסע קומען צו, מער ווייניגער איז אלץ די זעלבע, די ברילן געבליבן די זעלבע, דער קוק איז גאר פארשארפט געווארן, ער איז נאך מער איבערגעצייגט, און דער 'קאנפליקט' רודערט אים די געדערים, עס איז א "דיבוק" פון יארע צוויי טויזענט (למספרם), עס שטויסט עס בריקעט, עס גיבט נישט קיין מנוחה.

ער קען זיין אייער'ס א שוועסטער-קינד, א שכן, א ידיד. ס'קאן זיין איר טרעפט אים אין ביהמ"ד, זעהט אים כסדר אין מקוה, שמועסט מיט אים אין געוועלב, ווייסט זיין נאמען און ווער זיין שווער איז, אבער וואס ער טראכט טיף אין הארצן מלבא לפומי' לא גליא, אזוי נאענט צום הארצן זענט איר נישט מיט אים, ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים.

איין פלאץ - אויפ'ן בלאג - איז פארהאן ווי ער אנטפלעקט אייך זיינע גאר געהיימע מחשבות, יעדער 'ניואנס' וואס לויפט דורך אין קוואל פון זיין מח-גאנג ווערט צולייגט אויפ'ן טיש, ער באווייזט זיינע אמת'ע קאלירן, זאגט אייך וואס אזוינס פארדריסט אים און וואס שאפט אים עונג, זיין פעדער איז שפיציג, צומאל ווערט דאס פארוואנדלט אין א נאדל, עס שטעכט טיף, עס שניידט שטיקער, אבער נאך אלץ ווייסט איר נישט וואס זיין ברית נאמען איז, ער איז מגלה טפחיים ומכסה טפח.

צו איז ער א לץ? ניין. ער שפאט נישט אפ פון אונזער הילוך החיים מיט וויסטע בלינדשאפט ווי א פרייער פראפעסאר וואלט דאס געטאן אין 'הארץ' אדער 'ידיעות אחרונות', ער זוכט נישט צו שטעכן און סתם פארגיסן היימיש בלוט. איי פארוואס שמייכלט איר ווען איר לייענט זיינע ווערק? ווייל ער פארציילט אייך דעם אמת, און ווען איר לייענט דעם אמת - וועגן וויאזוי איר אדער אייערע ארומיגע פירן זיך אויף - ווערט אייך קאמיש אויפ'ן הארץ, און עס קאסט א שמייכל.

איז ער א כופר? שווער צו וויסן. עס איז זייער מעגליך אז ער אליין ווייסט אויך נישט. צומאל וויל ער זיין א כופר, אבער ער שפירט זיך געבינדן און פארגלייבט. צומאל וויל ער גלייבן, אבער ווערט פארברויזט מיט געדאנקען צו וואס ער האט נישט קיינע תשובות. קען ער דאס מיט א נאענטן איבעשמועסן? געוויס נישט. דאן וואס טוט מען מיט ישיחנה לאחרים? שרייבט ער דאס אראפ אין בלאג, און עס ווערט עטוואס גרינגער אויפ'ן הארץ.

מאכט א נפק"מ צו וויסען ווער ער איז? ווי ער וואוינט? איבערהויפט נישט. די אונטערשטע שורה איז נאך אלץ דער זעלביגער, קטלא שרייבט וואס מיר אלע ווייסן, ענינים וואס מיר האבן שוין געטראכט דערוועגן אמאל, און צולייגט עס אויף שטיקער מיט פעטנס פון הומאר, אז איר דארפט אכטונג געבן זיך נישט צו דערשטיקן (ה"י).

וואלט ער געווען דזשעי לענאו אויב איז ער ווען א גוי? מסתמא נישט, ער איז צו קלאסיש פאר לענאו, דערצו נאך א תלמיד חכם מיט מפרשים. דעוויד לעטערמאן? ער איז דאך סתם אויסגעדראשען. בלייבט דאך איבער נאר... יענק'ל מילער... וועט מען מוזן זאגן אז קטלא איז יענק'ל נאר מיט פעפער און זאלץ.

צוריק צום ענין, דאס איז די נקודה דא, אויף יענק'ל האט נאך קיינער נישט דערקלערט: כופר, און ער טרעט נאך אויף ביי די שענסטע אויבן-אן'ס, מסלתה ומשמנה. קטלא ווידער, מוז זיך פארשטעקן צווישן די קנים און מוז זיך פארשלייערן כדי מען זאל אים חלילה נישט אויפדעקן.

סך הכל בלייבט אבער דאס: קטלא איז נישט קיין חדר אינגל, און רעדט צום זאך. ער רירט אן האקעלע 'סענסעטיווע' ענינים, און שרייבט וואס קיינער וואגט נישט. פאר דעם פארדינט קטלא צו ווערן אנגערופן "דער גרעסטער" אין זיין פעלד. איך האב פון אים הנאה יעדעס מאל באזונדער, און איך באוואונדער זיין קראפט מיט התפעלות. איך בין זיכער אז איר זענט אויך מסכים מיט מיר, און איר וועט מיר העלפן דא ווידמען א מקום וואס זאל שעצן קטלא'ס ווערק און גיין אין זיינע דרכים. דאס אוודאי נאר, אויב זענט איר ווי מיר.

BP
נכתב על ידי , 23/2/2004 04:10  
4 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



19,320
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , 20 פלוס , החיים מעבר לים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לבר פחתי אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על בר פחתי ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)