| 2/2004
בארד פונעם פויבסט
אין די קינדערישע יארן, ווען עס האבן זיך באוויזען די לעמפלעך ביי די שכנים, האט מען געוואוסט אין חדר צו זאגן עטליכע פאקטן.
ערשט'נס: אז מען האט שוין גערוקט דעם זייגער און מען גייט ערשט אהיים קומען ווען ס'איז שוין שטאק פינסטער, צווייט'נס: אז קרייצמעך און - להבדיל - די לאטקעס רוקן זיך אונטער, דריטע'נס: אז "מען טאר נישט קוקען אויפ'ן ווייסן 'סאנטא' ווייל דאס איז יוזל".
איז דאך זעלבסטפארשטענדליך, אז פאר אונז נאז שטעקער'ס, איז זייער אינטערסאנט געווען דוקא יא צו זעהן און באטראכטען דעם פרצוף מיט'ן ווייס שניי בארד וואס הענגט ביי דזשאני'ס טיר.
אזוי באטראכטענדיג, האט דאס מיר שטענדיג געבאדערט, ער זעהט דאך נישט אויס אזוי אימה'דיג לויט דעם צייכענונג, אדרבה, ער פארמאגט א לעכטיגער הדרת פנים, און עס ענדלט גאר צו די הגדות וואס פארמאגן א בילד פון אליהו הנביא ביי שפוך חמתך...
ניין, בין איך געקומען צו די החלטה, דאס קאן נישט זיין יוזל. עס קען נישט געמאלט זיין אז דער ווייסער שמייכל מיט'ן רינדעכיגן רויטן בייכל איז דער יעניגער וואס האט אויף אונז געברענגט אזוינע צרות.
און די החלטה איז לאו דוקא מכח סברא גרידא, עס שטעקט מיט מציאות אויך, און דער חשבון גייט אזוי: בילדער איז דאך זיכער נישט געווען יענע זמנים, מוז דאך זיין אז עס געמאלן געווארן, איז דאך דאס נתגלגל געווארן פון האנט צו האנט, פון גלח צום גלויביגען, דור נאך דור, ביז עס האט געטראפן עפעס א קעלער ווי צו שימלען, און דארטן איז געווארן מנוחתו כבוד ביז די צייט וועט קומען און די (ציוניסטישע) ארכיאלאגן וועלן עס אויפגראבן. איז דאך עס אינצווישן געווארן פייכט און שמוציג, האט מען עס מסתמא איבערגעמאלן, אפשר גאר אויסגעפוצט מיט נייע קאמפיוטער טעכנאלאגיע, על כל פנים 'אריגינעל' איז עס זיכער נישט, זענען מיר דאך גערעכט אז "ס'נישט דאס", און ממילא צו קוקען דערויף איז גארנישט אזא עולה.
קומט יעצט צו גיין מעל גיבסאן מיט זיין נייעם "פעשאן אף די קרייסט" - וואס מיר האבן שוין באהאנדלט באריכות, און איז מתיר אונזערע ספיקות זאגענדיג בפירוש אז קיין ווייסער הדרת פנים האט ער נישט געהאט. זאל מיר קיינער דא נישט חושד זיין, איך בין חלילה נישט געגאנגען זעהן דעם טמא'נעם פארשטעלונג, הס מלהזכיר, אבער בילדער אויפ'ן געוועב האב איך יא באגעגנט, און ניכרים דברי אמת - טאקע אזויווי מיר האבן געשמועסט, ער פארמאגט א שווארץ בערדל, גאנץ א קליינטשיג'ס.
איז דאס כדי פאר אייך צו וויסן, אויב ס'וועט זיך מאכן (ס'זאל זיך נישט מאכן) אז אייער'ס א קאלעגע וויל זיך אמאל שווערן "ביים בארד פונעם פויבסט", זאלט איר אים זאגן אז דער פויבסט גייט היינט נישט קיין בארד. וועט ער זאגן אז ער מיינט לא עלינו דעם ערשטן פויבסט זייערע, דאן פרעגט אים צו ער ווייסט דעם ריכטיגען קאליר...
* * * און פאר די וואס ווילן באמת וויסן, איז 'סאנטא' בכלל נישט יוזל. רוב היסטאריקער האלטן אז דאס איז 'פיטער', יוזל'ס נאכפאלגער, וואס לויט געוויסע דעות איז ער גאר געווען א תנא וואס האט זיך אריינגעדרייעט ביי די נוצרים (בבחינת עבירה לשמה) און פארדרייעט זייערע יוצרות, געמאכט שבת - זונטאג, פורים - האליווין, פסח - איסטער, און נאך אנדערע מנהגים, כדי זיי זאלן זיך נישט אויסמישן צוויישן כלל ישראל.
לפי זה, פארשטיי מיר שוין טאקע וויאזוי ער פאלט עפעס אריין אין די הגדה, און ווי קומט דאס אז אידן נאמנים קוקן אים אין פנים יעדן שני וחמישי. עס האנדלט זיך דאך פון להחזיר עטרה ליושנה, און עס קען געטאן ווערן אן וועלן פאר ש"ס און רב עובדי', וואס ביי אים - זאגן אונז יודעי דבר - איז די בארד, כ'מיין די גלעזער, אלעמאל געווען שווארץ.
א פרייליכען אדר!
BP
| |
|