בר פחתיבכלל נישט קיין קטלא קניא... נאר גאר א בר פחתי! |
| 2/2004
שהחיינו!
דער טאג איז גרויס! מען דארף שטעלן לעקיך און ברוינפן!
רבינו האט אונז אפגעזונדערט א ספעציעלן אנערקענונג מיט'ן טיטול: קול רנה וישועה באהלי צדיקים!
עס ליגט א פליכט אויף יעדן וואס טרעט נאר איבער דעם שוועל דא, זיך אהין אריבערגליטשען (נישט זיך שטופען!), און לייענען מיט יראת הכבוד. מיר פארמאגן אצינד די זכיה צו האבן רבינו אלץ א שר המסכים, און ער איז אויך משבח אונזער עבודה, פארשטייט זיך מיט דברי כיבושין און דברים כדרבונות כמדקרות חרב אויפ'ן חשבון פון די בעלי החסידות כדרכו בקודש, און אחרון חביב אונז אראפ געשטעלט א 'לינק' אז מען זאל קאנען דא אריבער שפרינגען תיכף נאכ'ן מסיים זיין תורתו.
מיר זענען גליקליך אז רבינו האט גענומען די מיה אונז פארצושטעלן פאר זיינע חסידים, און מיר האפן ער וועט אונז טאקע שטיין צו די רעכטע האנט און זיין א וועג ווייזער אויך לעתיד.
גלייכצייטיג איז כדאי איר זאלט טאקע שוין לעזן די הסכמה, דורך דרוקן אויף רבינו'ס לינק די ערשטע אויבען אויף די רעכטע זייט דא ביי אונז.
BP
| |
|