לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

בר פחתי

בכלל נישט קיין קטלא קניא... נאר גאר א בר פחתי!

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


 
הבלוג חבר בטבעות:
 
2/2004

מעל גיבסאן און ויקטור אוסטרובסקי



יא איר האט שוין זיכער געהערט דערוועגן, איבעראל שמועסט מען דערפון, הללו מסכימים, והללו מחרימים, איינער איז מודה, איינער איז מוחה, יעדער האט א צווייטע סברא, מען איז זיך מפלפל דערין כאילו ס'איז א שטיקל גמרא, אפילו דער פויבסט האט שוין געלאזט פאלן דיבורים: "עס איז, ווי עס איז געווען" האט ער - לויט געוויסע קוואלן - דערקלערט מיט פאטאס. אנדערע דערקלערן ס'וועט ברענגן א חורבן, בייזע ווינטען וועלן אנהייבן בלאזן, עס וועט זיך אנטוויקלן א שטורעם פון 'אנטיסעמיטיזם' וואס מען האט נישט געזען זינט די שואה, שונאי ישראל וועלן הייבן די קעפ, אוהדי ישראל וועלן הייבן די הענט, דער וועט הייבן פיס, יענער וועט קריצן מיט די ציין, און אט אט, נאכאמאל תוהו ובוהו...

ובכן: על מה ולמה יצאה הקצף? וואס פאראורזאכט דעם שטורעם?

עס האנדעלט זיך פון א 'מדיום' וואס פארמאגט היינט פון די גרעסטע השפעה אויף מענטשן אומעטום, יונג און אלט ווערן פאר'כשופ'ט דערפון און זייער מח אויסגעוואשן דורך איר: מאווויס, האליוואד. שוין יארן וואס די אראבער טענה'ן אז די אידן וואס געוועלטיגן איבער אמעריקא בכלל און האליוואד בפרט, טוען ניצען זייערע כוחות און השפעה צו 'ברעינוואשן' דעם עולם גולם און באוועגן דעת הקהל ('פובליק אפיניען') צו זייערע ליניעס. האליוואד ווידער, טענה'ט לא דובים ולא יער, פילם איז בלויט 'ארט', קיינער זוכט נישט עפעס אנדערש דערמיט ווי ארויסברענגן טאלאנטען און אהערשטעלן אינטערעסאנטע פארוויילונגען פאר'ן ציבור.

עקסטרעמע טענה'ן גאר פארקערט, הלואי זאל עס אזוי זיין - זאגן זיי, הבט וראה: סי. ען. ען., בי. בי. סי., און זייער'ס גלייכן, זענען בפירוש אנטי איזראעל, תמיד ווערט דארט איזראעל פארדאמט און פארגעשטעלט אלץ מערדער'ס און סאדיסטען, נו איז ווער וואשט וועמען?

השתא בעגלא, דרייען זיך איבער די יוצרות. מעל גיבסאן, א מאווי פראדוצירער וואס האט שוין ארויסגעגעבן מתחת ידו העליונה גאר געלונגענע מאוויס, האט זוכה געווען צום טיטול "דער 'סעקסיאסט' מאן וואס עקזיסטירט", א פאמיליע מאן (אן קיין סקאנדאלן - א חידוש אין האליוואד) און א געשוואוירענער קריסט, האט ארויס געגעבן א מאווי "די פעשאן אף די קרייסט" וואס צייכנט אפ אותו איש'ס (יוזל) לעצטע 12 שעה מיט אלע פרטים, גענוי וויאזוי מען האט אים גע'רודפ'ט, דן געווען, פאר'משפט, מקיים פסק געווען, וכהנה וכהנה.

נו נו, נאר דאס האט אונז אויסגעפעלט.
נישט גענוג אז יארעג היידער האט שיעור נישט איבערגענומען אייראפע, נישט גענוג אז דער פרעמיער פון מאלאזיע מאהאטיר מוחאמאד האט דערקלערט אז אידן געוועלטיגן איבער די וועלט אומדירעקט, נישט גענוג אז דער קאנאדער נאציאנאליסט יעווס מיכאאיד האט דערקלערט אז קאנג. בני ברית זענען די גרעסטע פיינט פון קאנאדע (אידן זענען בלויז פארנומען מיט זייער פיין און פארקוקען אלץ אנדערש), נישט גענוג אז אקטיאר ליאנארדו דיקאפרו האט געלאזט פאלן אז ער וואלט ליבערשט געשלאפן אין א שטאל חזירים ווי מיט א איד, איצטער מעל גיבסאן? 'דער סעקסיאסט' אויך א אידן פיינט?

אזויגערופענע אידישע פירער האבן שוין אנגעהויבן צו פראטעסטירן נאך איידער ותשלם כל המלאכה של "די פעשאן אף די קרייסט". שמעון וויזענטאל צענטער האט שוין אין דריטען חודש פרובירט מאכן דערויף אן 'אבארשען' (ווי זענען די פרומע חברי הכנסת?), די אנטי דעפאמישאן ליגע בראשות הרב אייב פאקסמאן בריקעט אויף אלע רוחות, אנדערע האבן אפירגעזוכט מעל גיבסאן'ס פאטער און האבן ארויס געקוועטשט פון אים שוידערליכע דיבורים - יא נישט מער און נישט ווייניגער אן עכטער כופר - ער גלייבט נישט אין 'האלאקאוסט', ער זאגט סאיז סתם איבערגעטריבענע באבע מעשיות וואס אידן האבן פאבריצירט (אין האליוואד?).

פופצן (אידישע) שטודירטע טענה'ן אז גיבסאן'ס גירסא איז בכלל נישט אויסגעהאלטען פון א היסטארישען שטאנדפונקט - איינע פון זיי - פאולא פראדריקסאן - האט אפגעשריבן א חיבור דערוועגן און אים מכנה שם געווען "מעד מעל" (אפשר איז ער געווארן אנגעשטעקט פון 'מעד קיה דעזיס'?), חסידים פונעם פילם שרייען אז די אידישע פארפירערס נוצן די קאנטראווארסיע אלץ א 'פאונדרעיזינג' מיטל צו דערשרעקן אלטע אידישקעס (פון מיאמי נאך דערצו) אפיר צו ברענגן זייערע לעצטע מיליאנען. בקיצור, הימל און ערד דרייעט זיך איבער.

- "וואס איז דיין מיינונג?"
פרעגט מיר א ידיד ביי שלוש סעודות וויסענדיג אז איך בין גארנישט קיין קטלא קניא,
הייב איך אן קרעכצן:
-"הגם שאול בנביאים? ווער ברויך דען מיין מיינונג? ווער בין איך צו אריינשטעקן דעם קאפ צווישן לייבן?"
-"זייט נישט קיין עניו, בר פחתי!" ענטפערט מיר יענער צוריק מיט דרייסטקייט.
נא, האב איך מיר שוין נישט געקאנט ארויסדרייען,
האב איך אים געענטפערט צוויי ווערטער:
- "ויקטור אוסטרובסקי".

והמבין יבין.

BP
נכתב על ידי , 23/2/2004 04:40  
2 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



19,320
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , 20 פלוס , החיים מעבר לים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לבר פחתי אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על בר פחתי ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)